על הספר קדושת ציון - באבוב

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

א שיינע טעאריע
אבער נישט מוכרח
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

בשנת תשנ"ד האט די "תפארת בחורים ד'באבוב" געדריקט א קונטרס לרגל ד' אב, יו"ד פונעם קדושת ציון.
דער נאמען פון יענער קונטרס האבען זיי קובע שם געוועהן "רשימת זכרונות".
אין דעם קונטרס איז דא 43 ענינים, ולשון ההקדמה: "נודה לד' כי אנה לידינו את הקונטרס הנוכחי שתוכו רצוף שיחות יקרים דנפקי מפי כ"ק מרן [הקדושת ציון] זצ"ל הי"ד שהעלה על הכתב לעצמו אחד הבחורים (שמו לא נודע לנו)".
נאך שטייט אין יענע הקדמה: "וזאת לדעת כי לא הוגהו הנהו רשימות ולא עברו עיני בקורת, ודא גופא היא תהלתם ותפארתם להגיד שבחן שלא נשתנו, אע"פ שלא הי' לו לשון לימודים וכו' שכן הדברים נכתבו בדיוק כפי שנשמעו מפורש יוצא מפי מרן [הקדושת ציון] זצ"ל.

בשנת תש"ע אויך לקראת היו"ד של הקדושת ציון, האט דער "תפארת בחורים דבאבוב (48) געדריקט א קונטרס בשם "זכרונות מימי קדם" וכאילו דאס ווערט יעצט געדריקט צום ערשטן מאהל. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער קונטרס דער זעלבע ווי דער קונטרס "רשימת זכרונות", אין די "זכרונות" איז דא נישט דא קיין שום צייכען אז דאס איז אמאהל געווארען געדריקט, אדרבה עס זעהט אויס אז דאס ווערט ערשט יעצט געדריקט צום ערשטן מאהל.

עכ"פ לענינינו, אין די הקדמה צום "זכרונות", וז"ל: "רשימות הללו נעתקו מפנסקו של הבחור היקר צבי הכהן ב"ר משה שמואל מאסטבוים ע"ה מאמסאנא". וכו' הפנקס מכיל דברי תורה הדרכות ושיחות וכו' סיבב שנתגלגל הפנקס לאמעריקא לפני יותר מחמישים שנה, ונקנה אז בכסף מלא ע"י כ"ק [מהר"ש] וכו' והיה מונח באוצרו. וזה היה אחד מהעשרה פנקסים וקונטרסים שמהם נעתק ונסדר הספה"ק "קדושת ציון".
נאך אין די הקדמה פונעם "זכרונות": "בדרך כלל השארנו הלשון כפי שהי' בכת"י, עם החן והיופי של ימי קדם".

וכאמור ב"רשימת זכרונות" איז געדריקט מ"ג אותיות, אבער אין די "זכרונות ימי קדם" געפונט זיך מ"ה אותיות. פארוואס טאקע?
אין די "רשימת זכרונות" (אות ל"ו) שטייט אזוי בסוגריים: "כאן חסר קטעים אחדים ומה שלאחריו המשך ללפניו, והשארנו כמו שהוא וחבל על דאבדין".
אין די "זכרונות ימי קדם" איז דא נאך צוויי אותיות, לכאורה וואס די מו"ל בשנת תשנ"ד האבען נישט געהאט.
אבער באמת איז דאס נישט די אייציגסטער חילוק ציווישען די צוויי קונטרסים, מ'זעהט בעלול אז מוציאים לאור דשנת תש"ע האבען גאר אסאך משנה געוועהן אין זיך ארום געשפילט מיטן ארגינעלע לשון, ואי אפשר לפרטם כי רבים הם.

אחר הדברים האלה, היות אין די "זכרונות ימי קדם" שטייט אז די תורת פין דעם קונטרס האט מען שפעטער אריין געדריקט אים ספר קדושת ציון.
על כן ניתי ספר וניחזי, וויפיל פון די תורת האט מען גענוצט פארן קדושת ציון?
דער תירוץ איז אינגאנצען צוויי תורות,
אות כ"ח - נדפס בקדושת ציון פ' מקץ, דף עג, ד"ה וקל שדי
אות ל' - פ' בלק, דף רא ד"ה לא תאור את העם

אין אפילו די צוויי תורות, קען מען ווי אזוי עס שטייט אין דער ארגינעלע אין ווי עס שטייט געדריקט אונעם ספר קדושת ציון, דער מו"ל פון דער ספר קדושת ציון האט זיך גוט ארום געשפילט אז כמעט פנים חדשות באו לכאן.

איך ווען נאר מסיים זיין וואס שטייט טאקע אין יענע כתבים, אז דער קדושת ציון האט נאך געזאגט א ווארט פון זיין טאטע מהר"ש הראשון, (דער ווארט איז געדריקט דארט), שפעטער האט ער געזעהן אז דער ווארט שטייט שוין אין זוהר הקדוש, האט זיין פאטער איהם איהם געזאגט בזה הלשון: "אז מען גנב'עט, גנב'עט מען נישט אין מארק, נאר אין א אונטער געסל".
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

געוואלד געשריגען....
דאס איז טאקע אנ'עוולה
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איך וועל גיין ווייטער,
וואס מ'חזר'ט איבער אסאך מאהל אין באבוב אז הב' משה ארל'ע בן הקדושת ציון הי"ד האט געשריבען עטליכע בריעוון צו שמואל ראזענגארטן פון מאנטריאל, אין די מכתבים זענען פארהאן חידו"ת פון זיין פאטער וואס איז שפעטער אריין אין ספר קדושת ציון.

איז דאס טאקע אזוי פונקטליך?
וויפיל בריעוון סאך הכל זענען געווארען געדריקט ביז היינט צו טאג שנת תשע"ג, פון הב' משה אהרן הי"ד?
בלויז איינצעלע זענען געווארען געדריקט אין ירחון/קובצי 'כרם שלמה', וויפיל פון די בריעוון פארמאגען אין זיך א 'תורה' פון דער קדושת ציון? קיין איינס נישט!
צוויי תורות געדריקט אין קדושת ציון וואס מכלומרשט קומט פון די מכתבים פון הב' משה אהרן הי"ד, איז אזוי, ביי איינס שטייט בפירוש אז ער האט דאס נאכגעזאגט 'בשם', דער אנדערע היות ער האט געשריבען בלשונות מליצות כאפט מען זיך נישט אבער דאס איז אויך פון א צווייטען עכ"פ נישט פון דער קדושת ציון. די צוויי בריעוון אין נאך עטליכע זענען קיינמאהל נישט געמאכט געווארען פאבליק! מטעם הכמוס...

לאמיר אריין קוקען טיפער אין דער זאך.
איך וועל מעתיק זיין וואס שטייט אין ספר מקדשי השם פון ווייצענער רב, אין דער חלק זר זהב (פקודי, אות רעא), וז"ל:
"וכעת באו לידי עלים (קרעקטורען) מספר קדושת ציון עה"ת מכ"ק דודי אדמו"ר הקדוש מבאבוב ז"ל הי"ד, וראיתי שהביא בפ' תצוה פירוש הנ"ל (זר זהב אות ער) והוסיף מבנו ידיד"נ הב' החו"ב גדול בתוי"ש הקדוש כמר משה אהרן הי"ד שהוסיף דבפ' תצוה כתוב במעיל..."
דער ווייצען'ער רב שרייבט וואס מ'האט איהם געוויזען דעם קדושת ציון איידיער עס איז געגאנגען צום דרוק. אין ער מערקט אויף א הוספה וואס הב' משה אהרן הי"ד האט מוסיף געוועהן אויף זיין טאטע'ס א ווארט. עכ"פ דער ווארט פון קדושת ציון אליינס שטייט אין אות ע"ר, אין דער הוספה פון הב' משה אהרן שטייט אין אות רע"א
יעצט מיש אויף דעם ספר קדושת ציון צו פרשת תצוה (דף קמו, ד"ה שפה יהיה לפיו), וועט מען זעהן אז זיי האבען צוזאם געשמאלצען ביידע פאר איין תורה, אין אנשטאט שרייבען אז דער הוספה איז פון הב' משה אהרן שטייט אזוי: "ויש להוסיף רמז על דבריהם".
איז די שאלה ווי איז די ארגינעלע כתבים און וואס שטייט דארט? פון וועם איז טאקע דער הוספה פון דער קדושת ציון אדער זיין זוהן הב' משה אהרן הי"ד?

אין זר זהב (בראשית, אות יא) ברענגט דער ווייצען'ער רב א 'תורה' פון דער קדושת ציון, די מוציאים לאור פון דער ספר קדושת ציון האבען דאס איבער געשריבען אין געמאכט א לענג אין א ברייטס, נאך מער האבען זיי דארט אריין געשטופט נאך א ווארט וואס שטייט בכלל נישט אין זר זהב (עי' קדושת ציון פרשת מצורע דף קסב) דער הוספה וואס דער מו"ל האט מוסיף געוועהן על שמו פון דער קדושת ציון איז דארט ד"ה ובזה פירשו המפרשים.
דער תירוץ אויף דעם זיוף אז דער ווייצען'ער האט דאס געזאגט פאר די מוציאים לאור איז א הוילע בלאף.

ועוד יש להוסי"ף בזה אי"ה.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

הרב יש להוסיף
איך מוז זאגען אז איך ווער מער און מער איבערצייגט אז עס טויג נישט...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

חזקה על תעמולה שאינה חוזרת ריקם...
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ר' יוסף
what is your view on this affair?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

מיין וואוי איז: למד לשונך לומר איני יודע.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

גערעכט....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

הרב יש להוסיף, ווי וואנט מאר (בקמץ)
געוואלדיג געשריגען, וואס גייט דא פאר, א אומדעהערטע עוולה,
ממש אין מילים

קוקט אויס אז דו איינציגסטע אמת'ע זאך הנשאר לפליטה פונעם קדושת ציון, איז זיין פריוואטע יומן.....
וואס דאס קענען זיי ליידער אויך נישט ארויסגעבן פארן פובליק, מטעם הכמוס.......
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

ראש הקהל
איך מוז מודה זיין אז עס איז נישט צום גלויבען
און עס טוט מיר אין מיין הארץ שרעקליך וויי.....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

msp האט געשריבן:ראש הקהל
איך מוז מודה זיין אז עס איז נישט צום גלויבען
און עס טוט מיר אין מיין הארץ שרעקליך וויי.....


כ'בעהט דיר אבער, דאנט טעיק איט טא הארט, און נישט פערסאנעל....
איך גלייב אז דו ביסט נישט דו אפטרופס פאר באבוב
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אוודאי מאכט עס די עצם חסידות באבוב נישט אויס
און ביי די וואס האבען זיך געקלאמערט ביים פריערדיגער רב ז"ל וועט דער הייליגער רב ז"ל נישט קלענער
אבער דאך טוט אזא זאך וויי דאס הארצען אז עס זעהט אויס
אז עס זענען געווען אזאלכע וואס האבען געפיהלט אז מען דארף אויפבלאזען
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איך קען גיין ווייטער מיט מער שוינדליכער איפראמאציע, אבער איך וועל מוזען דערמאנען נעמען,
דאס איז צוליב ווייל איך גיי ברויכען דערמאנען די מקורות פון וואנעט עטליכע 'תורות' ווער עס האט זיי איבערגעגעבען פארן דריקן.
וועל איך זיך בעל כרחי איינהאלטן.

אגב, ס'בלויז דא נאר איין 'תורה' אין ספר קדושת ציון וואס קומט "מכתב יד קדשו", א קאפי פון דעם כת"י איז נאך אין ערגעץ נישט געווארען מפורסם, דהיינו נישט שערי ציון אדער שלומה של מלכות, איינער מוז דאך דאס האבען, מער ווי איין מענטש האט אין זיין באזיץ א קאפי פון דעם כת"י.
מעג איך זאגען אז דער כת"י קומט פון זיין יומן? אין ווי אנדערש איז דער געשריבענע 'תורה' ווי דער געדריקטע. (עי' קדושת ציון פרשת כי תבא דף רלב)
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

כ'בין געוועהן דעם פארגאנגענע ליל שב"ק ביים עריכת השולחן פון כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א- רבי יעקב יוסל'ע האלברשטאם שליט"א
האט ער דערמאנט ביים תורה דאס באקאנט ווארט פון קדושת ציון אויף ועיני ישראל כבדו מזוקן, ותו"ד בהקדם עובדא מהרה"ק האוהב ישראל מאפטא זצ"ל
אז יעקב אבינו אפילו ער האט נישט געקענט זעהן, אבער דברים שבקדושה האט ער יא געקענט זעהן, האט ער געזאגט כמה וכמה פעמים חזר את דבריו
אז און קדושת ציון האט מען צוגעלייגט און מוסיף געוועהן אבער דער קוטב איז דו זעלבע

הייסט עס שוטין יא א פארלעסליך ווארט פון קדושת ציון אליין, האט מען אויך געטאטשט כאוות נפשם,

ואחר כך אמר, אז נאכדעם וואס דער קדושת ציון האט געזאגט דער ווארט הנ"ל, האט א רב געפרעגט, ס'שטייט דאך שאינם ראויים לברכה, (ממילא זענען זיי ניישט געוועהן אזעלעכע קדושים), האט דער קדושת ציון צוריק גענטםפערט בצחות, אינם ראויים לברכת ברוך שפטרני,
האט רבי יעקב יוסל'ע געזאגט אז פון דעים ווערטל, איז דערנאך געווארן א גאנצע תורה און קדושת ציון, עיין בקדושת ציון ויונעם לך א גאנצע תורה , פון, פטון א פלעינע ווערטל שאינם ראויים לברכת ברך שפטרני

לא באתי רק להאיר ולהעיר
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

msp האט געשריבן:שוין
מען האט געענדיגט דער קדושת ציון
יעצט נעמט מען זיך צום עטרת שלמה...


אין דעם ספר עטרת שלמה פון הגה"ק מהר"ש מבאבוב הראשון זצ"ל איז דא צוויי תורות וואס קומען פון ספר בנין דוד.
פ' וארא אויף דעם פסוק הן בני ישראל לא שמעו וכו' (דף קמט) - קומט פון ספר בנין דוד פ' וירא אות עב (דפוס החדש)
פ' ויצא אויף דעם פסוק ויען יעקב ויאמר ללבן וגו' - קומט פון בנין דוד פ' לך אות נח

פארוואס האבען די מוצאים לאור געשפירט וויכטיג אז זיי זאלען זיך דארפן ארום שפילן מיט די לשונות? זיי וואלטן גערן געקענט מאכען קאפי ענד פעיסט, נאר אזוי ווי דער גאנצע ספר איז אויף אזא מהלך איז דאס אויך דא מיט געגאנגען מיט שלטה ידו.

אגב אין בנין דוד (חלק ב', פ' בשלח אות ד) פונעם כתב יד וואס ליגט לכאורה ביי רבי בעריש מייזליש אבד"ק סאטמאר ב"פ, איז דא א שיין ווארט פון מהר"ש מבאבוב, וואס גייט אזי:
'רבי זלמן נביא' דער זיידער פון רבי אלעזר ניסן מדראביטש, איז אנגעקומען צו התפשטות הגשמיות, ביז מרוב ההתפשטות האט ער אנגעהויבען צו שפאצירן אין דער לופט. און אין מדרש שטייט אז די אידן ביים ים זענען אנגעקומען צו אזא הויעכע מדריגה פון ראתה שפחה על הים וגו'. אויף דעם מהלך קען מען זאגען אז ווען די מצריים זענען אנגעקומען צו דער ים, האבען די אידן אנגעהויבען צו גיין אין דער לופט העכער דער ים, במילא 'חזר הים' און דערטראנקען די מצריים, דהיינו היות די אידן זענען געוועהן אין דער לופט, האט דער ים אונטער זיי געקענט דערטרונקען די מצריים.
מיט דעם טייטשט דער 'בנין דוד' 'כי בא סוס פרעה בים וישב ד' עליהם את מי הים [שהמצריים נטבעו], לכאורה ס'זענען נאך דאן געוועהן אידן אין דער ים, אבער על פי האמור היות זיי זענען געגאנגען העכער דער ים.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

ס'איז דא א אלטע כלל: צודערגיין וואס איז נישט, מוז מען ערשט זעהן וואס איז יא".
למשל ציוויסען וואס פאר א סארט ספרים איז נאבד געווארען במשך הדורות פון כלל ישראל, מוז מען ער ערשט קוקען אין די ספרים וואס עס זענען יא דא, אין פון די ספרים וואס אונז האבען יא קענען מיר זעהן וואס מיר האבען אלץ פארלוירען.

במה דברים אמורים, לענינינו צו דערגיין וועלעכע תורות קומען פון אנדערע ספרים אין זענען בזדון ובזיוף גדול געווארען ארויף געלייגט אויף דער נאמען פון הצה"ק רבי בן ציון הלברשטאם זצ"ל הי"ד אבד"ק באבוב, דארף מען בהקדם זעהן וועלכע קומען טאקע פון באבוב'ער רב הי"ד אין נאך מער פון דעם ווער זענען געוועהן די מענטשען וואס האבען איבערגעגעבן די תורות, אין עס איז שפעטער געווארען געדרוקט אין 'ספר קדושת ציון'.

נאך לאנגע אין שווערע הראוואניע אין דעם געביט, בין איך געבליבען עומד ומשתאה, תסמרנה שערות אנוש, עד היכן הדברים מגיעים, וואס די מוצאים לאור האבען אלץ געטוהן ככל אוות נפשם, געטוהן וואס עס האט זיך נאר זיי געגלוסט: צאם געשמאלצען תורות, איין געלייגט אייגענע מאמרי חז"ל, ארויס גענומען וואס זיי האבען נאר געוואלט, אריין געזעצט פאראגראפן וכו' וכו'. ס'דא א אלטע כלל אז איינמאהל מ'טוישט גייט עס מער אין מער, אין אט ביי דעם ספר שרייט דאס ארויס כמעט ביי יעדע פרשה, און אין ביי יעדע פרשה כמעט ביי יעדע תורה.

גווענדליך ווען מ'איז מלקט תורות פון א צדיק וואס איז נפטר געווארען אין ער האט גארנישט איבערגעלאזט קיין כתב יד וכדומה, נאר מ'איז מלקט מפי בעלי השמועה, שרייבט מען בדרך כלל דער מקורא נאמען פון דער וואס האט דאס איבערגעבען. דער ספר קדושת ציון וואס איז אזא סארט ליקוט פון תורות פארמאגט דאס נישט, לדעתי אזי די מוציאים לאור האבען געוואלט עס זאל האבען א פנים ווי א ריכטיגע ספר מיט א ערנסטע פנים, האבען זיי דאס אויס געלאזט אדער אולי אין יענע יארן תשכ"ז (נדפס על חלק התורה) אדער בשנת תשל"ו (נדפס המועדים ועוד, וכן ה'עטרת שלמה) איז דאס נאך נישט געוועהן אין סטייל. ממילא איז דער מלאכת החיפוש נאך די מקורות געוועהן זייער שווער, היות פון באבוב אליינס האט קיינער נישט געהאלפען אדער געוואלט צוהעלפן מיט דעם פראיעקט (כ'פארשטיי זיי...).

איך וועל עס אנטיילען אין דריי קאטעגאריעס, 1) חידו"ת וואס שטייט בשמו אין ספרים (לפני שנת תשכ"ז), 2) מכתבים ואגרות, 3) מפי בעל השמועה. דאס וואס קומט מפי בעל השמיע איז אויך איינגעטיילט אין דריי חלקים 1) נאך געזאגט א דבר תורה בשמו, 2) וואס האט א מעשה אדער א עובדה ארום איהר, 3) וואס הייבט נישט אן צו זיין פון דער באבוב'ער רב הי"ד.

איך וועל אנהייבען מיט א גרינגע דוגמא, וואס אויב מ'וויל קען מען דאס פארענפערן כאילו דאס איז נישט זיוף וכיוצ"ב:
דאס איז געווארען געדריט אין קובץ 'שערי ציון' תשרי תשכ"א, שנה ב' חוברת -
אין יעצט עפען דעם ספר קדושת ציון פרשת אמר דף קסט,ב ד"ה ולקחתם לכם וגו'
אטעטשמענטס
DOC100313-10032013121936.pdf
(109.31 KiB) געווארן דאונלאודעד 208 מאל
לעצט פארראכטן דורך ישלהוסיף אום דאנערשטאג אקטאבער 03, 2013 3:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

תנא ושייר, דער ערשטע תורה (געדריקט אין 'שערי ציון' תשרי תשכ"א, שנה ב' חוברת א') איז געדריקט אין קדושת ציון פ' לך לך (דף לה,ב).
דער צווייטע תורה וואס הייבט זיך אן בזה הלשון "אן אנדער מאל האט ער [הקדושת ציון] געטייטשט די מסורה, בהקדם וכו', איז נישט צום טרעפן אין די צוויי כרכים פון ספר קדושת ציון. פון וואנעט האט דער מוציא לאור פון דעם קובץ בשנת תשכ"א באקומען דעם חידו"ת, און פארוואס איז דאס נעלם געווארען שפעטער ביים דריקן דעם עצם ספר בשנת תשכ"ו (אדער לכה"פ בשנת תשל"ו)?
אטעטשמענטס
DOC100313-10032013140634.pdf
שערי ציון תשרי תשכ"א שנה ב' חוברת א' עמוד 12
(29.18 KiB) געווארן דאונלאודעד 138 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

אין ספר קדושת ציון פרשת ויצא (עמוד נ"ח, ד"ה באופן אחר) שטייט דערמאנט וואס מהרב"ץ מבאבוב הי"ד האט נאכגעזאגט א מימרא פון דער צאנזער רב, שטייט בזה הלשון: "שפעם אחת שאלו שאלו מפיו מדוע הוא מבזבז כל ממונו לצדקה וכו'" וע"ש.
לגבי דעם מימרא אין ווער דער פרעגער איז געוועהן שטייט שוין דערמאנט אין ספר תהלות חיים יו"ל ע"י רבי צבי בריננער, (כתובות נ' ע"א, דף קמו), ער איז מעתיק בין השאר אויך דער קדושת ציון, אין דער הערה (אות ב) שרייבט ער "כ"ק אדמו"ר שליט"א מבאבוב סיפור שכך שאלו בנו הגה"ק מגארליץ זי"ע..." ער שרייבט אבער נישט ווען און פארוועם דער מהר"ש מבאבוב זצ"ל האט מגלה געוועהן אז דאס איז געוועהן הגה"ק מגארליץ.

על כן, וועל איך עס דערמאנען, דאס האט מהר"ש מבאבוב געזאגט ברבים בליל שבת קודש פרשת ויצא תשי"ט, אין תל אביב, ביי זיין ערשטע נסיעה קיין ארץ ישראל. דער 'תורה' בשם אביו האט ער דעמאלס נאכגעזאגט, אין דערציילט אז דאס איז געוועהן דער גארליץ'ער רב. ווי קאמיש איז דאס ווען דער רב אליינס האט דאס נאכגעזאגט אין נאך דערצו ברבים.

כאמור אז די מוצאים לאור האבען געטוהן כל מה שלבם חפץ, ומטעם הכמוס ארויס געווארפען דאס ווארט גארליץ פון ווערן געדרוקט אינם ספר, ווען דאס ווארט אין דער נסיעה בכלל איז שוין געווארען געדריקט בשנית תשי"ט-כ'.
דא האט איהר דעם קאפי.
אטעטשמענטס
ויהי בנסוע עמוד נד.pdf
הזכרת גארליץ בספר ויהי בנסוע עמוד נד
(27.55 KiB) געווארן דאונלאודעד 149 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

להערה בעלמא:

אין ספר מכתבי קודש - מכתבי קודש מכ"ק רבותינו מבאבוב וכו',
מכתב א' איז דא א ברייט באקאנטע בריעוו פון ערשטע באבוב'ער רב צו זיין שווער רבי יהושע'לע קאמינקא.

דער בריעוו וואס איז צום ערשטע מאהל נתפרסם געווארען נאכען ווערן געדריקט טאקע אין דעם ספר בשנת תשל"ג, נו לכאורה אזא סארט בריעוו וואס ווערט געדרוקט צום ערשטע מאל בשנת תשל"ג וואלט געדארפט זיין פון א כתב יד.
אבער אזא כתב יד וועט איהר קיינמאהל מאל נישט זעהן, ווייל ס'נישט פארהאן אזאנס.

דעמאלס מסתמא איז דאך עס פון א העתקה, יא גערעכט, לשיטתם גייט דער ראללער קאוסטער בערך מיט אזא סארט נוסח:
אז רבי שלמה'לע רובין איידעם פונעם 'קדושת ציון' וואס האט געזעהן דעם כתב יד האט דאס מעתיק געוועהן, אין געשיקט צו זיין פעטער ר' משה'לע רובין פון צאנז, בקיצור איינער איז געקומען אין מעתיק געוועהן ביי רבי משה'לע וכו', דער צעשינוב רבי, רבי שלום יחזקאל שרגא רובין האלבערשטאם האט דאס מעתיק געוועהן פון א העתקה וואס האט מעתיק געוועהן פון יענע העתקה וואס איז געוועהן ביי רבי משה'לע פון צאנז. לאמיתו של דבר דער מכתב פלאי (דור חמישי) פון ווי דער צעשינוב רבי האט עס מעתיק געוועהן איז אויך נעלם געווארען.

דער גאנצע נוסח פון דער בריעוו אין להוט בערפל, דער העתק האט נישט געהאט קיין אנהייב אין קיין סוף, דהיינו צו וועמען מ'האט עס געשיקט אין דער חתימה, דאס איז צוגעקומען ביי איינע פון די שפעטערדיקע העתקות (צו פון איינע וואס האט געזעהן געזעהן דעם ארגינעלע אדער מכח זכרון פון א אנדערע, ובא הכתוב השלישי א דריטע גירסא אז דאס איז בכלל נישט געוועהן קיין בריעוו פון מהר"ש הראשון לחותנו נאר וואס רבי שלמה רובין האט געשריבען וואס ער האט געהערט פון זיין שווער ה'קדושת ציון'.

נישט קיין נפק"מ וואס, דער מוציא לאור פון 'מכתבי קודש' האט זיך פארלאזט אויף דער העתקה וואס איז געוועהן ביים צעשינוב רבי, אין טאקע נישט דערמאנט מאין בא לו המכתב. (הער נישט אלעמאהל האט ער דערמאנט דער מקור פון ווי געוויסע בריעוו קומט פון...).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35243
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' איד, מיר האפן אז איר שלאפט רואיג ביינאכט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

איין 'תורה' אדער צוויי שמועסן צאם געשמאלצען? איבער די מקורות פון דיע 'תורות' אין אלע אנדערע פאלגט נאך די קומענדיגע תגובות.

עכ"פ זעה דעם עטעטשמענט, דערנאך עפען דעם ספר קדושת ציון צו פרשת כי תבוא דף רלד,ב.
איך וואלט דאס נישט אנגערופען פארשענערט אדער אויס געארבעט, נאר...
אטעטשמענטס
קדושת ציון כי תבוא דף רלד.pdf
מקור: שערי ציון אלול תש"ך, שנה א' חוברת ט
(51.16 KiB) געווארן דאונלאודעד 209 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

פארשענערט

די עטעטשמענט איז פון שערי ציון תמוז אב תש"ך שנה א' חוברת ז - ח
פארשענערט אין קדושת ציון (ח"ב) שבת קודש דף כח
אטעטשמענטס
שערי ציון תמוז אב תשך שנה א חוברת ז ח.pdf
שערי ציון תמוז אב תש"ך
(57.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 200 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דא איז עפעס מאדענע,
אין קדושת ציון פרשת קרח עמוד קצד-קצה ד"ה הסימן שבסוף הפרשה
עס איז צוגעקומען א "ושמעתי מפי כ"ק אאמו"ר זצ"ל", די כוונה איז אויף דער ערשטע באבוב'ער רב זצ"ל
אין געזעהן אז די תורה זעלבט איז שוין א פריעדיגע האט מען צוגעלייגט דעם לעצטע שטיקל.

איך וויל אויפמערקזאם מאכען אז איך וועל דערווייל נאך נישט שרייבען די ארגינעלע מקורות, ווער האט איבער געגעבען וועלעכע תורה, צוליב אלץ שוכני עפר ודברים כיוצא בזה, אדער חשש לשון הרע, אבער דאס וועט נאך קומען אויף א געוויסע אופן אין שפעטערדיגע תגובות.
אטעטשמענטס
שערי ציון אייר תשכא 15.pdf
שייך לקדושת ציון פ' קרח
(54.84 KiB) געווארן דאונלאודעד 189 מאל
שערי ציון אייר תשכא 14.pdf
קדושת ציון פרשת קרח
(70.13 KiB) געווארן דאונלאודעד 178 מאל
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דא אין דעם עטעטשמענט איז דא דריי תורות, אויף פרשת תזריע, פרשת ויגש, און אויף פסח.

אויף פרשת ויגש (קדושת ציון עמוד סט ד"ה ויעזוב), אין פסח (קדושת ציון, פסח, עמוד סה האבען די מוציאים לאור פשוט פארבעסערט אדער פארשענערט, הגם כ'פארשטיי בלויז בערך פארוואס א תורה אויפן מדרש הים ראה וינס קומט דארט אריין אין נישט אויף פרשת בשלח וכדומה, אבער זאל זיין אזוי.

אין פרשת תזריע (קדושת ציון עמוד קס), דא האט מען געהאט אויף וואס צו ארבעטן, מ'האט טאקע געמאכט א לענגס אין א ברייט, אפילו צוגעלייגט א פאראגראף (עמוד קסא ד"ה והנה אמרו).

(דער אנדערע תורה דארט אויף 'רמז למכות של מצריים' איז פון הב' משה אהר'לע הי"ד)
אטעטשמענטס
שערי ציון ניסן תשכב 11.pdf
(71.74 KiB) געווארן דאונלאודעד 171 מאל
שערי ציון ניסן תשכב 12.pdf
(76.15 KiB) געווארן דאונלאודעד 160 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”