בלאט 1 פון 2

נייע בוך "געבליבן אינדרויסן"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:56 am
דורך פעדער
גיסט אריין אייערע מיינונגען און געדאנקען איבער דעם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:57 am
דורך באמבאסטיש
מער דעטאלן ביטע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 9:02 am
דורך פעדער
נאכנישט עספיעט אדורך צולייענען, אבער מיין זוהן האט זייער הנאה דערפון.
עס רעדט ארום דעם גאנצן היסטאריע - אנגעפאנגען פון השכלה און עווענטועל צו ציונות. און בעיקר ארום דעם טמא'נעם שפראך זייערן, און איר פארפאסער בן יודאַ וואס האט ליידער געשטאמט פון א עהרליכע פרומע פאמיליע. מיט מקורות, און אינעם פארעם פון אן ערציילונג. ס'איז א געוואלדיגע אויפטוה פאר אונזער יוגנט לכאו'.
און דאס בעסטע וואס איז מיר געפאלן, איז די פעדער, וואס ליגט אים גאנץ באקוועם צווישן די פינגער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 9:26 am
דורך בחורהזעצער
פעדער אפשר שטלסטו אריין א בילד פונעם ביך. איך זעה אז אפילו ז. בערמאן האט נאכנישט קיין בילד. זעה דא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 9:37 am
דורך msp
בחור
נישט שיין אויס שטרעקען דער צונג....
אז די האסט נישט ליב דער בוך זאג עס
אבער נישט מיט'ן צונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 9:41 am
דורך אפשר
ווער איז די מחבר פונעם בוך ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 9:48 am
דורך פעדער
כ'ווייס?! דער שרייבער רופט זיך "מאיר ראזנבערג" אבער דער ארויסגעבער, און פינאנצירער ווייסעך נישט צו ער וואלט אזוי פרייליך געווען אז זיין נאמען זאל פיגורירן אויף'ן וועלטל. (און חוץ מזה איז עס א נאן פראפיט קאפעראציע פון עטליכע אינגעלייט, און דער פרייז איז א פארהעלטניסמעסיג ביליגע פרייז אקארדינג די היינטיגע מארקעט)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 7:55 pm
דורך קעיזנאוו רד.
אנגעהויבן צו ליינען, א אויסערגעווענטליכע ארבעט און א געשמאקע שריפט.
א געוואלדיגע געדאנק ווי אזוי אריינצוברענגן די ריכטיגע בליק אין די אינגווארג אין א ציענדע אופן.
עס איז אבער אויסגעשטעלט אלס א מעשה ביכל אבער ווארפט אריין א געוואלד מיט חומר און שנאה צו די ציונים, און ווייזט וואס און ווער זיי זענען געווען.
אבער איינער וואס זוכט דאס צו ליינען אלס היסטאריע וועט דאס טרעפן זייער אויסגעצויגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:38 pm
דורך פעדער
אזוי ווי דו זאגסט. אין וויקיפידיע פערצופאל שטייט די גאנצע זאך אין עטליכע שורות, און ס'איז נישט קיין ווייטער חשד אז ס'קען קומען פון דער זעלבער שרייבער, אויב נישט עמיצער וואס איז לכל הפחות א ברודער זיינעם :smile:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:46 pm
דורך אויפריכטיג
פעדער, עס שמעקט עפעס מיט דיין ברידער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:48 pm
דורך באמבאסטיש
איז עס שוין דא אין אמעריקא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 8:52 pm
דורך פעדער
גלייב מיר אז צו ליטעראטור האט מיין ברודער פיהל א בעסערער שמעק ווי מיר. ס'איז נאר אינטערעסאנט אז די חברה דארט האבן צוגעלאזט דעם קנאי'שן ארטיקל. קען זיין אז זייער ליבע צו "יידיש" האט מקלקל געווען די שורה און נאר צוליב דעם האבן זיי דאס צוגעלאזט. און דעריבער איז זיי בן יודא געשטאנען אין וועג.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 4:23 am
דורך מיימוני
די שאלה איז צו די היסטאריע דארט איז פארלעסליך, ווייל איך וויל נישט אריינלייגן אין מיין קינד א שנאה צו די ציונים דורך שקר איך וויל עס אריינלייגן דורך אמת.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 4:26 am
דורך שטארק זיך
און איך וויל אריינלייגן שנאה אין מיינע קינדער צו ציונים סיי וויאזוי...

נאר ס׳דא גענוג אמת (ועד הצלה, ילדי טהרן, עליית וחטיפת בני תימן, עליית בני מורוקו ועוד ועוד) אז עס פעלט גארנישט אויס...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 5:38 am
דורך msp
מיין זיידע אין זיין ספר איפה שלמה שרייבט אז אפילו דארט ווי עס פאסט נישט לא תשנא את אחיך
אזוי ווי ביי א רשע מצוה לשנאותו
דארף מען אבער נישט מקיים זיין די מצוה מיט שמחה
מצוות לאו ליהנות ניתנו...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 8:43 am
דורך יגעתי ומצאתי
ערשטנס, די היסטאריע וואס זיי שרייבן איז גענצליך אמת, חוץ די מקורות פון ספרים וואס זיי ברענגען צום סוף, איז דאס (בעיקר) געשריבן געווארן נאכן גוט דורכנישטערן די אלע מכ"ע, ירחונים, צייטונגען וכדומה פון יענע תקופה.

והשנית, די בוך איז בכלל נישט געשריבן אויף צו ברענגען א שנאה צו די ציונים, עס שרייבט בלויז ווער זיי זענען, וואס זייער ציל איז געווען וכדומה, די שנאה צו זיי קומט אליינס נאטורליך אין יעדעס אידיש הארץ נאכן זעהן זייערע פינסטערע פלענער.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 9:15 am
דורך צולייגער
msp האט געשריבן:מיין זיידע אין זיין ספר איפה שלמה שרייבט אז אפילו דארט ווי עס פאסט נישט לא תשנא את אחיך
אזוי ווי ביי א רשע מצוה לשנאותו
דארף מען אבער נישט מקיים זיין די מצוה מיט שמחה
מצוות לאו ליהנות ניתנו...

עהעעמ... זאגט איבער ר' מנחם שלום טייערער?!, מצוות לאו ליהנות ניתנו מיינט אז מען דארף נישט מקיים זיין מיט שמחה?!, עהההעעממ... עס קראצט אין האלז אביסל..., אוואו שטייט דאס אין די פריערדיגע ספרי קודש?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 9:52 am
דורך שנאפס
וויפיל קאסט עס?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 9:53 am
דורך באמבאסטיש
באמבאסטיש האט געשריבן:איז עס שוין דא אין אמעריקא?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 04, 2011 10:51 am
דורך פעדער
ס'איז שוין געווען און ס'איז שוין אויסגעגאנגען אויך.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 05, 2011 3:15 pm
דורך אוהב חכמה
msp האט געשריבן:מיין זיידע אין זיין ספר איפה שלמה שרייבט אז אפילו דארט ווי עס פאסט נישט לא תשנא את אחיך
אזוי ווי ביי א רשע מצוה לשנאותו
דארף מען אבער נישט מקיים זיין די מצוה מיט שמחה
מצוות לאו ליהנות ניתנו...


אוי וויי, היצט ווייס איך דאך אויף וואס דער פ' אין msp איז מרמז...
וויאזוי זאגט מען נאר אין אזא פאל? אוי אישטענעם...

ולעצם הענין, מסתמא מיינט ער דאס וואס אלע צדיקי אמת האבן מסביר געווען, אז קנאות דארף צוגיין מיט א צער, ס'דארף וויי טוהן רשעת הרשע. ס'דארף הערשען אזא שנאה ווי צווישן די באלעבאסטע און דאס מויז, נישט ווי צווישן קאץ און מויז. ער האט דאס נאר מלביש געווען במליצה.

דאס ביכל "געבליבן אינדרויסן" האב איך געזעהן על רגל אחת. פונעם קורצן איבערבליק האב איך בעיקר הנאה געהאט אז דער שרייבער הייבט אן ביים ווארצל, ער לייגט אראפ די רוסישע השכלה, די ביטערע אנטוישונג נאך די "סופות בנגב", און פון דארט הערשט קומט ער אן צו די נאציאנאליסטישע געדאנקען וכו'.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 07, 2011 4:09 am
דורך msp
אוהב חכמה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:מיין זיידע אין זיין ספר איפה שלמה שרייבט אז אפילו דארט ווי עס פאסט נישט לא תשנא את אחיך
אזוי ווי ביי א רשע מצוה לשנאותו
דארף מען אבער נישט מקיים זיין די מצוה מיט שמחה
מצוות לאו ליהנות ניתנו...


אוי וויי, היצט ווייס איך דאך אויף וואס דער פ' אין msp איז מרמז...
וויאזוי זאגט מען נאר אין אזא פאל? אוי אישטענעם...

ולעצם הענין, מסתמא מיינט ער דאס וואס אלע צדיקי אמת האבן מסביר געווען, אז קנאות דארף צוגיין מיט א צער, ס'דארף וויי טוהן רשעת הרשע. ס'דארף הערשען אזא שנאה ווי צווישן די באלעבאסטע און דאס מויז, נישט ווי צווישן קאץ און מויז. ער האט דאס נאר מלביש געווען במליצה.

דאס ביכל "געבליבן אינדרויסן" האב איך געזעהן על רגל אחת. פונעם קורצן איבערבליק האב איך בעיקר הנאה געהאט אז דער שרייבער הייבט אן ביים ווארצל, ער לייגט אראפ די רוסישע השכלה, די ביטערע אנטוישונג נאך די "סופות בנגב", און פון דארט הערשט קומט ער אן צו די נאציאנאליסטישע געדאנקען וכו'.

ממש וואס כ'האב געמיינט צו זאגעו
דרך אגב עס איז מיר א וואונדער פון וואנעט קענסטו מיין עלטער זיידע'ס ספר?

דער ספר איז געוואלדיג

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 08, 2011 12:53 pm
דורך שמו
שוין לאנג נישט געווען אזא גוטע ספר, געשריבן אין א רייכן אידישן שפראך, און באשריבן די הסטארי' פון כלל ישראל, בפרט ווען ס'רירט אן א נושא וואס איז נאכנישט באשריבן געווארן אין ערגעץ, און דא ווערט דאס באשריבן אידישלעך און תורה'דיג ממש א מחי' צו ליינען

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 15, 2011 3:07 pm
דורך קעיזנאוו רד.
http://www.israeldailypicture.com/2011/ ... s-and.html

א היסטארישע בילד וואס האט א שייכות מיטן דעם געשיכטע

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 16, 2011 3:55 am
דורך msp
כ'האב געזעהן דעם בוך ביי הספר
זאליכעס קויפען?