בלאט 1 פון 7

ביכער פון משכילים

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 13, 2011 7:08 pm
דורך יגעתי ומצאתי
יארן לאנג וואס די אלע השכלה ביכער – אריינגערעכנט ספרים וואס זייערע מחברים זענען געווען משכילים – איז נישט געווען צו באקומען ביי ערליכע אידן, די מלחמה וואס אונזערע רבי'ס זי"ע האבן געפירט קעגן השכלה האט באוויזן צו מאכן פארשווינדן די גרעסטע רוב פון זייערע ביכער, צוזאמען מיט דעם איז פארשווינדן געווארן אין תהום די נעמען פון זייערע מחברים, רוב מענטשן ווייסן נישט די נעמען פון די משכילים וואס האבן בשעתם איבערגעדרייט א וועלט, און נאך ווייניגער ווייסן אז זיי האבן געשריבן ספרים.

אבער מיטן אויפקום פונעם אינטערנעט האט זיך דאס געטוישט, די אלע ביכער זענען פריש ארויפגעלייגט געווארן און עס איז בהישג יד פאר יעדעם וואס האט צוטריט צום אינטערנעט, און אפי' ווער עס האט נאר די היברו בוקס הארד-דרייוו אדער אוצר החכמה. דערפאר ווערן מענטשן נכשל אריינצוקוקן און לערנען ביכער פון משכילים בלויז צוליב חסרון ידיעה, נישט וויסענדיג אז דער מחבר איז געווען א אפיקורס און משכיל, וואס ווען ער וואלט דאס געוויסט וואלט ער קיינמאל נישט אריינגעקוקט.

איך האב געהאט אין פלאן צו עפענען א אשכול אין זכור ימות עולם איבער די היסטאריע פון די משכילים און השכלה, אז דער עולם זאל וויסן מער איבער די משכילים און וויסן זיך צו היטן פון זייערע ביכער, אבער אזויווי איך גיי שוין פון דא איז דאס מיר נישט מעגליך, עפן איך די אשכול בלויז אויסצושמועסן אין קורצן די ביכער וואס איך האב געטראפן פון משכילים (אויף היברו בוקס), והמוסיף מוסיפין לו.

משה מעדלזאהן
דער באקאנטער גרינדער פון השכלה, ער ווערט אויך דערמאנט מיט די נעמען רמ"ד, רמבמ"ן.
זיין ביכל קהלת מוסר איז דא אויף היברו בוקס (אונטערן נאמען משה סופר, מן הסתם ווייל זיין פאטער איז געווען א סופר סת"ם), אויך איז דא זעקס פון די מילת ההגיון פון רמב"ם ז"ל, בלויז איינס איז נישט מיטן ביאור (אדער ווי צדיקים האבן געזאגט, ביעור) פון רמ"ד ימ"ש. איינס (שנת תקכ"ב) ווערט די ביאור אנגעגעבן מיט א פאלטשע נאמען שמשון הקלירי, אבער דאס איז די ביאור פון מענדלזאהן.
כאטש דער איסור און חרם איז געווען קעגן זיינע חומשים מיטן תרגום, צוליב טעמים וואס זענען נישט שייך היינט (מען זאל נישט לערנען דייטש, וכדו'), איז דאס געווען ווייל מען האט נאכנישט געוואוסט פון זיינע גראבע אפיקורסות, אבער שפעטער ווען מען האט איבערגעדרוקט זיינע דייטשע ביכער אין לשון הקודש איז נתגלה געווארן זיין שרעקליכע כפירה, ער האט נישט נאר כופר געווען אין געוויסע יסודות הדת, נאר ער האט בכלל געלייקנט אז עס איז דא אזא זאך ווי אמונה (עפ"ל).
דער דברי חיים שרייבט אין יו"ד ח"ב סי' ס' בזה"ל: שאלה, בעסק הספר מאפיקורס שהעתיק מלת הגיון עם פירוש מר' מה לעשות בו וכו', לכן בוודאי ראוי לשריפה, אך כמדומה לי ששמעתי מאדמו"ח זלל"ה (בעל ברוך טעם זצ"ל) שבא מעשה כזה לידו וצוה לגנזו בכ"ח חדש על בה"ק, וטעמו לא ידעתי, זה ראיתי להודיע לכ"ת והבוחר יבחר עכל"ק. זעהט מען פון דעם אז ער האט אנגענומען פשוט אז אלע זיינע ספרים איז אסור צו לערנען, די שאלה איז נאר וואס מען דארף טוהן דערמיט, פארברענען אדער גונז זיין (מן הסתם ווייל עס האט אויך פונעם רמב"ם).

נפתלי הירץ וויזל.
ווערט אויך אנגערופן נה"ו, פון מענדלזאהןס נאנטע מענטשן, זיינע ביכער האב איך נישט געטראפן אויף היברו בוקס, אבער עס איז מן הסתם דא צו טרעפן אויף אנדערע פלעצער.
ער האט געהאט געשריבן אפאר ספרים, ער האט אפי' באקומען א הסכמה פונעם נודע ביהודה, שפעטער האט ער ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען דברי שלום ואמת, דארט שרייבט ער אז מען דארף לערנען פרעמדע חכמות ווייל אויב נישט איז די תורה גארנישט ווערט און נאך אזעלכע שטותים, דער נודע ביהודה און נאך גדולי ישראל זענען גאר שארף ארויסגעקומען קעגן אים און אויך געאסרט זיינע פריערדיגע ספרים (די נודע ביהודה האט געזאגט גאר שארפע דיבורים קעגן אים אין זיינע אלע ספרים, איך האב עס נישט דא ביי די האנט), ער אליין שרייבט אין א בריוו אז דער נודע ביהודה, ר' דוד מליסא, און דער גר"א רודפן אים.
עס איז דא וואס זאגן אז ער האט סוף ימיו חרטה געהאט, קיין קראנטע ראי' דערויף איז נישט דא, מן הסתם איז דאס געבויעט דערויף וואס ער האט אויפגעהערט שרייבן אינעם משכילישן "המאסף" ווי ער איז געווען אן אקטיווע שרייבער, אבער דאס איז נישט קיין שטארקע ראי' ווייל זייער אסאך משכילים זענען ארויסגעטרעטן פונעם המאסף.

שמואל דוד לוצאטו
אויך באקאנט אלס שד"ל, זעקס פון זיינע ביכער איז דא אויף היברו בוקס, דער רשע איז געווען א געפערליכע אפיקורס, אלס שנוק פון צוואנציג יאר האט ער שוין פארפירט קעגן נישט קיין צווייטער ווי שלמה המלך, ער האט פוער פיו געווען קעגן ספר קהלת (ער האט יארן שפעטער צוריקגעצויגן זאגנדיג אז ער האט זיך באנארישט, א שיינעם דאנק), ער האט זיך געוואגט ארויסצוטרעטן אויך קעגן רמב"ם, דער איינציגסטער פון די משכילים וואס האט זיך דאס געוואגט. ער איז געווען א האלבע קראי, ער האט צוזאמגערעדט לאקשן איבער די שייכות פון תושב"כ מיט תושבע"פ.

הערץ האמבערג
איינע פון די נאנטע מענטשן פון מענדלזאהן, דריי פון זיינע ביכער איז דא אויף היברו בוקס.

אהרן חארינער
דער באוואוסטער רשע און משכיל וואס איז געווען רב אין אראד איבער פערציג יאר, פארוואנדלענדיג עס פאר א עיר הנדחת, דריי פון זיינע משכילישע און העצערישע ביכער איז דא אויף היברו בוקס.


לעת עתה קען איך נישט ממשיך זיין, מעגליך איך וועל נאך צוריקקומען מיט נאך, דער עולם ווערט געבעטן צו שרייבן וואס מען ווייסט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 13, 2011 7:42 pm
דורך לכל זמן
וויאזוי איז דאס טאקע אז 'היברובוקס' כלומר'שט א חרדי'שע פראיעקט, זאל האבן די ביכער...?!

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 13, 2011 7:53 pm
דורך בחורהזעצער
היברו בוקס לייגט זיי ארויף מחמת חסרון ידיעה, אז מ'מעלדט זיי איין און זיי פארשטייען נעמען זיי דאס אראפ אזוי ווי ס'האט פאסירט כמה פעמים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 13, 2011 10:03 pm
דורך farshlufen
נה"ו'ס ספרים זענען שוין געוועזן אמאל אויף ה"ב, עליו ועל ספריו ועל צדיקי עולם שיצאו נגדו כתב אחד בבית אהרן וישראל ולאחרונה בקובץ עץ חיים.

שד"ל, הובא בהרבה ספרים שלאחרונה לומדים גם אצל חסידי ....  

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 13, 2011 10:09 pm
דורך לכל זמן
פארשלאפן, כתבת הנקודות לפי מספר האותיות?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 10:36 am
דורך msp
כנראה שלש אותיות ו" אחת....

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:20 am
דורך מומחה עצום
איינער ווייסט עפעס וועגן א מחבר "מאטקע חב"ד"

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:58 am
דורך והוא פלאי
farshlufen האט געשריבן:נה"ו'ס ספרים זענען שוין געוועזן אמאל אויף ה"ב, עליו ועל ספריו ועל צדיקי עולם שיצאו נגדו כתב אחד בבית אהרן וישראל ולאחרונה בקובץ עץ חיים.

שד"ל, הובא בהרבה ספרים שלאחרונה לומדים גם אצל חסידי ....  

שד"ל מובא בהגדה של האדמו"ר מליבאוויטש, שנדפס כהוספה לשו"ע הרב, במקור לסימני הסדר

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 11:59 am
דורך כ'שעם מיך
ונפקא מינה להלכה ולמעשה אויסצורייסן דאס בלעטל...

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:12 pm
דורך farshlufen
אגב, יש שכתבו כי מעיאר פיארעלע לעגווארדיע הי' נכדו, זיין מוטער איז געוועזן א לוצאטא.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 12:21 pm
דורך והוא פלאי
כ'שעם מיך האט געשריבן:ונפקא מינה להלכה ולמעשה אויסצורייסן דאס בלעטל...

או ללמוד מכאן מעשה רב

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 1:52 pm
דורך מי חכם
מומחה עצום האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס וועגן א מחבר "מאטקע חב"ד"


ללמדך, אז וויקיפעדיע עקזיסטירט פאר א סיבה.

מוטק'ה חב"ד

אגב, ראיתי במעלות לפני כמה שנים, שיש מיחסים כל הליצנות של חעלם על שמו, שהיה ברוגז עליהם מחמת שלא קידמוהו בלחם ומים.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 14, 2011 8:46 pm
דורך אויפריכטיג
שוין איינגעהאנדלט נאך עטליכע ידיעות אינעם באגאדזש...

אגב איז מיר געפאלן פינעם וויקיפעדיע די אויסלייג פון חב"ד = חכמה בלי דעת....

עס האט מיר דערמאנט א גוט ווארט וואס עס האט געזאגט ר' אוריאל ציממער ז"ל (א ליובאוויטשער חסיד): די ליובאוויטשער חסידים האבן חב"ד = חכמה בינה דעת, נאר אביסל שכל האבן זיי נישט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 2:14 pm
דורך שוטה
א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'מיין אז ס'איז נישט מפורסם, רעק"א אין די תשובות ברענגט דעם ביאור [לגבי דעם אפטייטש פון שמע ישראל].

דער מאטסדארף'ער רב ז"ל האט אמאל פארציילט פאר ר"מ ביק ז"ל אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם חת"ס זי"ע פארוואס ער פארפיהרט אזוי קעגן דעם ביאור ווען איינער פון די גדולי הדור קוקט יא אריין אין דעם, האט איהם דער חת"ס גענטפערט אז ס'וועט [אדער ס'האט] איהם שאטן ביי די דורות, האט הרב ביק געפרעגט ווער איז געווען דער גדול, און דער מאטסדארף'ער רב האט פראבירט זיך ארויסצודרייען אבער ס'איז שוין געווען לאחר המעשה און הרב ביק האט נישט נאכגעלאזט, איז דער מאטסדארף'ער רב ווייס געווארן און געזאגט: רעק"א [וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אהרן חארינער
דער באוואוסטער רשע און משכיל וואס איז געווען רב אין אראד איבער פערציג יאר, פארוואנדלענדיג עס פאר א עיר הנדחת

דער חת"ס שרייבט אין א תשובה אז 'אחר' איז ר"ת אהרן חרינער ראבינער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 3:00 pm
דורך א טענצל!
בחורהזעצער האט געשריבן:היברו בוקס לייגט זיי ארויף מחמת חסרון ידיעה, אז מ'מעלדט זיי איין און זיי פארשטייען נעמען זיי דאס אראפ אזוי ווי ס'האט פאסירט כמה פעמים.

ווי למשל מיטן ויוא"מ...

[נו, זאל זיך איינער מתנדב זיין זיי איינצומעלדן זיי זאלן אראפנעמען די פארשאלטענע טריפה'נע ביכער פון די רשעים ארורים ימ"ש וזכרם]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 6:09 pm
דורך מי חכם
שוטה האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'מיין אז ס'איז נישט מפורסם, רעק"א אין די תשובות ברענגט דעם ביאור [לגבי דעם אפטייטש פון שמע ישראל].

דער מאטסדארף'ער רב ז"ל האט אמאל פארציילט פאר ר"מ ביק ז"ל אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם חת"ס זי"ע פארוואס ער פארפיהרט אזוי קעגן דעם ביאור ווען איינער פון די גדולי הדור קוקט יא אריין אין דעם, האט איהם דער חת"ס גענטפערט אז ס'וועט [אדער ס'האט] איהם שאטן ביי די דורות, האט הרב ביק געפרעגט ווער איז געווען דער גדול, און דער מאטסדארף'ער רב האט פראבירט זיך ארויסצודרייען אבער ס'איז שוין געווען לאחר המעשה און הרב ביק האט נישט נאכגעלאזט, איז דער מאטסדארף'ער רב ווייס געווארן און געזאגט: רעק"א [וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אהרן חארינער
דער באוואוסטער רשע און משכיל וואס איז געווען רב אין אראד איבער פערציג יאר, פארוואנדלענדיג עס פאר א עיר הנדחת

דער חת"ס שרייבט אין א תשובה אז 'אחר' איז ר"ת אהרן חרינער ראבינער.


וואס איז געווען מיט די אייגער אייניקלעך?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 15, 2011 9:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
שוטה האט געשריבן:א אינטערעסאנטע זאך וואס כ'מיין אז ס'איז נישט מפורסם, רעק"א אין די תשובות ברענגט דעם ביאור [לגבי דעם אפטייטש פון שמע ישראל].

דער מאטסדארף'ער רב ז"ל האט אמאל פארציילט פאר ר"מ ביק ז"ל אז איינער האט אמאל געפרעגט דעם חת"ס זי"ע פארוואס ער פארפיהרט אזוי קעגן דעם ביאור ווען איינער פון די גדולי הדור קוקט יא אריין אין דעם, האט איהם דער חת"ס גענטפערט אז ס'וועט [אדער ס'האט] איהם שאטן ביי די דורות, האט הרב ביק געפרעגט ווער איז געווען דער גדול, און דער מאטסדארף'ער רב האט פראבירט זיך ארויסצודרייען אבער ס'איז שוין געווען לאחר המעשה און הרב ביק האט נישט נאכגעלאזט, איז דער מאטסדארף'ער רב ווייס געווארן און געזאגט: רעק"א [וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].


כ'מיין ס'פאסט נישט אזא תגובה!

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 12:04 am
דורך מי חכם
הער, אייוועלט איז נישט קיין ספר וואס מען דריקט לרבים, עס איז סך הכל א ווירטואלער קאווע שטיבל ווי מען רעדט כאשר ידבר איש אל רעהו. האמת ניתן להיאמר, און אויב א זאך איז אמת איז עס אמת. דוכט זיך אז ביי קיינעם אין די אויגן איז רעק"א'ס כבוד נישט פארמינערת געווארן קיין כהוא זה.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 3:49 am
דורך msp
עס זענען געווען אסאך גדולים וואס האבען כגעהאט קינדער וואס האבען נישט געטויגט
און ווי געזאגט מאכט עס די גדולים נישט קלענער....

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 5:13 am
דורך farshlufen
ערשטנס, בדורו ובמדינתו של רעק"א איז דאס געוועזן א מכת מדינה, די לופט איז געוועזן פארפעסטעט, אנדרלמוסיא באתה לעולם והרגה טובים ורעים.

צווייטענס, שטייט פון ר' שמעון זשעליכאווער אז רשע וטוב לו צדיק ורע לו מיינט מען אט דאס.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 5:15 am
דורך msp
הרב פארשלאפען
ווערט דאס געברענגט אין נהרי אש?
עס איז טאקע א געוואלדיגע דערהער...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 10:48 am
דורך מיללער
איבער די אייניקלעך פון הגרעק"א וועלכע האבן איבערגעלאזט דרכי אבותיהם זעה אינעם אשכול לתולדותיו (מיט בילדער).

-

אבער נפתלי הירץ וויזעל האב איך געלעזט אמאל (איך מיין אויף 'אן-די-מעין-ליין') אז דער טורדא רב הרב וועזעל איז געווען א באח"ב פון אים.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 11:00 am
דורך בחורהזעצער
מיללער איך האב שוין אויך געזעהן אזא טעאריע איבער הרב וועזעל אין בחדרי סו"ס אבער דער שרייבער דארט האט נישט געקענט צו צייכענען קיין מקור, אפשר וועט מע"כ תורתו קענען קלאר שטעלן דעם ענין מיט ברייטערע שטאמען.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 11:16 am
דורך באזעסענער
עס איז אן אינטערעסאנטע שמועס.

ווען איך האב א צייט צוריק דערציילט פאר אן עלטערן ת"ח אין די שמונים, איבער דעם היברו בוקס וכדו' אז אלע ספרים זענען צו דער האנט, איז געווען זיין ערשטע רעאקציע, "איז דארט אויך דא נישט כשר'ע ספרים!"
די עלטערע תלמידי חכמים איז ביי זיי איינגעבאקען דאס ענין פון נישט צורירן צו טרפה'נע ספרים ווי כ'האב אמאל געהערט פון א ת"ח איבער'ן דף, בערך אזוי: אז איך וויל נישט טאן א מצוה און גיין לערנען די הייליגע תורה זאל איך דאס טאן אויף א שאלה'דיגן אויפן!
איין גוטער כלל האבן די אלטע מלמדים שטענדיג גע'חזר'ט אז א ספר אן א הסכמה פון א גדול טאר מען נישט אין די האנט ארייננעמען.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 11:17 am
דורך מיללער
בחורהזעצער האט געשריבן:מיללער איך האב שוין אויך געזעהן אזא טעאריע איבער הרב וועזעל אין בחדרי סו"ס אבער דער שרייבער דארט האט נישט געקענט צו צייכענען קיין מקור, אפשר וועט מע"כ תורתו קענען קלאר שטעלן דעם ענין מיט ברייטערע שטאמען.


גערעכט, דארט האב איך טאקע געזעהן, איך ווייס דערווייל נישט קיין בעסערע מקור.