בלאט 1 פון 1
קובצי תרשיש - צעשינוב <ספר וכתוב לחיים>
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 3:58 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
כעת ראיתי בבית הספרים קובץ תרשיש החדש, מאוצרותיו הבלתי נדלים של האדמור הרה"צ ר' שי"ש רובין הלבארשטאם זצ"ל מצעשינוב. זה ששמו מופיע בכל ספר תשובות מגדולי זמנינו מן הדברי יואל ועד האגרות משה.
עדיין לא הספקתי לעיין בהקובץ החדש, אבל בזכרוני מקובצים קודמים, היה מלא סחורה מצד היסטורי', מכתבים מלאים תוכן המשקפים את מצב בני הנעורים במלחמת העולם השניה, מלאים ידיעות עצומות בכל השטחים. וכפי הנראה גם קובץ זה בכלל. אקוה שיהיה לי עונג שבת בזה.
נמצאים שם תיאורים נפלאים מאסיפת הרבנים בקראקא ועוד ועוד. וגם מתולדותיו של הלוחם הגדול בעל דברי שמחה.
שמעתי פעם כ האדמו"ר הנ"ל שהיה ידען וכתבן עצום, ידיד עם כל גדולי דורו, השאיר אחריו שקים מלאים עם כתבות מכל הסוג על כל מיני נושאים, רק לא זכינו לאורם. כנראה הנכדים משתמטים מזה. הלואי ויוציאום לאור ויהיה עוד היימישע זאכן על תולדות ישראל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 5:04 pm
דורך מיללער
קובצי 'תרשיש' מלאים זיו ומפיקים נוגה, מ'קען אסאך שרייבען דערוועגן, איך האב נישט געוואוסט אז דאס איז דא אין געשעפטן, געמיינט אז דאס איז נאר געדרוקט במספר מצומצם און ווערט פארטיילט ביי א שמחה אין די משפחה וכדו'.
פון וויפיל איך פארשטיי, האט דער צעשינובער רבי ז"ל געשריבען א וועלט אבער נישט איבעראל איז עס געווען באופן מסודר, און אפשר א שווערער שריפט אויך, א זאך וואס מאכט זייער שווער דאס ארויסגעבן.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 11:15 am
דורך ראש הקהל
טאקע א קובץ מלא ישן נושן
דער חידוש איז נישט פארוואס ער האט זיך געשריבען מיט האגרות משה או הדברי יואל,
דער חידוש איז פארוואס האט זיך אזא ידען וכתבן געשריבען צו יעדער חדר יונגעל??
בעיקר וואס זענען געוועהן זיינע נאטיווען אז ער האט ארום געשיקט דער זעלבע שאלה צו אסאך משיבים??
והשבני דבר תרשי"ש הצעי"ר?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 11:40 am
דורך בן בוזי
ואתא מרבבו"ת, מיר ערווארטן אז הרב רבב"ה זאל מיטטיילען זיינע ידיעות וואס ווי ס'איז דא שוין פון פריער באקאנט געווארן איז ער געווען א שטארקער מקורב ביים ציעשינובער רב ז"ל און דולה געווען ממעיין המתגבר.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 7:04 am
דורך איטשע
ראש הקהל האט געשריבן:טאקע א קובץ מלא ישן נושן
דער חידוש איז נישט פארוואס ער האט זיך געשריבען מיט האגרות משה או הדברי יואל,
דער חידוש איז פארוואס האט זיך אזא ידען וכתבן געשריבען צו יעדער חדר יונגעל??
בעיקר וואס זענען געוועהן זיינע נאטיווען אז ער האט ארום געשיקט דער זעלבע שאלה צו אסאך משיבים??
והשבני דבר תרשי"ש הצעי"ר?
וועלכע פון די צוויי זענען ביי דיר, געווען א "חדר יונגעל"?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 9:30 am
דורך בהמה_דקה
קוק איבער זיינע בריוון, ער האט זיך געשריבן מיט יעדן חדר יונגל ממש.
און נעקסטיים ליין איבער די תגובה פארן ענטפערן, ער זאגט אז דער חידוש איז נישט מיטן שרייבן זיך מיט האג"מ והדב"י
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 11:57 am
דורך רבבה
קשה לי לכתוב על מו''ר הנאמן הרב מטשעטשענאוו ז''ל אך יותר קשה לי לא לכתוב . בימים אלו כתבתי לבניו הרבנים שיחיו מכתב הערכה עליו .הוא הי' אי''ש האשכולות כמו שרש''י
מבאר הפירוש על אשכולות והעיקר הי' טוב עין ונותן בעין יפה נותן יותר ממה שעגל רוצה לינק הפרה רוצה להניק .שאלתיו פעם הייתכן ששואל כל שמענדריק ענה לי . שזה שכרו
שלכבוד זה הם לומדים לילה אחד לכה''פ כדי שיוכלו להשיב ודפח''ח
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 12:01 pm
דורך בהמה_דקה
רבבה, דער ווארט איז גאר טייער, באמת ווערדפול, עס לוינט זיך דאס אוועקצולייגן אין די ארכיוון.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 10, 2012 11:52 pm
דורך ישלהוסיף
מוצאי שבת קודש פרשת תולדות תשס"ט איז פארטיילט געווארען א קונטרס הנקוב בשם "זכרון חיים", המכיל תולדות ופרקי חייו ומכתבים של הרב חיים יהושע האלברשטאם זצ"ל הי"ד בן רבי בן ציון האלברשטאם זצ"ל הי"ד בעל קדושת ציון.
דער קונטרס פאר זיך איז אינטרעסאנט אז מען האט געמאכט א אנדעקט פאר אזא טטיערע נשמה וואס איז אומגעקומען אין א יונגע עלטער, איבעלאזענדיק א יונגע אלמנה מיט צוויי קליינע קינדער.
צום סוף פון יענע קונטרס איז געדריקט עטליכע בריעוון וואס דער ציעשינוב'ער רב האט געשריבען, לפי ידיעתי די ארגינעלע בריעוו'ן אזוי ווי עס איז אפגעדריקט אין דעם אויבער דערמאנטע קונטרס איז נישט צום געפינען. וואס איז יא דא, איז בריעוו וואס איז גאנץ ענדליך, וואס איך מיין צוזאגען אז מהאט זיך אביסל ארום געשפילט בשעת דריקען. קען זיין דאס איז די כוונה וואס זיי שרייבען דארט (דף לא אות ח) "מכתבים אלו רואים אור הדפוס בפעם ראשונה"...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 02, 2013 2:53 pm
דורך ישלהוסיף
מכון סגולה האט ווידער ערייכט דער וועלט מיט א ספר בשם כתוב לחיים - ליקוט מכתבים פון דער צאנזער רב איז זיינע קינדער זצ"ל
אין דער הקדמה שרייבען די מוצאים לאור אז די הגהות והערות פון אונטען זענען געשריבען געווארען בשעתו דורך דער צעשינוב'ער רב אליינס, אבער די מו"ל האט משנה געוועהן די תוארים וואס דער צעשינוב רב האט געשריבען, אין אנשטאט האבען זיי געשריבען טיטולען ווי אזוי מ'שרייבט היינו צו טאג מחמת כבודם הראוים.
פון א היסטורישע פערספעקטיוו איז דאס א גרויסע זיוף, ס'נעמנט אוועק דער ארגינעלקייט, ואכמ"ל.
א אינטרעסאנטע זאך וואס זיי האבען יא געלאזט איז וואס דער צעשינובער האט געשריבען וועגן א בריעוו וואס דער קלויזענבוגער רבי האט געזאגט בעל פה, דהיינו ער האט נישט געהאט דער ארגינעלע בריעוו, נאר דער קלויזענבורגער האט נאכגעזאגט דער גאנצען בריעוו פון אנהייב ביזן סוף מתוך זכרונו, דער צעשינובער רופט דאס אן א 'מכתב פלאי'.
דער בריעוו איז וואס דער צאנזער רב האט געשריבען [לכאורה] צו זיין זוהן דער גארליצער רב, איז געדרוקט געווארען צו ערשטע מאהל אין א ספר בשם 'בן לאשרי ברכה משולשת' פון רבי יצחק הובערמן בשנת תשל"א, פון דארט האט עס רבי משה גרינפעלד מעתיק געוועהן צו זיין ספר עטרת חיים, אין שפעטער אויך אין 'דברי ברוך' אין לעצטנס אין ספר צבי תפארה פון רודניק, אלע באציען זיך צום מקור איז פון דעם 'בן לאשרי', דער כתוב לחיים איז מגלה צום ערשטע מאהל אז אזא בריעוו קומט נישט פון א העתקה וכדומה נאר פון דער זכרון פון קלויזענבורגער רב.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 02, 2013 2:58 pm
דורך מיללער
אגב, מיט א צייט צוריק איז ערשינען צוויי נייע בענדער פון קובצי 'תרשיש' וכמעשיהם בראשונים כך מעשיהם באחרונים, קנקן חדש מלא ישן, זיך צו באלעקן די פינגערס.
איך האב נאכנישט געזעהן דעם וכתוב לחיים אין די לאקאלער סקרענטאנער געשעפטן, אבער לויט מביני מדע הייסט דאס א געלונגענע זאך.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 06, 2013 5:20 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:אגב, מיט א צייט צוריק איז ערשינען צוויי נייע בענדער פון קובצי 'תרשיש' וכמעשיהם בראשונים כך מעשיהם באחרונים, קנקן חדש מלא ישן, זיך צו באלעקן די פינגערס.
איך האב נאכנישט געזעהן דעם וכתוב לחיים אין די לאקאלער סקרענטאנער געשעפטן, אבער לויט מביני מדע הייסט דאס א געלונגענע זאך.
היינט איינגעהאנדלט דעם אוצר בלום 'וכתוב לחיים', יקר מכל יקר, יקרה היא מפנינים, יעדעס ווארט פון הייליגן רב, און די הגהות מאירות עינים פונעם צעשינובער רבי ז"ל איז ממש מתוק מדבש.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 22, 2013 12:30 pm
דורך מיללער
אינעם ספר וכתוב לחיים שרייבט דער צעשינבער רב ז"ל אז באמת דאס צאמנעמען בריוו פון הייליגען דברי חיים זצ"ל האט שוין געטאן זיין פעטער רבי משה'לי רובין פון צאנז, נאר ליידער האט ער דאס נישט אויספיעט צו דרוקען.
איך האב יעצט געטראפן א מודעה ווי דער דערמאנטער רבי משה'לי שיקט ארום אז ווער עס האט בריווו זאל אים שיקען אן העתקה, די מודעה איז פון שנת תרפ"ב:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=18וואס איז פשט פון דער ווארט בירע"ה? איז דאס א טעות המעתיק וואס האט נישט געוואוסט פון דעם נאמען "בריעה"?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 23, 2013 10:19 pm
דורך טייפיסט
מיללער האט געשריבן:אינעם ספר וכתוב לחיים שרייבט דער צעשינבער רב ז"ל אז באמת דאס צאמנעמען בריוו פון הייליגען דברי חיים זצ"ל האט שוין געטאן זיין פאטער רבי משה'לי רובין פון צאנז, נאר ליידער האט ער דאס נישט אויספיעט צו דרוקען.
ר' משה'לי רובין איז געווען א פעטער פארן ציעשינובער רב ז"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 9:14 am
דורך מיללער
טייפיסט האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:אינעם ספר וכתוב לחיים שרייבט דער צעשינבער רב ז"ל אז באמת דאס צאמנעמען בריוו פון הייליגען דברי חיים זצ"ל האט שוין געטאן זיין פאטער רבי משה'לי רובין פון צאנז, נאר ליידער האט ער דאס נישט אויספיעט צו דרוקען.
ר' משה'לי רובין איז געווען א פעטער פארן ציעשינובער רב ז"ל
גערעכט, טעית המקלדת, תקנתי
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 05, 2014 3:16 pm
דורך גדול מרבן
דער 'וכתוב לחיים' איז טאקע געוואלדיג, געוואלדיגע חידושים און געוואלדיגע תוכן!
כגון די בריוו פון הייליגן ריז'ינער צום דברי חיים, אדער די בריוו פון דברי חיים צום סאדיגערער. ועוד ועוד. פלאי פלאות.
קנקן חדש מלא ישן נושן, תורה מפוארה בכלי מפואר.