חדש: The SATMAR Rebbe, זכרונות רח״מ שטויבער
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 10:01 am
פאר יו״ט, ווען איך האב באמערקט אין תוך פון אן אנאנס דורך די בארימטע ׳פעלדהיים פובלישערס׳ אן אויג-פארכאפענדע בוך-דעקל, מיט׳ן באקאנטן בילד פון רבינו הק׳ מסאטמאר זי״ע, וואס איר caption ליינט זיך: The Satmar Rebbe איז מיין נאטורליכע רעאקציע געווען: ״שרייבערל טייערער, האסט אט פארפאסט דעם צוג מיט א האלבן יאר...״ מיינענדיג דערמיט די ערשיינונג פן די העכסט אויפגעכאפטע ביאגראפישע דוקאמענטאציע ווערק,The Rebbe. מעשי ידיו שלהאי ספרא רבא הנודע בשערים הרב ר׳ דוד מייזליש שליט״א, וועלעכער וועלעכער איז ביז דאן באקאנט געווען בעיקר מיט זיינע הערליכע ספרים אויף אידיש.
די אויסערגעווענליכע סוקסעס פון The Rebbe, איז טיילווייז צו פארדאנקן - בעת די תוכן און געשמאק איז באשטימט איר הויפט ווערד - דעם פאקט אז טראץ וואס עס איז שוין פאריבער מער ווי א דריי-צענדליג יאר זינט די הסתלקות, במשך וועלעכע עס זענען ארויסגעקומען ״צענדליגע בענדער״ אין לשה״ק און אידיש, איז אבער אויף די ענגליש שפראכע נישט ערשינען קיין איינציגע זאכליכע ביאגראפיע אויפ׳ן רבי׳ן, אינדערצייט וואס אויף אנדערע תורה-פערזענליכקייטן וועלעכע האבן נישט געגרייכט אן אפס קצייהו פונעם רבי׳נס פראמינענץ, וועט איר צומאל טרעפן מערערע ביאגראפיע׳ס אויף די פאליצעס פון די יודאייקא געשעפטן. א פאקט וואס האט מיר שטענדיג געוואונדערט, עד כדי באשליסן אז עס איז א סייעתא דשמיא כדי שייתקיים רצונו של אותו צדיק, אז עס זאל נישט ערשיינען אזוינס... איז פארשטענדליך אז מיט׳ן ערשיינונג פון The Rebbe, איז דאס מאמענטאל געווארן א בעסט-סעלער, ווי עס באווייזט דער פאקט אז דער בוך איז במשך א גאר קורצע צייט דריי מאל איבערגעדרוקט געווארן.
פארשטייט איר אלזא מיין ספאנטאנע רעאקציע פון ״אחרת את המועד״ צום The Satmar Rebbe.
נעכטן אומקוקענדיג זיך אין ספרים געשעפט, האב איך געלייגט א האנט אויף דעם באנד, וועלעכס האט נארוואס געגרייכט די פאליצע, און וועמענס מחבר עס איז דער באקאנטער לאנג-יעריגער שריפטשטעלער מו״ה חיים משה שטויבער הי״ו. וועלעכער איז געווען מבאי ביתו פון רבינו, און פערזענליך מיטגעלעבט פילע שטורמישע תקופות בחיי רבינו הק׳. בלעטערענדיג און ליינענדיג אביסל די preface, א פרק דא, א פראז דארט, האב איך איך באלד באשלאסן אז דאס איז דער בוך אויף ואיך האב געווארט, על הספר הזה התפללתי. און מ׳האמער זיך עס איינגעהאנדלט.
אויף א פולן באריכט וועט איר מוזן ווארטן ביז איך פארענדיג איבערליינען דעם הערליכן ווערק, אדער עכ״פ דער חלק הארי. וועל איך פארט מיטטיילן מיינע ערשטע איינדרוקן, והנה און אין:
• פראפעסיאנאלע סטרוקטור דהיינו, כראנאלאגיע איבער׳ן גאנצן בוך (יש מוקדם ומאוחר), יעדע דערמאנטע פערזענליכקייט קורץ ביאגראפירט מתחת לקו, אן אנעקדט אדער ציטאט בראש יעדע chapter.
• פליסיג און גאר געשמאק געשריבן, פראפעסיאנאל עדיטירט. האלטענדיג זיך צו די אנגענומענע כללים ווען און וואו צו מדגיש זיין אדער מאכן איטאליקס
• הערליך באלאנסירט, קיינמאל איבערגעטריבן מיט אריכות׳ן, ווי אויך נישט אונטער געטריבן. בכלל נישט געשריבן אויף אופן וועלעכע זאל פרובירן אריינשטופן אן אגענדע דורך די בית הבליעה...
• טיפאגראפישער אויסשטעל און דעזיין, הערליך געשמאק צום אויג.
• מקורות געברענגט ווי עס פעלט זיך אויס, און במקום וואס דער שרייבער רח״מ זעלבסט איז דער מקור איז ארויסגעברענגט אויף אן אופן עס זאל זיך וועלן גלייבן...
• ועל כולם דאס געשמאק פון הערען ממקור ראשון, מען באלעבט עס ממש.
•••
מאר טו פאללאו ביים סיום...