בלאט 1 פון 1

אלע נעמען פון תנ"ך

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 12:41 am
דורך זיס
איך זוך א ספר אדער ליקוט, וואו מען קען זען אלע נעמען פון מענטשן וואס ווערן דערמאנט אין תנ"ך.

איך ווייס אז מענטשן וועלן מיר דירעקטירן צום ספר "אישי התנ"ך", אבער כפי השמועה געפינט זיך נישט דארט אלע נעמען ממש, נאר די וועלכע האבן אויסגעפארמט כלל ישראל און געשפילט א גרויסע ראלע אין די היסטאריע.

איך זוך אבער א ליקוט פון אלע נעמען ממש.

אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן, תבוא עליו ברכה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 12:50 am
דורך שוועמל
מער ווי די אישי התנ"ך ווייס איך נישט.

די גוטע נייעס איז אז כ'אב אמאל אנגעהויבן ארבעטן אויף אזא זאך, ס'גארנישט גרינג...

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 1:55 am
דורך לכל זמן
א 'גוגל' זוך ווייזט אן אויף א ביכל 'כל אישי התנ"ך' פון א געוויסן 'אליהו ציפר', און 'אוצר אישי התנ"ך' פון 'ישי חסידה'.
ביים ערשטן שטייט אז עס האט 2855 מענטשן אויסגערעכנט.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 2:10 am
דורך זיס
קען מען די זאכן ליינען אן ליין?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 8:14 pm
דורך זיס
נו, קיינער קען נישט ענטפערן?

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 23, 2011 8:46 pm
דורך שוועמל
אוצר אישי התנ"ך קענסטו דא קויפן פאר 31 דאלאר + ש"ה http://www.nehora.com/products/Otzar-Is ... D7%9A.html
קענסט אויך זען א סעמפל פעיזש דארט.


WHO IS WHO פון דוד מאנדל אויף ענגליש, קענסט ליינען דא http://books.google.com/books?id=Yzmi5_ ... &q&f=false


כל אישי התנ"ך מאת אליהו ציפור, פרוביר איך צו קאנטאקטן וואו מען קען באקומען זיין ספר,
טל 03-6040960
פקס 03-6050244

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 10:11 pm
דורך ים רויבער
אוצר אישי התנ"ך האב איך געזען אין בית הספר דאכט זיך מיר פאר פיר און צוואנציג דאלער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 10:55 am
דורך gamyuchad
Try out "MIDOR DOT` ITS A WONDERFUL Tool.
Search for tochen soft
I have copied it on hard drive and would share it. But I am not sure if its permitted
Its exactly what u r loooking for

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 11:29 am
דורך moshele11211
דעס קען צוניץ קומען

אפשר קענסטו אויך נעמען פון דא
פון דא איבעראל ווי עס שטייט מקורם מתנ''ך אבער כ'גלייב נישט עס איז אינטרעסאנט פאר דיר

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 1:04 am
דורך שוועמל
כמיין אז טובי'ס אין מאנסי האט כל אישי התנ"ך

אגב, האב איך פארשאפט א גאר אינטערעסאנט ספר פון אליעזר שולמן נישט איבער נעמען אבער איבער די סדר פון יארן של תנ"ך, סדר הקורות בתנ"ך, די גאנצע ספר איז האנט-געשריבן! פארמאגט טיימליין'ס מאפעס מיט פסוקים אלעס מיט א זעלטן שיינע האנט שריפט און גאר קונצליך געשריבן.

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 3:35 am
דורך שויתי'ניק

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 13, 2013 10:27 am
דורך בעל רגש
איך זעה אז דער שמות הצדיקים האט נישט ממש אלעס, נאר די צדיקים און נישט די נישט צדיקים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2013 12:03 pm
דורך איטשע
פון רבי חיים קאניעבסקי האט איינער ארויס געגעבן, אבער די רשימה איז בלויז שמות נשים.
נאמען פון די ספר איז שמות בארץ