בלאט 5 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 6:54 am
דורך msp
וואס דארף מען מעהר ווי דאס אז ערליכע אידען בשעתם האבען געזאגט אז שיר איז ר"ת שם רשעים ירקב
אנדערע זאגען אז בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט ווייל ער האט געזעהן דער חרבן וואס השכלה האט אהנגעמאכט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 10:06 am
דורך על דא ועל הא
msp האט געשריבן:וואס דארף מען מעהר ווי דאס אז ערליכע אידען בשעתם האבען געזאגט אז שיר איז ר"ת שם רשעים ירקב

ווי איז דער מקור פאר דעם?
msp האט געשריבן:אנדערע זאגען אז בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט ווייל ער האט געזעהן דער חרבן וואס השכלה האט אהנגעמאכט

וואס איז די מקור פאר דעם?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 12:10 pm
דורך קרעמער
על דא ועל הא האט געשריבן:
msp האט געשריבן:וואס דארף מען מעהר ווי דאס אז ערליכע אידען בשעתם האבען געזאגט אז שיר איז ר"ת שם רשעים ירקב

ווי איז דער מקור פאר דעם?
msp האט געשריבן:אנדערע זאגען אז בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט ווייל ער האט געזעהן דער חרבן וואס השכלה האט אהנגעמאכט

וואס איז די מקור פאר דעם?

דאס פרעגן אזויפיל מאל וואו איז דער מקור דערמאנט דעם ווארט פון בעלזער רב [וואו איז דער מקור?] אז די וואס פרעגן דאס איז צריך בדיקה אחריהם.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:29 pm
דורך על דא ועל הא
קרעמער האט געשריבן:
על דא ועל הא האט געשריבן:
msp האט געשריבן:וואס דארף מען מעהר ווי דאס אז ערליכע אידען בשעתם האבען געזאגט אז שיר איז ר"ת שם רשעים ירקב

ווי איז דער מקור פאר דעם?
msp האט געשריבן:אנדערע זאגען אז בסוף ימיו האט ער חרטה געהאט ווייל ער האט געזעהן דער חרבן וואס השכלה האט אהנגעמאכט

וואס איז די מקור פאר דעם?

דאס פרעגן אזויפיל מאל וואו איז דער מקור דערמאנט דעם ווארט פון בעלזער רב [וואו איז דער מקור?] אז די וואס פרעגן דאס איז צריך בדיקה אחריהם.

ה
viewtopic.php?f=5&t=5516
דרך אגב, בעלזא רב ז"ל'ס כוונה איז געווען ווען איינער טוט נישט קיין מנהג ישראל ווייל ער ווייסט נישט קיין מקור דערצו. נישט ווען איינער פרעגט מיטן גאנצן אויפרעכטיקייט פון ווי די שמועות אנטקעגן שי"ר קומט (נישט אז איך פארלייקען עס ח"ו, נאר איך וויל דערגיין פון ווי די שמועות נעמען זיך אויסער וויקפעדיע און מויל-צו-אויער געשפרעך. לענ"ד איז דער רש"ש אדער דער מהר"צ חיות גארנישט בעסער געווען ווי שי"ר און לכן פרעג איך די מקור. פאר מ'וועט דא אנהייבן מעקען מיינע תגובות וויל איך פעסטשטעלן אז איך מיין ח"ו נישט פוגע צו יין אין גאוני עולם אדער מצדיק צו זיין רשעים. אין כוונתי אלא לברר את האמת ע"ד שאמרו חכז"ל חותמו של הקב"ה אמת, און מיר זענען דאך מצווה צו זיין דבוק בדרכי ה'.)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:40 pm
דורך farshlufen
על דא קא בכינא, וועמען האבן די משכילים פעראייביגט זיין זכרון? שי"ר אדער להבדיל וכו'?

ס'פאסט נישט פאר אזא ידען ווי אייך דאס נישט צו זען מיט אייער פליישיגע אויגן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:45 pm
דורך יגעתי ומצאתי
הרב על דא, כאפט א בליק דא וועט איר זעהן אפס קצהו פון זיינע מעשים טובים.

זעהט דא מער לענגער זיין לעבנס געשיכטע (און דאס איז שוין פון די כתבי המשכילים ימ"ש).

בכלל איז אומפארשטענדליך וויאזוי איר האט געהאט די קוראזש צו שרייבן אזעלכע ווערטער אויף דער רש"ש און מהרצ"ח (אויף דעם קענט איר יא זאגן אז עס איז א מפורש'ע וויקי...).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 1:58 pm
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 2:25 pm
דורך יוסף שרייבער
אין בעלזא האט מען טאקע נישט געלערענט דעם מהר"ץ חיות און דעם רש"ש כאטשיק פאר אנדערע סיבות.

רב יגעתי ומצאתי זעהט זיך אויס איר ווייסט נישט אלעס... אויף ביידע איז געווען טענות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 7:26 pm
דורך על דא ועל הא
פון ווי נעם איך די קוראזש צו שרייבן אזוי אויף רש"ש און מהר"ץ חיות?

רש"ש איז דאך באוויסט פאר זיין הערה אויף אמונה בגלגול, ווי אויך די חידושים און הגהות רש"ש וואס קומען פונעם זון ר' מתתיהו, והדברים ידועים.
לגבי מהרצ"ח - דא האט איר א מאמר פונעם טאכטער פון הרב יצחק הונער טאקע אויף דעם ענין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 7:34 pm
דורך על דא ועל הא
farshlufen האט געשריבן:על דא קא בכינא, וועמען האבן די משכילים פעראייביגט זיין זכרון? שי"ר אדער להבדיל וכו'?

ס'פאסט נישט פאר אזא ידען ווי אייך דאס נישט צו זען מיט אייער פליישיגע אויגן.

אגב, שד"ל, אויף וועם הרב יגעתי האט אין דעם אנהייב פון די אשכול געזאגט:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:שמואל דוד לוצאטו
אויך באקאנט אלס שד"ל ... דער רשע איז געווען א געפערליכע אפיקורס, אלס שנוק פון צוואנציג יאר האט ער שוין פארפירט קעגן נישט קיין צווייטער ווי שלמה המלך, ער האט פוער פיו געווען קעגן ספר קהלת (ער האט יארן שפעטער צוריקגעצויגן זאגנדיג אז ער האט זיך באנארישט, א שיינעם דאנק), ער האט זיך געוואגט ארויסצוטרעטן אויך קעגן רמב"ם, דער איינציגסטער פון די משכילים וואס האט זיך דאס געוואגט. ער איז געווען א האלבע קראי, ער האט צוזאמגערעדט לאקשן איבער די שייכות פון תושב"כ מיט תושבע"פ.

אויך זיין זכרון האבן די משכילים נישט פאראייביגט (עיין בערכו בוויקיפעדיע בעברית ובאידיש).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 8:47 pm
דורך יגעתי ומצאתי
על דא ועל הא האט געשריבן:פון ווי נעם איך די קוראזש צו שרייבן אזוי אויף רש"ש און מהר"ץ חיות?

רש"ש איז דאך באוויסט פאר זיין הערה אויף אמונה בגלגול, ווי אויך די חידושים און הגהות רש"ש וואס קומען פונעם זון ר' מתתיהו, והדברים ידועים.
לגבי מהרצ"ח - דא האט איר א מאמר פונעם טאכטער פון הרב יצחק הונער טאקע אויף דעם ענין.

די הערה איבער אמונת הגלגול האט די מינדעסטע שייכות נישט מיט השכלה, סאררי.
(און ווען איר רעדט פון רש"ש מיינט דאס ר' שמואל שטראשון נישט ר' מתתי').

איבער די מהרצ"ח, השתיקה יפה, אבער אים בא'טיטל'ען אלס משכיל, אים מדמה זיין צו שי"ר איז גענצליך נישט אויסגעהאלטן.

שי"ר האט אינטערגעריסן רש"ר הירש פארן לוחם זיין קעגן די אפיקורס זכרי' פראנקל, וואס האט מכחיש געווען די אמונה אין תורה מן השמים רח"ל. אמת, ביי די אסיפת בראונשווייג האט ער געסטראשעט לוחם צו זיין, אבער ווען עס איז געקומען דערצו איז ער געבליבן שטיל, די רבני וגדולי הדור האבן זיך געבעטן צו אים ער זאל לכה"פ געבן א חתימה אינאיינעם מיט די אנדערע הונדערטער רבנים (זיין חתימה אלס אבד"ק פראג וואלט געהאט א שטארקע השפעה), אבער ער האט דאס נישט געטוען.

די רש"ש און מהרצ"ח זענען טאקע געווען היפש קאנטערווערסיאנעל, מען קען זיי העכסטנס רופן "מאדנע" רבנים, אבער פארט איז זייער ציל געווען תורה און אידישקייט, געלערנט לשם תורה. לעומת זאת שי"ר איז געווען א "מאדנע" משכיל, א משכיל וואו אלע משכילים מיט קרומע דעות, אבער אויך (אביסל) געלערנט...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 3:59 am
דורך msp
הרב יגעתי
איך האלט ווי אייך...

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 4:57 am
דורך מי חכם
איך געדענק נישט אויף זיכער, אבער דוכט זיך אז אין אסאך מקורות קען מען יא זען שי"ר ווי א אנגענומענער רב צווישן אנדערע.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 5:27 am
דורך msp
ועל זה יתכן שהיה מחמת שחזר בו אחר שראה מה שעוללו הרעפארמערס

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 7:43 am
דורך יגעתי ומצאתי
מי חכם האט געשריבן:איך געדענק נישט אויף זיכער, אבער דוכט זיך אז אין אסאך מקורות קען מען יא זען שי"ר ווי א אנגענומענער רב צווישן אנדערע.

איר קענט זיך ביטע פראבירן צו דערמאנען כאטש 'איין' מקור? (חוץ די מפתחות סוף קצות, אבני מלואים).

פאקט איז אז ער האט אנגעהאלטן א חשוב'ע פאזיציע יארן לאנג, און למעשה איז נישט דא פון אים (דאכטזיך) קיין איין תשובה, פלפול, פסק וכדומה.

הרב מס"ף, איר בויעט בנינים אויף א שמועה פורחת באוויר, אין יאר תרכ"א, זיבן יאר פאר ער איז אוועק (16 יאר נאך אסיפת בראונשווייג, די רעפארם האט שוין געהאלטן ביי די העכסטע שטאפלען, מען האט שוין געהאלטן נאכן מבטל זיין ברית מילה), האט ער נאך ארויסגעגעבן א ביכל דברי שלום ואמת צו פארטיידיגן דעם אפיקורס פראנקל.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 12:11 pm
דורך יגעתי ומצאתי
איך טראכט אז די מקור אז שי"ר האט חרטה געהאט איז פון מקור ברוך פון ר' ברוך עפשטיין (וכידוע איז ער נישט צופיל מער מוסמך ווי ויקי וד"ל).

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 2:59 pm
דורך מי חכם
מעגליך אז אין זכרון יעקב (ליפשיץ) ברענגט ער אים פאזיטיוו, אזוי ליגט מיר אין קאפ, הגם איך זע נישט אזוי שטארק ווי ער זאל אריין קומען אינעם ספר. אבער אזוי דוכט זיך מיר. ועוד מקורות וואס איך געדענק נישט יעצט אויפן מאמענט.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 24, 2012 4:48 pm
דורך על דא ועל הא
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:איך געדענק נישט אויף זיכער, אבער דוכט זיך אז אין אסאך מקורות קען מען יא זען שי"ר ווי א אנגענומענער רב צווישן אנדערע.

איר קענט זיך ביטע פראבירן צו דערמאנען כאטש 'איין' מקור? (חוץ די מפתחות סוף קצות, אבני מלואים).

פאקט איז אז ער האט אנגעהאלטן א חשוב'ע פאזיציע יארן לאנג, און למעשה איז נישט דא פון אים (דאכטזיך) קיין איין תשובה, פלפול, פסק וכדומה.

די הערות וחידושי הגהות אינעם ערשטען חלק קצות החשון איז פון אים.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 3:16 pm
דורך יוסף שרייבער
לכאורה קען מען דא שטעלען א שיין בילד פון ר' שלמה מדובנא.
http://bp3.blogger.com/_Tw42_5chsqg/RmV ... icture.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 8:01 pm
דורך על דא ועל הא
יוסף שרייבער האט געשריבן:לכאורה קען מען דא שטעלען א שיין בילד פון ר' שלמה מדובנא.
http://bp3.blogger.com/_Tw42_5chsqg/RmV ... icture.jpg

הרב שרייבער, איר דערמאנט מיר. הרב דוד קמנצקי פון ישורון וואס האט געפירט די מערכה צו כשר'ן הרב דובנא'ן האט אויך א פלאן פאר רנצה"וו. נו, אז וו גייט זיין כשר לבוא בקהל איז דאך א כש"כ אויף שי"ר.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2012 2:29 am
דורך מי חכם
עס איז דא א ספר שי למורה (ארויסגעקומען אין בודאפעסט אום תרנ"ה) ווי ער ברענגט בריוון אויסטויש צווישן שי"ר און דעם... חתם סופר! איך האב דעם ספר נישט געטראפן אויף די נעץ, אויב איינער ווייסט מער פרטים דערוועגן און צי עס איז קראנט, זאל זיך אנרופן.

אזוי אויך האב איך געטראפן אויף "דעת" די פאלגענדע ציילן, בלי מקור:

מתנגדיו הציקו לו מאוד. אחרי שאישרה הממשלה את בחירתו לרב בפראג, הלשינו עליו לפני בעל "חתם סופר" בפרעשבורג כי אינו ראוי, והזכירו דברים שכתב ב"כרם חמד" הראשון, שחכמי התלמוד בבבל היו פחותים מחכמי א"י. כאשר התנצל שי"ר עמד ר' משה סופר לימינו והפך בזכותו.

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2012 10:10 am
דורך מיללער
מ'רעדט דא באריכות פון שי"ר אין על הצדיקים איז דא אן אשכול איבער 'שטעט מיט זייערע רבנים' איז דא דארט נאך פרטים.

viewtopic.php?f=31&t=10131

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 16, 2012 10:19 am
דורך על דא ועל הא
מיללער ישר כוח פאר די לינק. שטארק צוניץ געקומען.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2012 1:12 pm
דורך יגעתי ומצאתי
מי חכם האט געשריבן:עס איז דא א ספר שי למורה (ארויסגעקומען אין בודאפעסט אום תרנ"ה) ווי ער ברענגט בריוון אויסטויש צווישן שי"ר און דעם... חתם סופר! איך האב דעם ספר נישט געטראפן אויף די נעץ, אויב איינער ווייסט מער פרטים דערוועגן און צי עס איז קראנט, זאל זיך אנרופן.

א בריוו פון חת"ס איבער די בריוון אויסטוישן, וכן בריוון פון שי"ר דערוועגן, איז געדרוקט אין די לינק וואס איך האב פריער געברענגט. די בריוון אליין צווישן זיי ווערט נישט געברענגט דארט, עס וואלט מורא'דיג אינטערעסאנט געווען צו זעהן. אויב איר קענט ביטע זייט דאס מעתיק אדער סקען.

(פון די אויבנדערמאנטע בריוון זעהט אויס אז די חת"ס האט מקיים געווען דעם 'כבדהו וחשדהו', דהיינו, ער האט עם משבח געווען און תוכ"ד אים אויך אויסגעמוסרט).

מי חכם האט געשריבן:אזוי אויך האב איך געטראפן אויף "דעת" די פאלגענדע ציילן, בלי מקור:

מתנגדיו הציקו לו מאוד. אחרי שאישרה הממשלה את בחירתו לרב בפראג, הלשינו עליו לפני בעל "חתם סופר" בפרעשבורג כי אינו ראוי, והזכירו דברים שכתב ב"כרם חמד" הראשון, שחכמי התלמוד בבבל היו פחותים מחכמי א"י. כאשר התנצל שי"ר עמד ר' משה סופר לימינו והפך בזכותו.

ריכטיג כנ"ל (איבער זיינע ווערטער אין כר"ח ווייס איך נישט אויב די חת"ס דערמאנט). אבער דאס איז נישט געווען "אחרי שאישרה הממשלה את בחירתו לרב בפראג", ווייל ער איז הערשט באשטעטיגט געווארן לאחר פטירת החת"ס. דאס איז געווען בשעת די מחלוקת ארום זיין התמנות (לערך דריי חדשים קודם פטירת החת"ס).

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 3:45 pm
דורך יגעתי ומצאתי
יעצט געמערקט אז היברו בוקס האט אויך די ביכער פונעם באקאנטן ש"צ'ניק וואס האט איבערגעקערט וועלטן, דער טמא ומטומא נחמי' חיון שר"י.