בלאט 6 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:47 am
דורך msp
דאס איז טאקע א שרעק!
היתכן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm
דורך מומחה עצום
בעט זיי עס אראפצונעמען, זיי וועלן עס גערן טון

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 29, 2012 2:12 pm
דורך ולא מיין
שוטה האט געשריבן:[וכבר מפורסם וואס ס'האט זיך געטוהן אין אייראפע מיט די אייגר אייניקלעך].


אולי שייך להרחיב הדיבור, וואס הייסט געטוען?? עפעס גאנץ אייראפא איז אויפ געווען מיט זיי, זענען זיי געועון עפעס מפורסמים???

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 01, 2012 10:25 pm
דורך שוטה
פונקטליכע פרטים ווייס איך נישט, אבער אזוי פיהל האביך מקבל געווען אז זיי האבן געוואלט קובע זיין א 'אייגר טאג' זיך צוזאמקומען וכו' און דער גור'ער רבי האט זיך שטארק משתדל געווען עס מבטל צו זיין מפני כבודו של אותו זקן [תרתי משמע].

מ'קען זיך אליין מאכן דעם חשבון, אז פון די 15 קינדער וואס רעק"א האט געהאט ווייסט מען נאר [דאכציך] מיוצאי חלצי שנים מהם, החת"ס ור' לייבעלע.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 02, 2012 9:35 am
דורך מיללער
שוטה האט געשריבן:פונקטליכע פרטים ווייס איך נישט, אבער אזוי פיהל האביך מקבל געווען אז זיי האבן געוואלט קובע זיין א 'אייגר טאג' זיך צוזאמקומען וכו' און דער גור'ער רבי האט זיך שטארק משתדל געווען עס מבטל צו זיין מפני כבודו של אותו זקן [תרתי משמע].

מ'קען זיך אליין מאכן דעם חשבון, אז פון די 15 קינדער וואס רעק"א האט געהאט ווייסט מען נאר [דאכציך] מיוצאי חלצי שנים מהם, החת"ס ור' לייבעלע.


מיר האבן אן אשכול איבער הגרעק"א וצאצאיו

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 09, 2012 8:59 pm
דורך חכם לב
אז מען רעדט שוין...

צום ערשט וואס עפעס איז דער גאנצער נאסער ליילעך געפאלן נאר אויף היברו בוקס? איז אוצר החכמה און אוצרות התורה בעסער? אפשר האבן זיי נישט אזויפיל פון די אלע סארט ספרים, אבער עס טרעפט זיך גענוג און נאך...

דא איז דאס פלאץ אויך מעורר צו זיין, אז די אלע "יזכור" ביכלעך וואס געפינען זיך כנ"ל (וואס איז נתחבר געווארן דורך די אפפאל פון די פוילישע שטעטליך וואס זענען פארבליבן נאך די קריג) זענען פול מיט ליצנות, ניבול פה (במלא מובן המלה. און ביטע גייט נישט נאכקוקן...) כפירה אין די י"ג עיקרים (און לאו דוקא ציונות...), ועוד ועוד, נאר וואס דען כבר הותרה הרצועה...(?) אז כדי צו זוכן היסטאריע איז אלעס מותר....

והחכם עיניו בראשו

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 8:50 am
דורך farshlufen
חכם לב, נישט "אלע" יזכור ביכלעך, קוקט למשל סערדאהעל אדער סאקטמאאר ועוד.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 8:55 am
דורך חכם לב
איך האב געמיינט בעיקר די פוילישע (אזוי ווי איך האב געשריבן בסוגריים) און "אלע" איז אפשר א גוזמא, אבער 95 פראצענט זיכער

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 9:59 am
דורך חכם לב
און אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר...

אין בארא פארק איז דא א באקאנטע ספרים געשעפט וואס פארקויפט גענוצטע און אלטע ספרים, דורך דעם וואס ער האט א פיקאפ פון שמות, און אלע ספרים וואס זענען נוצבאר ווערן פארקויפט פאר א דאלער

אבער רח"ל די ביכער וואס פארוואלגערן זיך דארט וועט מען אפילו אין היברו בוקס נישט טרעפן, מען קען דארט געפינען פארשידענע ביכער פון ריכטיגע דברי חשק רח"ל געשריבן אויף אידיש דורך אמאליגע מושחתים פון יוראפ און אמעריקא, שוין אפגערעדט פון ביכער וואס לייקענען אין עיקרי אמונה, אומשולדיגע בחורים אין אינגעלייט שטייען דארט טעגליך און קלעטערן און בלעטערן צווישן די מציאות. סיי אין געשעפט און סיי אינדרויסן פון געשעפט אויפ'ן טישל.

אני הק' האב שוין מעביר געווען אסאך ביכער / ספרים פון דארט (געצאלט א דאלער און אריין אין מיסט קאסטן) און אדרבה ווער עס גייט אהין און טרעפט זיך אן מיט אזא ביכל זאל דאס מעביר זיין (און גאנץ מעגליך אז מען דארף אפילו נישט באצאלן, פארבינדט אייך מיט א מורה הוראה)

עכ"פ ווער עס האט א בחור וואס גלייכט זיך צו דרייען אין ספרים געשעפטן, זאל האלטן א אויג בחכמה ובתבונה ער זאל זיך נישט דרייען דארט. דארט איז א ריכטיגע טריפה לייברערי

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 10:06 am
דורך שאהן הענניטי
פארוואס אוי לי אם אומר?? אשריך

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 10:15 am
דורך msp
ווי גייט די באקאנטע מעשה איך מיין ביים חפץ חיים
מיט דער ספרים ביכער פארקויפער
ער האט אים געזאגט בעסער צו זיין דער גלאק ציהער אין די טומאה
אזוי איז ער מטמא נאר די גויים
מה שאין כן יעצט איז ער מטמא אידישע נשמות....

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 10:27 am
דורך חכם לב
שאהן הענניטי האט געשריבן:פארוואס אוי לי אם אומר?? אשריך


וויאזוי האט נאר יענער געזאגט "קיינער זאל נישט צוגיין צו די אייער טראק און ווארפן אייער"... אז מען גיט א מראה מקום פון א מקום טומאה האפט מען כאטש אז קיינער זאל נישט גיין דארט און דאס פרובירן צו מאשר זיין, צו "חכם לב" איז גערעכט, איך בעט אייך גלייבט מיר אויפ'ן ווארט...

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 1:47 pm
דורך יוסף שרייבער
דער ארבעטער דארט איז ליידער נישט מיט אלעמען און פארטרייבט רוב קונים נאך אפאר מינוט אזוי כאטשיג קומט אויס אז עפ"י רוב פארטרייבט ער די בחורים וואס ליינען די ביכער.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 3:10 pm
דורך יגעתי ומצאתי
וידוע ליודעים אז אין וויליאמסבורג איז געווען א גאנצע קאמף דערוועגן, ביז ער האט זיך ענדליך גענומען ארויסקלויבן די טריפה'נע ביכער.

און יא, טריפה היינו טריפה שאין טריפה כמותו.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 10, 2012 4:57 pm
דורך חכם לב
יוסף שרייבער האט געשריבן:דער ארבעטער דארט איז ליידער נישט מיט אלעמען און פארטרייבט רוב קונים נאך אפאר מינוט אזוי כאטשיג קומט אויס אז עפ"י רוב פארטרייבט ער די בחורים וואס ליינען די ביכער.


מי יתן ויהי' כדבריך

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 8:25 am
דורך farshlufen
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:דער לבושי מרדכי (מהדו"ת יו"ד סי' פ"ח) האקט געפערליך אויף "סדור הרשב"ן" פון ר' שלמה צבי שיק אב"ד קארצאג (קרעדיט: מבוא לשו"ת לבו"מ החדש).

צום סוף פירט ער אויס "לבד מזה ידוע כי הוא מאנשי דס"ש ע"כ פשיטא כי ספריו צריכין שריפה ולכה"פ גניזה", וואס איז דאס אנשי דס"ש?


זע איך דעם דעם קנאות'דיגן "דבר יום ביומו" דעם פארגענגענעם עש"ק פינחס פארצייכענען דעם קרציגן רב'ס יארצייט:
http://www.dvaryoim.com/images/Dvar_Yoim_6_28_13.pdf

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 8:45 am
דורך יוסף שרייבער
אולי 'דסיטרא שמאל'.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 9:06 am
דורך ווילוויסן
אולי אנשי דש״ס. דשטאטוסקווא?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 9:16 am
דורך יוסף שרייבער
בפנקס הקהילות כותבים שקהילת קארצאג הגדירה את את עצמה כאורטודוקסית.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 9:34 am
דורך ווילוויסן
יאסל
כן הדבר. אבל הוא בעצמו הרי הי׳ מפורסם בהתנגדותו להטיילונג.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 10:05 am
דורך יוסף שרייבער
וכי היה היחיד שהתנגד? מה הקשר?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 30, 2013 11:00 am
דורך msp
דסני שומעניה
כך נלענ"ד

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 2:08 pm
דורך אנעים זמירות
זייער אינטרעסאנטע אשכול. ייש"כ פאר אלע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 04, 2013 3:37 pm
דורך לוי יצחק
ווייסט איינער וועגן די מחבר פון ספר "בן יוחאי" פון ר"מ קוניץ?
איז ער געוען אויסגעהאלטן?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 04, 2013 3:41 pm
דורך למעלה משבעים
פראביר ארויסקריכן פון די תגובה viewtopic.php?p=559313#p559313 (איך ברענג די תגובה וואס איז א קיצור פון די גאנצע שמועס, און ווי אויך לינקט ער צו צו אן אנדערע פלאץ אויף אונזער וועלטל).