בלאט 1 פון 2

סידור תפלה ישרה החדש ע"י דפוס פאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:05 pm
דורך יואל ווייס
סידור תפלה ישרה דער באקאנטער בארדיטשובער סידור, איז געווארן פונדאסניי אויפגעזעצט און איבערגעדרוקט אין א הערליכע אויפלאגע, דורך ר' ישראל חיים שטעסל הי"ו בעל דפוס והוצאת 'פאר' פון קרית יואל.
דער סידור איז געווארן צעטיילט אין צוויי חלקים, לימי החול, וועלכע איז איצט ערשינען, און לשבת ויו"ט, וועלכע וועט נאכפאלגן בקרוב. ווי אויך איז דאס פארהאן צו באקומען אין 2 סייזעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:35 pm
דורך farshlufen
געקויפט דעם סידור, על אף איר איבערגעטריבענער פרייז, ימחול נא הרב שטעסל אבער אויב ער וויל און פלאנט אז דאס זאל זיך פארקויפן אין די ברייטע גאס דארף דער פרייז צו זיין א גוטע דרייסיג פראצענט ווינציגער.

הגם שלדעתי, לא ירד הרב הנ"ל לעומק העיון להבנת יסודות הנסחאות בעיקר משום שלא ידע ולא למד בחכמת הדקדוק, אבל שיטתו לילך בעקבי הצאן פירט אים אויף גראדער וועג אשר אין דרך לנטות ימין ושמאל.

מיינע הערות על הסידור וועל איך בל"נ שרייבן נאכן נוצן פאר א צייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:42 pm
דורך שטארק זיך
כ׳דאווען אין דעם סידור, מען קען זעהן אז ער האט אריינגעלייגט ארבעט, וכפרק הישן, דארף איך דערין דאווענען א שטיק צייט צו קענען קאמענטירן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 6:58 pm
דורך יואל ווייס
וואס איז טאקע דער פרייז?
איך האב ניטאמאל געקוקט וויפיל איך האב געצאלט דערפאר...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 08, 2011 7:21 pm
דורך farshlufen
הערה אחת קטנה, ער ברענגט זיך א ראי' פונעם מהר"ם די לנזאנו כי כתב שתפלת רבון העולמים אומרים גם במנחה, אענה את חלקי כי שתי תשובות בדבר, חדא שהרב הנ"ל דרך ויסד בסדר שונה מחודשת לגמרי בסדר הקרבנות והשנית כי תפלת הרבון העולמים שכתב לאמרו גם היא משונה מן הידוע והמקובל לנו ולכן המדפיס סמך על קנה רעועה ומשם אין ראי' כלל.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 6:48 am
דורך msp
צוויי שאלות בנידון דידן
איז די חשיבות פון דער בארדיטשאווער סידור תלוי אין די נוסחאות אדער מעהר אין די פירושים
איז די חשיבות נישט בעיקר אין דער אריגינעלע דרוק וואס האט געהאט הסכמות פון גדולי עולם ומאורי החסידות

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 7:21 am
דורך farshlufen
ארעגענעלער דרוק? וועלכע, אין קרעמניץ בשנת תק"פ?

והפירושים לא היו בהדפוסים הראשונים אלא נתוספו אח"כ.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 7:42 am
דורך יהיה כן
msp האט געשריבן:צוויי שאלות בנידון דידן
איז די חשיבות פון דער בארדיטשאווער סידור תלוי אין די נוסחאות אדער מעהר אין די פירושים
איז די חשיבות נישט בעיקר אין דער אריגינעלע דרוק וואס האט געהאט הסכמות פון גדולי עולם ומאורי החסידות


כדאי לציין מנהגו של הה״ק מסאטמאר זצוק״ל שהיה נוהג בכל יום לעיין קודם התפלה בפירוש נהורא על ברוך ה׳ לעולם (לפני ויברך דוד)

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 7:57 am
דורך msp
ניין
איך מיין נישט די אריגינעלא דרוק
נאר די אריגינעלע צורת האותיות והדפים אויף וואס די הייליגע צדיקים האבען געגעבען זייערע הסכמות

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 8:08 am
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:ארעגענעלער דרוק? וועלכע, אין קרעמניץ בשנת תק"פ?

והפירושים לא היו בהדפוסים הראשונים אלא נתוספו אח"כ.

הדפוס הראשון [השני] בראדוויל:
http://www.hebrewbooks.org/7190

דפוס הסדור תרפ"ט:
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?23579&BOOKS

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 8:24 am
דורך msp
שכוח פאר די לינקס
איך בין נישט קיין מנוי אין די אוצר
אבער געראדע דער דרוק האב איך
אבער דער ראדוויל דרוק איז גאר אינטערעסאנט...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 8:28 am
דורך כ'שעם מיך
גראדע איז ער נישט דער ערשטער עס איבערצידריקן, ביאנע מכון חלקת יהושע האט פאראיאר איבערגעדריקט דעם סידור'ל אין 2 בענדער, די פראבלעם מיט זיי איז אז זיי האבן עס געמאכט מיט כתב עברי וואס מאכט היפש נערוועז, שטעסל'ס וועט דעריבער לכאורה מער אויפגעכאפט ווערן, אין א קורצע צייט וועלן אלע רבי'ס רבנים שיינע אידן און סתם אזוי סאקמורע חסידים פארמאגן דעם ווערסיע אינעם תפילון בייטל.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:08 am
דורך יהיה כן
ביי ר' יוסף הערשן'ס ספרים קרעמל אויף בעדפארד עוו. (ז"ל....) האט מען געקענט קויפן דעם ראדווילער סידור א אפסעט דרוק, ס'האט זיך געוואלגערט דארט דערפון אסאך, (מ'האט עס געטיילט פאר קינדער מתנות אין חדר...), די חשיבות פון דעם סידור איז כמדומה די זיטאמיר'ע דרוק.
וכפי ידיעתי יאווען זיך עטליכע אינגעלייט איבער צו דרוקן די זיטאמיר'ע סעט חומשים (און פילייכט נאך זיטאמיר'ע ספרים) מיטן זעלבן אויסקוק ווי די ארגינעלע זיטאמיר דרוק אותיות, נאר מיטן היינטיגן קאמפיוטער (א שטייגער ווי עוז והדר האט געטון מיטן ווילנער ש"ס)

שעם אן יא (דער ניק..) חלקת יהושע האט געדרוקט 'ביאלע' נישט 'באיאן', והשנית, כ'זעה נישט קיין שייכות פון דעם ביאלער סידור צום סידור תפלת ישרה...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:23 am
דורך יואל ווייס
דער מו"ל הרב שטעסל האט א קורצע פתיחה אוואו ער ברענגט די היסטאריע פון דעם סידור.
דער דפוס ראדוויל איז געווען דער ערשטער/פון די ערשטע סידורים עפ"י נוסח אר"י זינט עס איז איינגעפירט געווארן דורך די תלמידי הבעש"ט. דער פירוש כתר נהורא איז לכתחילה געדרוקט געווארן אין א סידור נוסח אשכנז, נאר איז שפעטער צוזאמגעשטעלט געווארן מיט'ן נוסח האר"י אין בארדיטשובער דרוק. ועל שמו יקרא "דער בארדיטשובער סידור".
(איבערגעשריבן במהירות מזכרוני)

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:28 am
דורך א טענצל!
יהיה כן האט געשריבן:כדאי לציין מנהגו של הה״ק מסאטמאר זצוק״ל שהיה נוהג בכל יום לעיין קודם התפלה בפירוש נהורא על ברוך ה׳ לעולם (לפני ויברך דוד)


אז דו שרייבסט דערוועגן. אינעם "אוצרות" פון חודש אב, ווערט עס דערציילט מיט א מורא'דיגע נאסטאלאגיע דורך די דעמאלטסדיגע הויז-בחורים: הרה"ג רבי שמואל בראך שליט"א מנאנאש, און הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק שליט"א, זיי פארציילן עס אבער אביסל פארשידנארטיג, צו דער רבי האט אריינגעקוקט נאר אינעם סידור אדער אויך אינעם פירוש וכדו'.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:30 am
דורך רבבה
אפשר ווייסט עמעצער פארוואס הייסט עס בארדיטשעווער סידור ......האט מען דאס דארט אמאהל געדריקט . אין אויב יא וועהן .

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:34 am
דורך יואל ווייס
יא, עס איז דארט געדרוקט געווארן.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:42 am
דורך יואל ווייס
...

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 9:54 am
דורך farshlufen
איר קאנט ליינען?

"כמש"נ בברדיטשוב" אויסגעליינט "כמו שנדפס".

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 1:48 pm
דורך יואל ווייס
פארשלאפן, גערעכט.
איך האב דאס געקוקט נאר פון מיין פעלעפאן און נישט באמערקט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 2:02 pm
דורך איך וויל פארשטיין
הרה"ח ר' אברהם כץ ז"ל פלעגט זיך אויך אפגעבן דעמיט און אפאר יאר צוריק האט ער עס איבערגעדריקט און אויך צוטיילט עקסטער פאר די וואכן,
אבער ווי איך הער האט פאר געמאכט א שיינע ארבעט,
(איך האב געגעבן מעות קדימה אפאר יאר צוריק, עלמער זען אפשר וועל איך עס באקומען........)

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 09, 2011 3:11 pm
דורך JOELHEALTH
וואס טוט זיך מיט די נקודת די קמץ נא..........רינדעכיג .......ארטסקראל.....לאמער הערן

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 10, 2011 10:48 pm
דורך יואל ווייס
איך וויל פארשטיין האט געשריבן:הרה"ח ר' אברהם כץ ז"ל פלעגט זיך אויך אפגעבן דעמיט און אפאר יאר צוריק האט ער עס איבערגעדריקט און אויך צוטיילט עקסטער פאר די וואכן,

ר' אברהם האט איבערגעדרוקט נאר לימות החול.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 12:27 am
דורך פלוני
א טענצל! האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:כדאי לציין מנהגו של הה״ק מסאטמאר זצוק״ל שהיה נוהג בכל יום לעיין קודם התפלה בפירוש נהורא על ברוך ה׳ לעולם (לפני ויברך דוד)


אז דו שרייבסט דערוועגן. אינעם "אוצרות" פון חודש אב, ווערט עס דערציילט מיט א מורא'דיגע נאסטאלאגיע דורך די דעמאלטסדיגע הויז-בחורים: הרה"ג רבי שמואל בראך שליט"א מנאנאש, און הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק שליט"א, זיי פארציילן עס אבער אביסל פארשידנארטיג, צו דער רבי האט אריינגעקוקט נאר אינעם סידור אדער אויך אינעם פירוש וכדו'.


קוקט אריין אינעם פירוש וועט איר פארשטיין, אויפ'ן פסוק ברוך ה' מציון וגו', רעדט ער וועגן וואס די תפילות גייען ארויף דורך ארץ ישראל [איך שרייב פון אויסנווייניג], און דאס איז געווען א הכנה פון והתפללו אליך דרך ארצם, לכוין את לבו הטהור כנגד בית קוה"ק. (מפי השמועה)

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 9:18 am
דורך לאז געמאכט
יואל ווייס האט געשריבן:
איך וויל פארשטיין האט געשריבן:הרה"ח ר' אברהם כץ ז"ל פלעגט זיך אויך אפגעבן דעמיט און אפאר יאר צוריק האט ער עס איבערגעדריקט און אויך צוטיילט עקסטער פאר די וואכן,

ר' אברהם האט איבערגעדרוקט נאר לימות החול.

ר' אברהם ע"ה האט נישט איבערגעזעצט די אותיות נאר געלאזט איבערדריקן די אלטע דריק.

אגב אידאס מיין פעוורעט סידור'ל, זאלעס זיין לטובות נשמתו.