בלאט 4 פון 28

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 4:31 pm
דורך להבין שמועות
ייש''כ, למעשה כ'האב פארשטאנען אז מ'קאן זיך עס איינהאנדלן פאר א פאר טאלער כ'האב נאר געוואלט ויסען צו מ'קען עס ליינען אויף א ביליגערען אופן,

אויב איינער ווייסט ווי מ'קען ליינען בחנם, דוד אסף'ס זאכענעס ביטע מודיע זיין

ספר ראש יוסף - ע"מ שבת - דפו"ר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:23 pm
דורך הסרפד
איך זיך ס' ראש יוסף (להפמ"ג) על מס' שבת, דפו"ר (לבוב תרכ"ג), בפרט דער חלק פון פרענומעראנטן.

פארעפענטליכט: שבת פבואר 18, 2012 11:14 pm
דורך כתר ישועה
מיילעך האט געשריבן:איך זיך א ספר קדושת אהרן תולדות ר' אהרן הב"ש מקרייז-צאנז ובניו.
ווער קען ארויסהעלפן?

ראיתיו בבארא פארק אצל פינטער'ס סטאר

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 11:05 am
דורך זאמלער
איך זיך אוצר הפירושים אויף מס' הוריות

[כ'זעה עס אויף היברו בוקס כ'האב געפרעגט און ספרים סטאר זאגען זיי אז ס'איז שוין ארויס פון דרוק]

אפשר ווייסט איינער ווי מ'קען עס נאך באקומען?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 12:43 pm
דורך מיילעך
כתר ישועה האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:איך זיך א ספר קדושת אהרן תולדות ר' אהרן הב"ש מקרייז-צאנז ובניו.
ווער קען ארויסהעלפן?

ראיתיו בבארא פארק אצל פינטער'ס סטאר

ווען???

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 1:46 am
דורך dovidal
אני מחפש ספר פני שלמה דפוס ראשון מבעל קיצשו"ע, גם ספר מי השילוח מהיזביצער חלק שני,

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 3:34 am
דורך כתר ישועה
מיילעך האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:איך זיך א ספר קדושת אהרן תולדות ר' אהרן הב"ש מקרייז-צאנז ובניו.
ווער קען ארויסהעלפן?

ראיתיו בבארא פארק אצל פינטער'ס סטאר

ווען???

א וואך אדער צוויי צוריק

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 1:40 pm
דורך לב טוב
איך זוך א ספר קובץ ראשונים אויף ביצה קען איינער העלפן ?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 1:59 pm
דורך יהיה כן
איך זוך ווער ס'קען מיר בארגן דעם ספר 'זכרון אליהו' על הלכות סת"ם, פאר א וואך צייט
שכוח למפרע

שושן יסוד עולם

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 11:29 pm
דורך אויגן-דאקטער
כ'האב נארוואס געליינט ערגעוואו וועגן א ספר וואס הייסט שושן יסוד עולם וואס שרייבט אז דער וועלט ( UNIVERSE בלע''ז ) איז שוין דרייצן א האלב מילליאן יאר אלט (עפרל''פ???) יענער געט אן אז דער מחבר איז ר' יצחק דמן עכו. איינער ווייסט עפעס מער דעטאלן?? איך האב עס געזוכט אויף היברוי בוקס אבער כהאב עס נישט געפונען

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 11:31 pm
דורך קרעמער
שושן יסוד עולם אדער יסון שושן עולם, מאכט אפ אייער מיינונג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 23, 2012 3:26 am
דורך יוסף שרייבער

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:19 pm
דורך יוראפ
עס איז דא א ספר בערך אזוי ווי בית עקד ספרים (איך האב עס געזעהן ביי א גרויסע זאמלער אבער איך געדענק נישט די נאמען) עז איז א גרויסע רויטליכע ספר, איך מיין אויך אז עס איז אפאר בענדער
ווייסט איינער וויאזוי עס הייסט?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 6:29 pm
דורך ווילוויסן
אוצר הספר העברי

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 10:51 pm
דורך יוראפ
ווילוויסן האט געשריבן:אוצר הספר העברי

דאס האט די אויבענדערמאנטע סימנים?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2012 11:11 pm
דורך ווילוויסן
לאמיר אפירנעמען די סימנים:

.גרויסע רויטליכע ספר =יא
.צוויי דיקע בענדער =יא
.אזוי ווי בית עקד ספרים, =יא, און סאך סאך מער.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 5:43 am
דורך יגעתי ומצאתי
איך דארף וויכטיג אפאר בלעטער פונעם ירושתינו תשס"ט, איינער מיט אוצר החכמה (וכדומה) וואס איז גרייט עס אריבערשיקן זאל ביטע זיך פארבינדן מיט מיר באישית.

ייש"כ למפרע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 9:23 am
דורך יוראפ
אקעי אדאנק פאר הרב ווילוויסן, עס קוקט אויס ווי דאס, גיי מיר פראבירן עס צו פארשאפן, אדאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 10:36 am
דורך יוסף שרייבער
רב יוראפ, אין די טרעיד הייסען די ספרים ווינוגראד ע"ש דער מחבר, דער סעט קאסט אפאר הונדערט טאלער, אויב איר קויפט עס יא זאלט איר וויסען אז ביי די מספר הדפים וואס ער געבט אן ביי די ספרים איז דא אסאך אומפונקליכקייטען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 10:43 am
דורך יוראפ
יוסף שרייבער האט געשריבן:רב יוראפ, אין די טרעיד הייסען די ספרים ווינוגראד ע"ש דער מחבר, דער סעט קאסט אפאר הונדערט טאלער, אויב איר קויפט עס יא זאלט איר וויסען אז ביי די מספר הדפים וואס ער געבט אן ביי די ספרים איז דא אסאך אומפונקליכקייטען.

אדאנק
וואו קען מען דאס טאקע באקומען? איך האב פראבירט אין לאקאלע ספרים געשעפטן און זיי ווייסן נישט וואס איך וויל פון זיי

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 11:12 am
דורך יוסף שרייבער
קודם כל מען קען עס שוין לאנג נישט באקימען אין די ספרים מארקעט, מען קען עס נאר טרעפען אויב א קאלעקטאר/סוחר האט א איבריגע דערפון און איז וויליג צו פארקויפען .דער ספר איז ארויס בשנת תשנ"ד-ה און האט בשעתו געקאסט $200 סאו היינט עס צו קויפען דארפסט זיין גרייט פאר א גוטע פאר מאות.

דער זעלבער מחבר [צוזאמען מיט א פארשוין בשם משה ראזענפלד] געבען ארויס א סי די וואס ענטהאלט אלע אינפארמאציע וואס איז געדרוקט אין אוצר הספר העברי פלאס א קאפי פון די שער בלעטער פלאס די פרייזען פאר וויפיל די ספרים האבען זיך פארקויפט אויף אוקשען. דאכט זיך דער אופיציעלער פרייז דערפאר איז $1800.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 2:55 pm
דורך יוראפ
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:איך דארף וויכטיג אפאר בלעטער פונעם ירושתינו תשס"ט, איינער מיט אוצר החכמה (וכדומה) וואס איז גרייט עס אריבערשיקן זאל ביטע זיך פארבינדן מיט מיר באישית.

ייש"כ למפרע.

אין דבר יום ביומו שטייט יעדן טאג אז מען קען מען באקומען קאפיעס פון ספרים פון אוצר החכמה אויף 718-388-3085

חזון איש

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 21, 2012 3:17 pm
דורך JOELHEALTH
ווייסט איינער דא אויב עס איז די ספר אמונה ובטחון פון חזון איש , אויף אידיש ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 22, 2012 3:43 am
דורך msp
מען האט איבערגעדרוקט עטליכע יאהרען צוריק דער אמונה ובטחון
לפי ידיעתי איז נישטא קיין איבערזעצונג אויף אידיש פארהאן

פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 23, 2012 1:16 pm
דורך dovidal
הסרפד האט געשריבן:איך זיך ס' ראש יוסף (להפמ"ג) על מס' שבת, דפו"ר (לבוב תרכ"ג), בפרט דער חלק פון פרענומעראנטן.