בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 2:31 pm
דורך דארפסמאן
פארשלאפען : וויפל האסטו בייצאלט פארן סידור ?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 2:40 pm
דורך יקוםפרקן
msp האט געשריבן:צוויי שאלות בנידון דידן
איז די חשיבות פון דער בארדיטשאווער סידור תלוי אין די נוסחאות אדער מעהר אין די פירושים
איז די חשיבות נישט בעיקר אין דער אריגינעלע דרוק וואס האט געהאט הסכמות פון גדולי עולם ומאורי החסידות
איין חשיבות - פלעגט זאגן מיין חדר רבי - פונעם סידור איז אז דער שם איז אינגאנצן, נישט צוויי יודעלעך.
אויך איז כדאי צו דערמאנען אז דער ראצפערטער רבי ז"ל פון דיוויזשאן עוו. האט דאס אמאל איבערגעדרוקט און משנה געווען געוויסע בלעטער מיט גרעסערע אותיות, אזוי ווי קריאת התורה וכדומ'
אגב: פלעגט זיך דער ראצפערטער רבי בארימען אז ער איז געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו דרוקן סידורים על טהרת הקודש נישט ביי מחללי שבת אזוי די אמעריקאנער תיקון מאיר סידורים.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 11, 2011 4:42 pm
דורך יואל ווייס
יקוםפרקן האט געשריבן:אויך איז כדאי צו דערמאנען אז דער ראצפערטער רבי ז"ל פון דיוויזשאן עוו. האט דאס אמאל איבערגעדרוקט און משנה געווען געוויסע בלעטער מיט גרעסערע אותיות, אזוי ווי קריאת התורה וכדומ'
אגב: פלעגט זיך דער ראצפערטער רבי בארימען אז ער איז געווען דער ערשטער אין אמעריקע צו דרוקן סידורים על טהרת הקודש נישט ביי מחללי שבת אזוי די אמעריקאנער תיקון מאיר סידורים.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 28&hilite=JOELHEALTH האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די נקודת די קמץ נא..........רינדעכיג .......ארטסקראל.....לאמער הערן
בוודאי איז א סידור פון הרב שטעסל מיט רינדעכיגע נקודות.
דא האסטו א שמועס אז דער תפלה ישרה סידור דפוס פרעמישלא, האט געקעסטלטע נקודות...
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 98&hilite=
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 9:07 am
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:מיינע הערות על הסידור וועל איך בל"נ שרייבן נאכן נוצן פאר א צייט.
עוד על הסידור החדש.
בשירת הים בפסוק "צלל"ו כעופרת במים אדירים" ניקד הלמ"ד הראשון בחט"ף בפתח [וההסבר בקצרה כי הקמ"ץ הוא קמ"ץ גדול והל' הוא שו"א נע כידוע לכל מבין וכן קבלתי מזקיני ז"ל בילדותי], וידענא כי כן הוא בדפוס תק"פ אבל היא טעות יסודית, כי לפי שיטה זו מנקדין כל שני אותיות הסמוכות הדומות כן - לדוגמא המילה הללוי' - וכמו שהאריך בנושא בעל מנחת שי בפרשתן פ' לך לך בפסוק ואברכה מברכך ובמאמר המאריך וז"ל בפרשתן "ואני בתומי אלך בדרך הספרים שהם כולם בשו"א לבד והמדקדק לקרותן כהוגן תבא עליו ברכה", וכן בשירת הים כתב "צללו, הלמ"ד בשב"א לבד כמנהגינו" ולמעשה אין מנקדין כהיום בחטפין וגם המו"ל לא ניקד כן.
בבברכת יהללוך הוסיף אולי מחמת שיגרא דלישני: ויקדישו וימליכו את שמך מלכנו תמי"ד בלי לציינו עם חצי רבועין, אבל הנוסחא בדפוס ראשון ובדפוס פרעמיסלא וסאטמאר אינו כן וכן מרן רבינו הק' מסאטמאר ז"ל לא אמר תמי"ד וכפי ששומעין בהקאסעטן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 10:59 am
דורך יהיה כן
כ'שעם מיך האט געשריבן:גראדע איז ער נישט דער ערשטער עס איבערצידריקן, ביאנע מכון חלקת יהושע האט פאראיאר איבערגעדריקט דעם סידור'ל אין 2 בענדער, די פראבלעם מיט זיי איז אז זיי האבן עס געמאכט מיט כתב עברי וואס מאכט היפש נערוועז, שטעסל'ס וועט דעריבער לכאורה מער אויפגעכאפט ווערן, אין א קורצע צייט וועלן אלע רבי'ס רבנים שיינע אידן און סתם אזוי סאקמורע חסידים פארמאגן דעם ווערסיע אינעם תפילון בייטל.
כהאב מיך דעם פארגאנגענעם יום טוב אנגעשטויסן מיט די מהדורא פון וואס דו רעדטס
דער מדפיס מיטן נאמען וויינער האט עס איבעגעדרוקט אויף אותיות כתב אשורית אויפן זעלבן פארמאט ווי סידור חלקת יהושע פון ביאלא, צוויי בענדער
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 30, 2011 2:43 pm
דורך הלשון
אין וועלכע קרייזן/חסידות באנוצט מען זיך כהיום הזה מיט דעם סידור?
דאכצעך אז רוב חסידות'ער האבן שוין במשך די יארן געדרוקט אייגענע סידורים לויט זייערע נוסחאות, מעשי ידיו להתפאר פון זייער אייגענע מכון, ובעצת והדרכת האדמו"ר שליט"א. נישט אזוי?
ווייטער, די וואס נוצן יא דעם סידור, דאווענען אינגאנצן לויט די נוסח פונעם בארדיטשעווער סידור?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 12:17 am
דורך ווינקל
farshlufen האט געשריבן:בבברכת יהללוך הוסיף אולי מחמת שיגרא דלישני: ויקדישו וימליכו את שמך מלכנו תמי"ד בלי לציינו עם חצי רבועין, אבל הנוסחא בדפוס ראשון ובדפוס פרעמיסלא וסאטמאר אינו כן וכן מרן רבינו הק' מסאטמאר ז"ל לא אמר תמי"ד וכפי ששומעין בהקאסעטן.
דברתי להמו"ל ואמר לי שהי' צ"ל בסוגרים.
אויך דער וישוררו איז די זעלבע.
ונטלתני רוחא. דאכט זיך אין די אלטע איזעס געווען אנדערש געפינטלט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 29, 2011 11:42 am
דורך ווינקל
איך האב באמערקט אויפן שער בלאט פונם בארדיטשובער דריק 2 זאכן וואס זענען שפעטער ארויסגעפאלן.
1. פירוש הרד"ק אויף הלל. ווייס איך נישט פשט, און פארוואס מ'האט נישט צוריקגעשטעלט די קרוין פאר יושנה.
2. צייכנס פאר מלרע און מלעיל. דאס קלער איך ווייל ס'צומישט אסאך מענטשן, אולי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:15 am
דורך יואל ווייס
לעצטנס האב איך געזען אז דער סידור איז געווארן איבערגעדרוקט בשנת תשע"ג. איך האב נישט באמערקט דערווייל עפעס הוספות\תיקונים.
---
עטליכע "נקודות" וואס דרוקן מיר שוין א לענגערע וויילע:
אין איזהו מקומן ביי די שירי הדם איז געפינטל "שירי" מיט א חיריק אונטער דעם ערשטן יוד.
ביי רבי ישמעאל אומר איז "רבי" געפינטלט מיט א חיריק אונטער'ן ריש.
---
מענין לענין:
דער מו"ל ר' ישראל חיים האט פריש איבערגעזעצט דעם תפילת דוד ארי' סידור מיט היבש נוסחאות פון בארדיטשובער סידור.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:31 pm
דורך msp
אההההה ר' יואל
שלום עליכם!
וואס מאכסטו?
געראדע רבי מיט א חיריק איז פארהאנען אין ספרדישע סידורים
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 2:50 pm
דורך yidusa
מענין לענין:
דער מו"ל ר' ישראל חיים האט פריש איבערגעזעצט דעם תפילת דוד ארי' סידור מיט היבש נוסחאות פון בארדיטשובער סידור.[/quote]
its the same just took out the perish
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 3:04 pm
דורך הוצאת.אמת
יואל ווייס האט געשריבן:ביי רבי ישמעאל אומר איז "רבי" געפינטלט מיט א חיריק אונטער'ן ריש
לויט די כללי הדקדוק, קומט עס אזוי, עיין בסידור יעב"ץ, רבי שבתי סופר ועוד ועוד
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 3:50 pm
דורך ווינקל
yidusa האט געשריבן:מענין לענין:
דער מו"ל ר' ישראל חיים האט פריש איבערגעזעצט דעם תפילת דוד ארי' סידור מיט היבש נוסחאות פון בארדיטשובער סידור.
its the same just took out the perish[/quote]
נאכנישט דורכגעאקערט, אבער עס איז קלאר נישט די זעלבע!
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:28 am
דורך yidusa
ווינקל האט געשריבן:נאכנישט דורכגעאקערט, אבער עס איז קלאר נישט די זעלבע!
and i told you its for sure the same
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 1:18 pm
דורך ווינקל
איך האב נאר פון אויבנאויף שוין געטראפן גאר אסאך שינוים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 22, 2013 8:29 am
דורך 3x0
איינער ווייסט ווען די צווייטע חלק גייט ארויסקומען?