בלאט 2 פון 7

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 16, 2011 12:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:עס זענען געווען אסאך גדולים וואס האבען כגעהאט קינדער וואס האבען נישט געטויגט
און ווי געזאגט מאכט עס די גדולים נישט קלענער....


כ'האב נישט געמיינט דאס, כ'האב געמיינט דאס שרייבן אז ער איז שילדיג ח"ו, איז נישט אויסגעהאלטן עכ"פ לענ"ד

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 3:04 am
דורך msp
דאס ביזטו טאקע גערעכט
קינדער וואס גליטשען פון וועג איז נישט אלעמאל די שולד פון די עלטערען
הבחירה חפשית היא....

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:17 am
דורך יקוםפרקן
באזעסענער האט געשריבן:איין גוטער כלל האבן די אלטע מלמדים שטענדיג גע'חזר'ט אז א ספר אן א הסכמה פון א גדול טאר מען נישט אין די האנט ארייננעמען.


אין וואס טוט זיך אויפ'ן סקרין מעג מען יא?! (טאקע נאר א ווערטל)
אבער דער כלל איז א גוטער און נישט נאר אויף ספרים נאר אויך אויף פראדוקטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:24 am
דורך מומחה עצום
אויפן סקרין ברויך מען אסאך מער אויפפאסן וד"ל

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 19, 2011 9:45 am
דורך msp
;l;p-

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 12:11 pm
דורך יגעתי ומצאתי
זכרי' פראנקעל
ער איז געווען א מעסיגע רעפארמער (קאנסערוואטיוו) ראביי, ער איז געווען רב אין דרעזדען אין געפירט א ישיבה סעמינאר, אין יאר תרי"ט האט ער ארויסגעגעבן א בוך מיטן נאמען דרכי המשנה, דארט איז ער כופר באמונת תורה מן השמים און אז תורה שבע"פ איז מסיני וכדומה, ער האט געקונצלט באהאלטן זיינע כפירות צווישן די שורות, דער בוך האט אויפגעשטורעמט די וועלט, עס איז ארויסגעקומען דעמאלטס פיר ספרים אקעגן אים (קיין איינס איז נישט אויף היברו בוקס), און צוויי פאר אים ממתיק סוד און דברי שלום ואמת (ביידע אויף היברו בוקס...).
רש"ר הירש איז ארויסגעקומען מיט א לאנגע מאמר קעגן אים אויף דייטש, ער שרייבט פארוואס ער שרייבט דאס אויף דייטש כדי ווען זיינס א תלמיד וועט זיין א קאנדידאט פאר רבנות אין סיי וועלכע פארשטופטע שטעטל זאל יעדער וואנדערער ארימאן וויסן וואספארא כופר'ס תלמיד ער איז.
דער אויבנדערמאנטע דרכי המשנה איז דא אויף היברו בוקס מיט נאך א ביכל פון אים (דער ממתיק סוד הנ"ל איז אויך געליסטעט אויף זיין נאמען ביי היברו בוקס אבער עס איז נישט פון אים).

שלמה יהודה ראפאפורט אויך באקאנט אלס שי"ר
פון די ערשטע משכילים אין גאליציע, אלס בחור איז ער געווען א עילוי און איז געווארן א איידעם ביים קצות, דערנאך איז ער נחמץ געווארן ביז דער ישועות יעקב האט אויסגערופן א חרם אויף אים. ער איז באקאנט מיט די רדיפות וואס ער האט אויסגעטיילט פאר די צדיקי הדור ובפרט פאר הגה"ק מזידיטשוב זי"ע, אינאיינעם מיט זיין פריינט דער אפיקורס מסור ומלשין יוסף פערל. אין יאר ת"ר איז ער געווארן רב אין פראג, דארט איז שוין געווען א גאנצע באזע פון משכילים און ער איז זיי אסאך געקומען צו הילף מיט זייער עקירת הדת. אכט פון זיינע ביכער זענען דא אויף היברו בוקס. איינע פון זיי איז דברי שלום ואמת וועלכע פארטיידיגט זכרי' פראנקעל הנ"ל.

וואס זאגט דער עולם צו יצחק סאטאנאב?
ער איז געווען גאר א מאדנע מענטש, מצד אחד איז ער געווען פון די נאנטע מענטשן פון מענדלזאהן, ער האט אנגעפירט די דרוק פון די משכילים אין בערלין, ער האט ארויסגעגעבן אפאר ספרים בשם אנדערע מחברים, ער האט זיך אפילו געטרויעט ארויסצוגעבן א בוך משלי אסף וואס איז כלומר'שט פון אסף וואס האט מחבר געווען אפאר קאפיטלעך תהלים, מיט נאך ספרי זיוף, ער האט פארלאנגט אז מען זאל משנה זיין בעניני חינוך אסאך זאכן אזויווי די משכילים, מצד השני האט ער זיך אסאך געשלאגן מיט די משכילים, ער נעמט זיך שטארק אן אויף די זוהר, און ער האט אפילו געשריבן חיבורים בעניני קבלה.

ער איז געווען א גרויסע בעל מדקדק, ער האט ארויסגעגעבן א סידור מיט אפאר שינוים פון די נוסח המקובל, די מערסטע באקאנט איז וואס ער שרייבט מען זאל זאגן מוריד הגָשֶם אנשטאט הגֶשֶם. דער ספר הברית האקט קעגן אים, ער שרייבט: בדור הזה יש כמה ספרי יהודים גם כן שראוי לרחק אותם מהם וכו' ומהם מהאחרונים ככל ספרי א"ס [יצחק סאטאנוב] ואחוזת מרעהו, גם ספר אסף אשר עשה הוא כדי להטעות עם ה', למען תפוש בית ישראל בלבם כי אסף הקדמון המוזכר בתהלים עשהו, ואינו כן רק הוא בעצמו חברו, ולהורות נתן זה שלא לחשוב שיש סתרי תורה בדברי הקדמונים שהרי גם הוא עשה כמו זה, וכל ספריו אשר עשה הוא וחבריו כיוצא בו שומר נפשו ירחק מהם וכו' וכוונתם בו לצודד נפשות ולמשוך לבבות אל האפיקורסות וכו' ולפעמים תולים דבריהם באילן גדול וכותבים מה שרוצים בשם איזה קדמון אשר לא עלה על לבו, כ'ספר אסף' שחיבר א"ס [=איציק סאטאנוב], ולפעמים כותבים דבריהם בשם איזה קדמון בפנים והמה עושים פירוש על דבריו עכ"ל.
לאידך, דאכט זיך אז ער ווערט כמה פעמים אראפגעברענגט דורך גדולים וטובים. והבוחר יבחר.

אויף היברו בוקס האב איך אפגעציילט 13 פון זיינע ביכער (סטנוב, סטנב, סטנאב), מעגליך עס איז דא נאך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 12:21 pm
דורך farshlufen
יגעתי, להוי ידוע, סטאנוב האט משנה געוועזן פיל מער ווי עטליכע נוסחאות אין סידור, אמאל איז געוועזן א ליסטע פון זיי אין בית אהרן וישראל דאכט זיך, ותנא ושייר, ושייר טובי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 12:23 pm
דורך יגעתי ומצאתי
איז ריכטיג אז ער ווערט צוגעברענגט דורך אנגענומענע גדולים? עפעס אזוי געדענק איך, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 12:26 pm
דורך farshlufen
כן מונח בזכרוני, ואינו ראי' כלל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 22, 2011 2:35 pm
דורך הסרפד
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איז ריכטיג אז ער ווערט צוגעברענגט דורך אנגענומענע גדולים? עפעס אזוי געדענק איך, אבער איך האב נישט געקענט טרעפן.


דער פרי מגדים ברענגט איהם עטליכע מאהל אין זיינ "אגרות". ערגעץ האב איך געזעהן אז א גדול בישראל האט געשריבן אויף איהם גאר גרויסע טיטלן - אפשר דער נודע ביהודה? [אין דער ספר אויפ'ן הגֶשם/הגָשם דעבאטע דארף עס צו ווערן געבראכט.]

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 2:49 am
דורך msp
יא
אין מכלכל חיים בחסד פון הרב קרויס גייט ער אריין אין די ענינים
הרב פארשלאפען
קומט אויס אז מיר זענען קלוגער ווי די אמאליגע גדולים וואס האבען יא געהאלטען פון די פארשוינען...
אויף שי"ר האביך ערגענץ געליינט אז בסוף ימיו האבען די משכילים פון איהם נישט מער געהאלטען
ווייל אין פראג האט ער אהנגעהויבען צו גיין מיט די גאנצע רבני'שע חסידי'שע טראגע...
דרך אגב ער איז געווען אנ איידעם ביים קצות...
עיין שם פאר די בילדער היינט וואלטען זיך רבנים געוואונטשען אזאלכע מראות
http://onthemainline.blogspot.com/2009/ ... lomon.html

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 5:03 am
דורך הסרפד
אין קובץ אור הצפון האב געזעהן פאר אנדערטהאלבן יאהר צוריק בערך, אז ביי דער מהרי"ץ חיות איז געשעהן ענדליך: די משכילים האבן געשריבןאויף איהם [זיי האבן געברענגט דער מ"מ] אז ער איז משוגע געווארן, ווייל ער האט זיך גענומן צו חבר'ן מיט רבי'ס.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 5:33 am
דורך msp
יא פון מהר"ץ חיות איז דא א בילד מיט סטראקעס...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 6:41 am
דורך farshlufen
שי"ר איז אנטקעגן פראג אביסל פרום געוועזן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 6:42 am
דורך msp
אלץ איז רעלאטיוו
ניכט וואהר ראבינער פארשלאפען

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 6:49 am
דורך farshlufen
וואס פארשטייט איר נישט? שד"ל איז אויך פאר פיל משכילים געוועזן צו פרום.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 7:12 am
דורך יגעתי ומצאתי
נחלפה השיטה בין "השכלה" ל"רעפארם", די אויבנדערמאנטע זענען געווען משכילים, פאר די רעפארמער זענען זיי נישט גוט געווען, אבער צווישן די משכילים אליין זענען זיי געווען פון די ערגסטע (שי"ר מיט רדיפות אויף אידן, און שד"ל מיט דיעות כוזבות).

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 9:09 am
דורך יהיה כן
ווי אזוי האט געהייסן דער באנדיט וועלכער האט ציגעלייגט א 25סטער חלק תו די כ״ד כתבי הקודש, מיטן נאמען משלי אסף? איז דאס נישט געווען דער סאנטוב (וואס פילע פון זיינע סילופים איז נאך קיימא וקאי אין די סידורים עד היום)

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 9:11 am
דורך farshlufen
יא, לעז אויבן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 23, 2011 9:16 am
דורך יהיה כן
אה, טשולדיגט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 3:14 pm
דורך יגעתי ומצאתי
דער לבושי מרדכי (מהדו"ת יו"ד סי' פ"ח) האקט געפערליך אויף "סדור הרשב"ן" פון ר' שלמה צבי שיק אב"ד קארצאג (קרעדיט: מבוא לשו"ת לבו"מ החדש).

צום סוף פירט ער אויס "לבד מזה ידוע כי הוא מאנשי דס"ש ע"כ פשיטא כי ספריו צריכין שריפה ולכה"פ גניזה", וואס איז דאס אנשי דס"ש?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 3:36 pm
דורך farshlufen
מ'האב מיר ערגעץ א שמועס איבער דעם רשב"ן, זוך עס אפיר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 4:38 pm
דורך SPUSMN
הערץ האמבערג שר"י איז געווען איינער פון די ערגסטע פון די משכילים, ער האט פארמאסערט די פוילישע אידען אז זיי באגנב'נען די מס אויף לעכט, און נאך מסירות. ער האט אנגעטיילט געברוינטע צרות פאר אידען

וואס איז אינטערעסאנט איז אז ער האט באקומען אן הסכמה אויף זיין בוך אויף מוסר פאר קינדער פון הגאון רבי מרדכי בנעט זצ"ל, דאכט זיך מיר און שנת תקס"א, וואס דאס מיינט אז לכאורה האט מען נאך נישט געוויסט דענמאלץ וואס פארע געמיינע יונג ער איז, אבער אויב מען קוקט גוט און די הסכמה זעהט עפעס אויס אז רבי מרדכי בנעט איז מרמז דארט עפעס. קען זיין אז מטעם הממשלה האט ער געמוזט געבען אן הסכמה, ווייל הומבורג האט זיך געמאכט פאר דער אידישער עדיוקעשון מיניסטער מטעם הממשלה

אויך איז אינטערעסאנט אז דער בוך האט א וועלט פון פרעמענוראנטען פון א סאך גדולי ישראל, וכמדומה לי אויך פון רבי לייבוש מטרניגראד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 4:41 pm
דורך SPUSMN
והוא פלאי האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:נה"ו'ס ספרים זענען שוין געוועזן אמאל אויף ה"ב, עליו ועל ספריו ועל צדיקי עולם שיצאו נגדו כתב אחד בבית אהרן וישראל ולאחרונה בקובץ עץ חיים.

שד"ל, הובא בהרבה ספרים שלאחרונה לומדים גם אצל חסידי ....  

שד"ל מובא בהגדה של האדמו"ר מליבאוויטש, שנדפס כהוספה לשו"ע הרב, במקור לסימני הסדר


רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט רעדען מיט כבוד אויף שד"ל, אזוי געדענק איך

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 27, 2011 4:45 pm
דורך SPUSMN
אויפריכטיג האט געשריבן:שוין איינגעהאנדלט נאך עטליכע ידיעות אינעם באגאדזש...

אגב איז מיר געפאלן פינעם וויקיפעדיע די אויסלייג פון חב"ד = חכמה בלי דעת....

עס האט מיר דערמאנט א גוט ווארט וואס עס האט געזאגט ר' אוריאל ציממער ז"ל (א ליובאוויטשער חסיד): די ליובאוויטשער חסידים האבן חב"ד = חכמה בינה דעת, נאר אביסל שכל האבן זיי נישט...


ר' אוריאל ציממער ז"ל איז קודם געווען דער סעקרעטאר פון מהרי"ץ זצ"ל, און נאכדעם געווארען דער עורך פון דער איד. ער איז געווען א גרויסע געלערענטע און האט גערעדט צוואנציג שפראכען. ער איז געווען אן אופיציעלע דולמיטשער און יונייטעד נעשינס. ווען ער איז פלוצלינג געשטארבען אינגערהייט האט ר' סנדר דייטש ביי וועם מען האט געדריקט דער איד איבערגענומען צו זיין דער עורך