פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 04, 2013 3:54 pm
א גוט. יישר כח.
א מעשה נורא האב איך געהערט די וואך וועגן דעם.
פאר 2 וואכן צוריק איז אוועק דער סוליצער רבי זצ"ל פון פאר-ראקעוועי, האט ביי זיין לוי' דערציילט א איד, אז ווען ער האט געטראפן דעם ספר בן יוחאי, און ער האט גארנישט געוואוסט וועגן די פקפוק אויפן מחבר, האט ער דאס געברענגט פארן סוליצער רבי'ן.
דער רבי האט אים געזאגט אז די ספר קוקט אים אויס אינטרעסאנט.
ער האט געעפענט די ספר, געגעבן א בליק, פארמאכט, און געזאגט אז ער דארף נישט דעם ספר, ווען דער איד האט אים געפרעגט צו ער האט געטראפן עפעס א פסול אינעם ספר, האט ער געענטפערט אז ניין, אבער ער איז זיכער אז זיינע זיידעס האבן נישט געלערענט אין דעם ספר.
דער איד האט זיך נאכגעפרעגט, ווען ער האט אויסגעפונען וועגן די פקפוק אויפן מחבר, איז ער צוריק צום סוליצער רבי'ן אים דערציילן וואס ער האט אויסגעפונען.
האט ער אים געענטפערט, אז ער האט סך הכל געזען אינעם צווייטן בלאט ווי ער באשרייבט זיינע עלטערן, שרייבט ער "גם יפיה וצדקתה מפורסמת מאוד".
מער האב איך נישט געדארפט, איך האב געוואוסט קלאר אז ביי אונז האט אזא ספר נישט גע]ונען קיין פלאץ!
א מעשה מיט א מורא'דיגע מוסר השכל, לדעתי.