בלאט 25 פון 28
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 20, 2015 6:25 pm
דורך יהיה כן
ישלהוסיף האט געשריבן:צוויי ספרים:
1) א ליקוט תורות וכו' פון רבי אייזיק'ל זידיטשובער
2) א ליקוט תורות וכו' פון רבי ישעי' מפשעדבורז
1) ילקוט מהרי"א (מכון זכר נפתלי)
2) דברות חיים (נמצא באוצה"ח)
ביידע ספרים זענען ביי מיר בהישג יד, אויב נויטיגסטו זיך אין א געוויסע שטיקל לאמיך וויסן, כ'העל די פראבירן מהנה צו זיין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 12:15 am
דורך ישלהוסיף
יא דאס זענען די צוויי ספרים וואס איך זיך, זיך צו קויפען אויב נאך שייך פון ערגעץ ווי.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 9:08 am
דורך יהיה כן
ישלהוסיף האט געשריבן:יא דאס זענען די צוויי ספרים וואס איך זיך, זיך צו קויפען אויב נאך שייך פון ערגעץ ווי.
איז אייך א דיזשיטעל ווערסיע אויך גוט (סקען בלע"ז)?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2015 11:19 am
דורך יציב פתגם
ישלהוסיף האט געשריבן:2) א ליקוט תורות וכו' פון רבי ישעי' מפשעדבורז
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?61827&
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 27, 2015 10:48 am
דורך דוד משה
ווער קען מיר שיקן אין אישי די
ספר, ייש"כ
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 1:38 pm
דורך dovidal
הספרים שחיבר רבי בנימין זאב הרטמן תלמיד הייטב לב
אור ישר וילקןט בנימין ועוד
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 4:40 am
דורך nunu
שלום וברכה
כ'האב אמאל געהערט אז אין איינער פון די בענדער פון "חזון איש" אינעם ערשטען דריק איז געווען געדריקט
א קונטרס פון דעם חזו"א אקעגען דעם דרך המוסר וואס ער האט זיך מתנגד געווען כידוע, און אין די
שפעטערדיגע דריקען האט מען עס משמיט געווען.
וויסט איינער פון דעם? וואו קען מען עס זעהן?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 8:17 am
דורך מיסטעריעז
אין בעק פון חלק טהרות איז געדרוקט דער "אמונה ובטחון".
אין פרק ג' רעדט ער פון מוסר, ער רעדט שטארק ארום אז מוסר און הלכה איז תרי רעין דלא מתפרשין, אות כ"ח און אות כ"ט זענען נישט דא, אפשר דארט איז דער השמטה (וכן בפרק א' אות ט' שמטו - בה"אמונה ובטחון" הנדפס בפני עצמו - הפיסקא שהוא קצת ע"ד החקירה, אבל הוא נמצא בהנדפס מאחורי חלק טהרות).
א דאנק פאר'ן דערמאנען פון דעם הייליגן און הערליכן ספר'ל, שוין צייט פאר חזרה...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 10:00 am
דורך מאקאווער
סאיז אויך דא שטיקלעך וואס מהאט צענזורירט פון דארט וואס איז קעגן חסידים.
כהאב עס אליין שוין געזען ביי עמעצן אין באזיץ אפאר יאר צוריק
נישט ממש שארף קעגן חסידים. אבער נאכאלץ קעגן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 10:24 am
דורך נא_שכל
מיסטעריעז האט געשריבן:אין בעק פון חלק טהרות איז געדרוקט דער "אמונה ובטחון".
אין פרק ג' רעדט ער פון מוסר, ער רעדט שטארק ארום אז מוסר און הלכה איז תרי רעין דלא מתפרשין, אות כ"ח און אות כ"ט זענען נישט דא, אפשר דארט איז דער השמטה (וכן בפרק א' אות ט' שמטו - בה"אמונה ובטחון" הנדפס בפני עצמו - הפיסקא שהוא קצת ע"ד החקירה, אבל הוא נמצא בהנדפס מאחורי חלק טהרות).
לכאורה אין פרק ג' וויל ער לאפוקי דעם "לימוד המוסר" [וואס כידוע פלעגט מען דאס לערנען א גרויס חלק פון טאג בעיון רב], זע אין אותיות י"א-י"ג, שארפע רייד אז ס'ענדערש נישט צו לערנען מוסר ווי יא צו לערנען מוסר אן הלכות.
ווי אויך דערקענט זיך חכמתו מיט ברענגען ראיות לדבריו פון ר' ישראל סאלאנטער ז"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 10:28 am
דורך מיסטעריעז
וויסן מיר, און אז מען רעדט שוין פון פרק ג', די אנפאנג ווי ער רעדט מיט די משל פון די מלמדים איז פלאי פלאים, מתוק מדבש. אות ל' איז אויך געוואלדיג! אבל כמדומה לא כן היתה דעתו של רביה"ק מסאטמאר זי"ע, ואכמ"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 11:43 am
דורך nunu
יישר כח מיסטעריעז!
יא האסט גוט אנגעוויזען און סאיז לכאורה טאקע די אותיות כ"ח און כ"ט, אבער אין די אמאליגע דפוסים קען מען עס זעהן אזוי ווי מאקאווער האט עס געזעהן
לכאורה נאר נאכ'ן פטירה האבען די גריינעמאן'ס משמיט געוועהן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 12:02 pm
דורך מיסטעריעז
כמדומה לי אז מען האט געדרוקט דעם אמונה ובטחון נאר לאחר פטירתו, לא בדקתי עכשיו דעריבער קען זיין איך בין מיר טועה.
אויב איינער האט צוטריט צום ארגינעלע און קען עס מיר שאפן וואלט איך איהם שטארק מכיר טובה געווען.
ספרי מוסד הרב קוק
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 6:32 am
דורך פאפיגיי
איך זוך א ספר פון מוסד ה"ק וואס איז נישטא אין די געשעפטן (נישט ביגעלאייזן און נישט אייכלער'ס האט עס, אויב 'בית הספר' אין וויליאמסבורג זאגט אז זיי האבן עס נישט, און אז ס'איז נישטא צו באקומען דא. קען עס נאך איינער האבן?), איז דא ערגעץ אין אמעריקא (ברוקלין) וואו מ'קען באקומען זייערע ספרים?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 7:31 am
דורך נא_שכל
ספר חדש?
מה שם הספר?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 07, 2015 1:35 pm
דורך dovidal
פאפיגיי האט געשריבן:איך זוך א ספר פון מוסד ה"ק וואס איז נישטא אין די געשעפטן (נישט ביגעלאייזן און נישט אייכלער'ס האט עס, אויב 'בית הספר' אין וויליאמסבורג זאגט אז זיי האבן עס נישט, און אז ס'איז נישטא צו באקומען דא. קען עס נאך איינער האבן?), איז דא ערגעץ אין אמעריקא (ברוקלין) וואו מ'קען באקומען זייערע ספרים?
יש לי הרבה מהם = איזה ספר אתה מבקש?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 5:55 am
דורך פאפיגיי
ילקוט שמעוני (נביאים ראשונים)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 6:12 am
דורך קנאפער ידען
פאפיגיי האט געשריבן:ילקוט שמעוני (נביאים ראשונים)
ביסט זיכער אז אזאנס איז בכלל דא? ווייל זיי אליינס אויף זיין זייטל האבן נאר פון
נביאים אחרונים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 8:13 pm
דורך פאפיגיי
דאס האב איך אויך באמערקט, אבער אויף 'אוצר החכמה' איז עס דא!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 08, 2015 8:46 pm
דורך קנאפער ידען
פאפיגיי האט געשריבן:דאס האב איך אויך באמערקט, אבער אויף 'אוצר החכמה' איז עס דא!
קענסטו דאך עס נעמען פון דארט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:34 pm
דורך פאפיגיי
וויל איך אבער לערנען געהעריג אין א ספר (דו קענסט לערנען מער פון אפאר מינוט אויפן קאמפיוטער? איך נישט, די קאמפיוטער איז נאר געמאכט 'מעיין' צו זיין, נישט צו לערנען דערין/דערפון.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 09, 2015 8:37 pm
דורך קנאפער ידען
פאפיגיי האט געשריבן:וויל איך אבער לערנען געהעריג אין א ספר (דו קענסט לערנען מער פון אפאר מינוט אויפן קאמפיוטער? איך נישט, די קאמפיוטער איז נאר געמאכט 'מעיין' צו זיין, נישט צו לערנען דערין/דערפון.
(איך גראדע יא, באט עניוועיס...) קענסט פאר א צוואנציגער באקומען א שיינע פרינט געבינדען פון א PDF ביי סיי וועלכע פרינטינג געשעפט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:56 am
דורך יוראפ
ביבי האט עס גאנץ שיין לעצטענס איבערגעדרוקט, ס'איז שוין נישטא צו באקומען מער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 3:50 pm
דורך מיילעך
איך זיך א ספר קדושת אהרן תולדות ר' אהרן הב"ש מקרייז-צאנז ובניו.
ווער קען ארויסהעלפן?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 12, 2015 9:20 am
דורך דור ודורשיו
איך זוך א ספר שלשלת הזהב הספדים אויף ר' משה צבי פוקס ובנו ר' בנימין אב"ד גראסווארדיין