בלאט 1 פון 1

בנאות דשא - ספרים מיטצונעמען אויף וואקאציע

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 7:56 am
דורך msp
איך האב מיר געקויפט פאר די האלידעיס
הליכות חנוך איבער ר' העניך פאדווא אב"ד לאנדאן
מרא דשמעתא איבער ר' משה אריה פריינד אב"ד ירושלים עיה"ק
מאה שערים אינטערעסאנטע אקטועלע שאלות פון הרב יצחק זילבערשטיין
הרב מבריסק חלק ד' פון הרב מעלער

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:39 am
דורך farshlufen
ערשט דארפט איר ווען אונז דערציילן וואס איז דאס "האלידעיס"..

איינס פון די סיבות וואס איך גיי נישט קיין וואקאציע איז דאס וואס די ספרים שאנק קאן איך נישט מיטשלעפן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:43 am
דורך msp
נו האט איר דאך טאקע געכאפט
האלידעיס אין ענגלאנד איז וועקעישאן אין אמעריקא...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:48 am
דורך leiby
צאמגעשטעלט קאנטרי מיט וועקעישאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 9:08 am
דורך msp
נו אין די קאנטרי צו אין די מאונטעינס דארף מען דאך אויך לערנען
אפשר איז דאס א מער פאזיטיווע טייטש אויף די מימרא פון חז"ל ויהי בנסוע ספר תורה בפני עצמו...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 9:18 am
דורך באגי מען
אז מען נעמט מיט די לעפטאפ מיט ווייפיי אדער עני אנדערע קאנעקשאן צום נעץ, דארף מען נישט מיטנעמען צופיל ספרים... מען קען זיך ארויפזעצן אויף היברו בוקס און זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט די צענדליגער טויזענטער ספרי קודש.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 9:21 am
דורך msp
ריכטיג באגי מאן
אויב אזוי קען פארשלאפען אויך שוין פאהרען אויף וועקעישאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 12:37 pm
דורך SPUSMN
leiby האט געשריבן:צאמגעשטעלט קאנטרי מיט וועקעישאן.


יא, פאר דער ווייב איז עס קאנטרי און פאר דער מאן וועקעישען, אדער גאר פארקערט. ביי יחודי סגולה איז עס ביידע, קאנטרי מיט וועקעישאן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 2:10 pm
דורך ווינקל
באגי מען האט געשריבן:אז מען נעמט מיט די לעפטאפ מיט ווייפיי אדער עני אנדערע קאנעקשאן צום נעץ, דארף מען נישט מיטנעמען צופיל ספרים... מען קען זיך ארויפזעצן אויף היברו בוקס און זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט די צענדליגער טויזענטער ספרי קודש.

אדער גייט מען אריין דא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 3:36 am
דורך msp
אויך גוט
אבער האט קיינער נישט זיך פארשאפען אזעלכע לייכטערע ספרים פאר די דאטשע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 5:13 am
דורך farshlufen
פאר אייך וואלט געוועזן אינטערעסאנט לכאורה דער ספר "שמות חכמים" על הגאונים והראשונים ביזן גירוש שפאניע בערך, א"כ אינו דבר השלם אבער עס איז א צוגעפאסט ספר צו זען אביסל קורות הדורות מפי ספרים וסופרים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 5:14 am
דורך א טענצל!
אגב, מענין לענין.

כ'האב געזעהן אמאל א דרשה וואס כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב שליט"א האט משמיע געווען בעפאר די זומער וואכן, האט ער געזאגט א שיינעם געדאנק, אז ווען מ'פארט אוועק פון שטאט זאל מען מיטנעמען איין מיוחד'יגן ספר וואס דאס זאל זיין אזוי ווי זיין 'רבי' במשך די וואכן, נישט קיין נפק"מ צו א חסידיש ספר אדער א מוסר ספר, דאס זאל ער מיטנעמען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 6:09 am
דורך msp
איך האב ערגענץ געליינט אז דער קדושת ציון האט צו איינער געזאגט וואס איז געפאהרען קיין אמעריקא זיך באזעצען
איך מיין עס איז געווען צו ראזענגארטען וואס איז געפאהרען קיין קאנאדע
זאגט איהם דער רב זי"ע הי"ד די גמרא זאל זיין דיין רב און דער שבת דיין רבי....
פארשלאפען
דער מוכ"ס דא ביי אונז האט מיר דאס טאקע אהנגעטראגען דער ספר
אבער עס זענען גאר קארצע באשרייבונגען פון די פערזאנען
איך האב ליבער מער לענגליכע באשרייבונגען מיט פוטנאוטס...
א דאנק פאר די סוגדזשעסטשאן...