בלאט 3 פון 7
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 4:50 pm
דורך SPUSMN
מיללער האט געשריבן:
אבער נפתלי הירץ וויזעל האב איך געלעזט אמאל (איך מיין אויף 'אן-די-מעין-ליין') אז דער טורדא רב הרב וועזעל איז געווען א באח"ב פון אים.
נישט מסתבר
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 10:20 am
דורך SPUSMN
SPUSMN האט געשריבן:
אויך איז אינטערעסאנט אז דער בוך האט א וועלט פון פרעמענוראנטען פון א סאך גדולי ישראל, וכמדומה לי אויך פון רבי לייבוש מטרניגראד
איך וויל פארעכטען וואס איך האב געשריבען, איך האב פארמישט די יוצרות מיט דער בוך "מוסדות תבל", ביידע האבען א סאך פרעמענוראנטען אבער וואס איך האב דא געשריבען איז מער אויף יענער בוך
דער בוך פון הערץ הומבורג האט ער צוויי מאל געדריקט, דער ערשטע און תקס"א און דער צווייטער און תקס"ז (אויב איך געדענק גיט), איך האב נאר געהאט אמאל און האנט דער צווייטע
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 10:37 am
דורך SPUSMN
farshlufen האט געשריבן:ערשטנס, בדורו ובמדינתו של רעק"א איז דאס געוועזן א מכת מדינה, די לופט איז געוועזן פארפעסטעט, אנדרלמוסיא באתה לעולם והרגה טובים ורעים.
צווייטענס, שטייט פון ר' שמעון זשעליכאווער אז רשע וטוב לו צדיק ורע לו מיינט מען אט דאס.
ריכטיג, רעק"א זי"ע איז פריער געווען רב און פרידלאנד און נאכדעם און פוזנא, ביידע שטעט וואס זענען געגאנגען א גאנג מיו דער שטרום פון רעפארם. ער האט געהאט פערצעהן קינדער און לויט ווי איך געדענק, פון דריי אדער מער האט ער געהאט נחת. זיין זוהן דער גאון רבי שלמה איגר זצ"ל איז דאך באוויסט, אויך פון דער חתם סופר'ס צווייטע רעביצין הצדיקת מרת סעריל (שרה) ע"ה א טאכטער פון רעק"א. זי איז געווען די אלמנה פון הגאון רבי אברהם משה קאלישער זצ"ל רב פון פילא, א זוהן פון דער בעל "היד החזקה" זצ"ל, דארטען און די הקדמה שרייבט דער מחבר אז די אלמנה פון זיין זוהן איז דער ווייב פונעם גרויסען גאון דער חתם סופר זי"ע. רבי אברהם משה'ס אייניקלעך זענען די הירשלער'ס פון לאנדאן
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 10:46 am
דורך מי חכם
דער חורבן הדור איז, אז די השכלה איז דא צוריק מיט פול פארס! און אנדערש ווי אמאל, ווען מען האט געדארפט זיך באהאלטן חדר בתוך חדר און דורך גיין שבעה מדורי גיהנם ביז מען האט געלייגט א האנט אויף א משכיל'יש ביכל, איז דאס היינט א קוועטש מיטן קנעפל אוועק. און כמדומה אז קיין איין פילטער פילטערט עס נישט. אנומעלט איז אזא סייט אפילו געווען געלינקט אויף היימישע פארומס.
דער תשובת המשקל וואס איך וואלט געוואלט זען, אז פונקט ווי אמאל, האבן די גדולי הדור איינגעפירט די צייטונגען און ליין מאטריאל ווי אן ענטפער צו די השכלה ליטעראטור, ברויך זיך יעדער וואס קען אנשטרענגען און ארויסלייגן שיינע אומזיסטיגע ליין מאטריאל אויף דער געוועב, על טהרת הקודש. כנלענ"ד.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 11:05 am
דורך farshlufen
מי חכם האט געשריבן:דער חורבן הדור איז, אז די השכלה איז דא צוריק מיט פול פארס!
אנטשולדיגט, איר באגרייפט נישט וואס השכלה איז געוועזן.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 11:15 am
דורך SPUSMN
farshlufen האט געשריבן:שי"ר איז אנטקעגן פראג אביסל פרום געוועזן.
איך מיין אז שי"ר איז געווארען אן איידעם פון קצות ערשט נאכדעם וואס דער קצות האט שוין נישט געלעבט, חאטש עס איז דא אזעליכע וואס האבען אן אינטערעס צו זאגען אז ער האט אים יא געקענט. ביי מיר און מח איז קלאר אז דער קצות וואלט אים זיכער נישט גענומען פאר אן איידעם
און שנת תר"ה נאך דער נידערטרעכטיגער אסיפה און ברוינשווייג איז שי"ר ארויס גע'קומען מיט א בריוו קעגען זיי, דא האט ער זיך אנגענומען פאר זיינע קרובים און אונגארן דער קונטרס הספיקות קינדער (פאר דער וואס ווייסט נישט, דער קונטרס הספיקות איז געווען א ברידער פון קצות). ו
ביים טיילונג און אונגארן און שנת תרכ"ט האט ער שוין נישט געלעבט, ווייסען מיר נישט צו ער וואלט מיט געגאנגען מיט די נעאלגאגען אדער מיט די סטאטוס קווא
ער איז געווען פון די גרעסטע מיוחסים און זיין דור, זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון דער מרכבת המשנה, ער איז געווען א וואוילע בחור ביז די אכצעהן יאר ווען נחמן קראכמאל האט אים אוועק געשלעפט פון די גמרא און געמאכט א משכיל
אויך איז אינטערעסאנט אז דער כלילת יופי ברענגט אים אלס "ידידי שי"ר". ו
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 11:17 am
דורך SPUSMN
farshlufen האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:דער חורבן הדור איז, אז די השכלה איז דא צוריק מיט פול פארס!
אנטשולדיגט, איר באגרייפט נישט וואס השכלה איז געוועזן.
ביזט גערעכט, היינט קען מען ציילען משכילים אויף די פינגער, היינט איז מען אדער א איד אדער א גוי
no in betweens
ברוך השם אז השכלה איז אינטער געגאנגען
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 11:33 am
דורך Mayer
איך וואלט געוואלגט וויסן וואס די בני חבורה האלטן וועיגן "יקותיאל אריה קאמעלהאר" ער האט ארויסגעגיבן דריי בענדער "דור דעה"
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 12:47 pm
דורך בחורהזעצער
איך האלט ווי מי חכם אבער נישט אינגאנצן, דהיינו אז עס איז אמת אז דאס איז נישט די נסיון הדור נאר געציילטע ליידן דערויף, אבער לויט ווי איך האב פארשטאנען פון יענע צייטונג איז דאס רוסישע השכלה במילואה, עס שמעקט פון שלום עליכם און מענדל מוכר ספרים...
לכאורה איז דאס א תוצאה פון א שטארקע צמצום אין וואס די באטרעפענדע זענען אויסגעוואקסן...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:11 pm
דורך אךשמח
SPUSMN האט געשריבן:והוא פלאי האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:נה"ו'ס ספרים זענען שוין געוועזן אמאל אויף ה"ב, עליו ועל ספריו ועל צדיקי עולם שיצאו נגדו כתב אחד בבית אהרן וישראל ולאחרונה בקובץ עץ חיים.
שד"ל, הובא בהרבה ספרים שלאחרונה לומדים גם אצל חסידי ....
שד"ל מובא בהגדה של האדמו"ר מליבאוויטש, שנדפס כהוספה לשו"ע הרב, במקור לסימני הסדר
רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט רעדען מיט כבוד אויף שד"ל, אזוי געדענק איך
ר' אביגדור האט אויך גערעדט גוט אויף רמײד אליין.
ער האט געזאגט אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם וואס ער האט געמיינט אז יעדער קען גיין אויף דעם מהלך ווי ער, וואס האט געהאט א גאר גוטן קאפ.
אויך האט ער גערעדט איבער זיין ביאור אויפן חומש אין וואס רבי אביגדור האט געזען אלס שיינער מפרש.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:15 pm
דורך שטארק זיך
Mayer האט געשריבן:איך וואלט געוואלגט וויסן וואס די בני חבורה האלטן וועיגן "יקותיאל אריה קאמעלהאר" ער האט ארויסגעגיבן דריי בענדער "דור דעה"
און נאך ווי צב״ש מופת הדור אויף דעם נודע ביהודה.
אויף וויפיל ער שרייבט פאקט, האב איך שטארק הנאה פונעם (נישט אזוי ווייט דאס נאמנות - מיט וואס ער איז נישט אויסגעצייכענט - ווי מיט סטיל), ווען עס קומט צו זיינע הוספות מיט מיינונגן, ... כעל לאזן אנדערע זיך פארשמוצן די ידים...
...
פלאי, דו פארשטייסט וואו דו פארסט איא..?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:25 pm
דורך farshlufen
אך שמח, אין חידוש בדבר כי זו הי' שיטת יוצאי וכו' וואס דארט ר' בנימין פרענקל אויך געוועזן א מאן דאמר.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:27 pm
דורך שטארק זיך
שטארק זיך האט געשריבן:Mayer האט געשריבן:איך וואלט געוואלגט וויסן וואס די בני חבורה האלטן וועיגן "יקותיאל אריה קאמעלהאר" ער האט ארויסגעגיבן דריי בענדער "דור דעה"
און נאך ווי צב״ש מופת הדור אויף דעם נודע ביהודה.
אויף וויפיל ער שרייבט פאקט, האב איך שטארק הנאה פונעם (נישט אזוי ווייט דאס נאמנות - מיט וואס ער איז נישט אויסגעצייכענט - ווי מיט סטיל), ווען עס קומט צו זיינע הוספות מיט מיינונגן, ... כעל לאזן אנדערע זיך פארשמוצן די ידים...
...
פלאי, דו פארשטייסט וואו דו פארסט איא..?
טעות, לעצטע שורה געוואנדן צו אך שמח (נישט פלאי) און איצט אויך צו פארשלאפן...
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 1:29 pm
דורך farshlufen
נו נו.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:11 am
דורך יגעתי ומצאתי
farshlufen האט געשריבן:מ'האב מיר ערגעץ א שמועס איבער דעם רשב"ן, זוך עס אפיר.
ממש קלייניגקייטןך, איבער "אנשי דס"ש" האב איך גארנישט געפונען.
Mayer האט געשריבן:איך וואלט געוואלגט וויסן וואס די בני חבורה האלטן וועיגן "יקותיאל אריה קאמעלהאר" ער האט ארויסגעגיבן דריי בענדער "דור דעה"
קוק דא איבער אים, און כאפ א בליק אויף די הסכמות פון די מעשי למלך ועוד אויף זיין ספר דורות הראשונים (עפעס אזוי), מיט משכילים האט ער נישט געהאט די מינדעסטע שייכות. ער איז געווען א דורכגעווייקטע חסיד (כאטש ער האט געהאט א מאדנע צוגאנג דערצו). מעגליך ער איז אויך געווען א משהו געכאפט אין התלהבות צו ישוב א"י אזויווי נאך טויזענטער ת"ח און ערליכע אידן בדורו.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:13 am
דורך יגעתי ומצאתי
farshlufen האט געשריבן:אך שמח, אין חידוש בדבר כי זו הי' שיטת יוצאי וכו' וואס דארט ר' בנימין פרענקל אויך געוועזן א מאן דאמר.
מי זה? איר מיינט זכרי' פראנקעל? עס איז געווען ערליכע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה וואו ז"פ איז געווען א מ"ד?
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 11:15 am
דורך יהיה כן
געפעלט מיר נישט וואס קאמעלהאר שרייבט (אין דור דעה) אויפן גר״א, בנוגע פארוואס ער האט שארף ארויס געטרעטן געגן דרך החסידות און נישט גענומען א שטעלונג אין די מחלוקת הגריעב״ץ מיט רבי יונתן.....
באט נאך אלעם ער איז גוט....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 3:42 am
דורך msp
יהיה כן איז גערעכט
איך האב דארכגעליינט זיינע צוויי בענדער משרתיו אש לוהט
און עס שמעקט בכלל נישט משכיליש
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 7:42 am
דורך שטארק זיך
משרתיו אש לוהט איז א ליקוט פון זיינע סיפורים, כ׳מיין אז זיינע שיטות אין ביאורים זענען דארט נישט פארהאן.
אזוי צו אזוי איז יהי כן גערעכט, קיין משכיל איז ער ווייט נישט געווען, הגם ער קוקט אן גדו״י מיט דעם דייטשישן גשמיות׳דיגן בליק ווי מארקוס אין ״דאס חסידיזום״.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 7:59 am
דורך farshlufen
שטארק זיך האט געשריבן:הגם ער קוקט אן גדו״י מיט דעם דייטשישן גשמיות׳דיגן בליק ווי מארקוס אין ״דאס חסידיזום״.
הלא מביא מדבריו בשם אומרו:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=5מארקוס הי' תלמיד או חסיד של התפארת שלמה?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 8:00 am
דורך farshlufen
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:אך שמח, אין חידוש בדבר כי זו הי' שיטת יוצאי וכו' וואס דארט ר' בנימין פרענקל אויך געוועזן א מאן דאמר.
מי זה? איר מיינט זכרי' פראנקעל? עס איז געווען ערליכע אידן מדקדקים בקלה כבחמורה וואו ז"פ איז געווען א מ"ד?
ניין, פרעגט אן ר' ג"ט.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 8:36 am
דורך אוהב חכמה
farshlufen האט געשריבן:מארקוס הי' תלמיד או חסיד של התפארת שלמה?
אמנם כן, ער שרייבט אין חסידיזמוס אז ער איז געווען ביי אים די לעצטע פיר יאר. ער שאצט דארט אפ (בגודל תבונתו) אז זיין נשמה איז געווען דומה צו נשמות הנביאים...
דוכט זיך ער האט זיך געדרייט אויך אין די רוז'ינע הויפן.
אסאך האבן זיך טועה געווען אין דעם מארקוס. ר' משה שעהנפעלד ע"ה האט אמאל איבערגעזעצט דעם ספר צו לה"ק, הוי האט זיך דאן געקאכט! פון ר' פנחס דוד וועבערמאן ביז להבדיל גרשום שלום האבן אלע געשריבן דערקעגן, (א חלק פון דעם איז געדרוקט אין "בעד למסוה", א גאנץ קונטרס'ל בענין זה). ועי' עוד
כאן.
חוץ פון זיינע "השגות'דיגע" דמיונות האט ער אויך אסאך טעותים אין פאקטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 8:53 am
דורך msp
ער האט אויך שטארק קריטיקירט דער קאצקער מהלך...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 9:23 am
דורך בחורהזעצער
דאכט זיך אז הרב דאמב אין "העתקות", ווידמעט עטליכע בלעטער איבער אים.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 1:36 pm
דורך מי חכם
ר' משה שענפעלד האט שוין צענזורירט א שיין חלק דערפון...
איז דא בכלל א לשון קודש'ע מהדורה אן קיין השמטות?