בלאט 4 פון 7
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 4:57 pm
דורך מיללער
Mayer האט געשריבן:איך וואלט געוואלגט וויסן וואס די בני חבורה האלטן וועיגן "יקותיאל אריה קאמעלהאר" ער האט ארויסגעגיבן דריי בענדער "דור דעה"
ספר 'הצופה לדורו' לתולדות הרב קמלהאר ע"י הרב יהושע מונדשיין:
http://www.hebrewbooks.org/31556
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 01, 2011 3:45 am
דורך msp
מי חכם האט געשריבן:ר' משה שענפעלד האט שוין צענזורירט א שיין חלק דערפון...
איז דא בכלל א לשון קודש'ע מהדורה אן קיין השמטות?
למיטב ידיעתי ניין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:45 am
דורך msp
וואס האלט איר
האט א פלאץ אין א היימישע ספר מיט הסכמות אראפ צו ברענגען שי"ר אלץ הרב שלמה יהודה ראפאפארט אב"ד פראג חדב"נ בעל הקצות החושן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:51 am
דורך farshlufen
פאר א מן הארץ אין היסטאריע איז עס נארמאל, שוין געזעו עמיצן ברענגען זיין יארצייט אויך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 10:29 am
דורך msp
חחחח
כ'ווייס נישט צו דאס איז א לימוד זכות פאר א מחבר ספר מיט הסכמות....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 1:19 pm
דורך יוסף שרייבער
שיר איז געגאנגען מיט א פראכטפילע ספאדיק מיט א זעלטענע הדרת פנים.
רב ישנוני דאכט זיך אז שיטת גרמניה איז געווען בבחינת יפיפיתו של יפת באוהלי שם,תוכו אכול וקליפתו זרוק.דארף מען טאקע זיין א ר' אביגדור מילער צו וויסען מבחין צו זיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 4:19 pm
דורך יגעתי ומצאתי
יוסף שרייבער האט געשריבן:שיר איז געגאנגען מיט א פראכטפילע ספאדיק מיט א זעלטענע הדרת פנים.
רב ישנוני דאכט זיך אז שיטת גרמניה איז געווען בבחינת יפיפיתו של יפת באוהלי שם,תוכו אכול וקליפתו זרוק.דארף מען טאקע זיין א ר' אביגדור מילער צו וויסען מבחין צו זיין.
אויך מיר.
farshlufen האט געשריבן:פאר א מן הארץ אין היסטאריע איז עס נארמאל, שוין געזעו עמיצן ברענגען זיין יארצייט אויך
אין די"ב איז היינט דערמאנט געווארן די יארצייט פון "רבי" שמואל יוסף פין מח"ס כנסת ישראל...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 4:34 pm
דורך farshlufen
האסט שוין אנגערופן דעם קינד ביים נאמען..
אגב, צומאל האט ער פאר סיבות לא ידיעות נישט שם אביהם,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 4:38 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 4:41 pm
דורך בחורהזעצער
שוין געטראפן דארטן אויך פון ר' ראובן מרגליות, פאסט נישט אין א סאטמערע שטאט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 7:44 pm
דורך גיוואלדיג
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:אין די"ב איז היינט דערמאנט געווארן די יארצייט פון "רבי" שמואל יוסף פין מח"ס כנסת ישראל...
בחורהזעצער האט געשריבן:שוין געטראפן דארטן אויך פון ר' ראובן מרגליות, פאסט נישט אין א סאטמערע שטאט
אדרבה רופט אריין און איר וועט גאר באקומען א צען דאלאר קרעדיט בדוק ומנוסה, ער האט גאר הנאה ווען מען רופט אריין...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 05, 2012 9:56 pm
דורך בחורהזעצער
וכך הוה, דעמאלטס האב איך אריינגערופן אן געלאזט א מעסעזש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 11:57 am
דורך בן בוזי
יוסף שרייבער האט געשריבן:שיר איז געגאנגען מיט א פראכטפילע ספאדיק מיט א זעלטענע הדרת פנים.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 2:39 am
דורך משה'עלע
די פנים אליינס איז נישט קיין הדרת פנים נאר דער טלית לאנגער בארד ועיין
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 10, 2012 4:13 am
דורך msp
ווען איז ער געווארען אנ'איידעם ביים אבני מילואים?
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 10:50 am
דורך יוסף שרייבער
בן בוזי, עס איז א שיין בילד, דאכט זיך עס איז פארהאנען נאך שענערע בילדער. דא האסטו א געמאלענע בילד.

- rap.jpg (30.69 KiB) געזעהן געווארן 337 מאל
משה'לה איך מיין אז אויב וואלסטו באגעגנט דעם איד אויפען גאס וואלט דיר נישט איינגעפאלען אז עפעס טויג נישט..
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 11:53 am
דורך לכתחילה אריבער
יוסף שרייבער האט געשריבן: משה'לה איך מיין אז אויב וואלסטו באגעגנט דעם איד אויפען גאס וואלט דיר נישט איינגעפאלען אז עפעס טויג נישט..
ס'איז נישט אינגאנצען אזוי, אריין אים חכמת הפרצוף אשכול!
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 11:55 am
דורך יוסף שרייבער
SPUSMN האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:שי"ר איז אנטקעגן פראג אביסל פרום געוועזן.
איך מיין אז שי"ר איז געווארען אן איידעם פון קצות ערשט נאכדעם וואס דער קצות האט שוין נישט געלעבט, חאטש עס איז דא אזעליכע וואס האבען אן אינטערעס צו זאגען אז ער האט אים יא געקענט. ביי מיר און מח איז קלאר אז דער קצות וואלט אים זיכער נישט גענומען פאר אן איידעם
דער קצות איז נפטר געווארען י"ט טבת תקע"ג. מאיר וונדר ברענגט אז שיר איז געווען אנגעטראגען ביים קצות ווען ער איז אלט געווען 18 ד.ה. בשנת תקס"ח אין דער קצות האט דאס באלד מדחה געווען, צום סוף האט ער חתונה געהאט עם בת הקצות נאך זיין פטירה און זי איז געווען זיין זיוג שני.
אבער אנדערע ברענגען אז ער האט שוין מיט איר חתונה געהאט בשנת תק"ע, פון די הקדמה פון די קצות דפו"ר (וואס שיר האט ארויסגעבן מיט זיינע הגהות און מפתחות) זעהט נישט אויס אז די משפחה איז נישט צופרידען פון עם..
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =2&hilite=http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=181http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=2
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 12, 2012 12:06 pm
דורך יוסף שרייבער
דא איז די אורגינעלע פעינטינג וואס איז לכאורה געמאכט געווארען בחייו, האט ער א הדרת פנים צו נישט?

- rap1.jpg (13.69 KiB) געזעהן געווארן 325 מאל
יצוין אז איך האב מיט שי"ר גארנישט איינגעלייגט, איך בין נאר מציין די נקודה.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 7:44 pm
דורך יוסף שרייבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן: משה'לה איך מיין אז אויב וואלסטו באגעגנט דעם איד אויפען גאס וואלט דיר נישט איינגעפאלען אז עפעס טויג נישט..
ס'איז נישט אינגאנצען אזוי, אריין אים חכמת הפרצוף אשכול!
נאך א בילד פון שי"ר, איך קען טאקע נישט חכמת הפרצוף (חוץ פון קויפען דער ספר חכמת היד והפרצוף ביי קבר ר' שמעון אין מירון, יענער דארט האט שוין זיכער פארקויפט אין די טויזענטערס פון דעם ספר) רב לכתחילה זאגט אז ער קען יא באמערקען אופען פנים, אקעי!
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 7:50 pm
דורך על דא ועל הא
שנעל, אן נאכקוקן, קען מיר איינער זאגן מה פשעו וחטאתו פון שי"ר?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 7:59 pm
דורך והוא פלאי
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 10:19 pm
דורך על דא ועל הא
אלף, איך האב געזאכט אן נאכקוקן. בית, און אז וויקיפעדיע זאגט - איז עס אמת? געב מיר א מינוט אין איך מאך מיך אן אקאונט אין וויקיפעדיע, און אין א מינוט שטייט עס מער נישט דארט.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 10:25 pm
דורך והוא פלאי
איך ווייס דאס פון גירסא דינקותא, אז ער איז געווען מגדולי המשכילים,
ער ווערט דערמאנט אין זייערע מכתבים, ער האט שטודירט, געשטופט זייער גאנג, וכו'
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:25 am
דורך משה'עלע
דער בילד פון ר' יוסף שרייבער האט יא מער א הדרת פנים פון א ת"ח.