בלאט 8 פון 28

הרוקח חיבר ספר "השם"

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:06 pm
דורך חיס
חיס האט געשריבן:בס"ד הרוקח חיבר ספר "השם" כך כתוב בספר הברית מאמר ט"ז אות ג'

איפה הספר?


הספר נמצא כאן באוצר החכמה
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?168654&
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?168518&

ספר מספר הסופר על פרמ"ג הל' פסח - ???

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 6:39 pm
דורך גבריאל
ירוחם האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:איך זיך א ספר וואס הייסט "מספר הסופר" על פרמ"ג הל' פסח - עס איז נישט דא אין די געשעפטן, אויף הוברו באקס האבעך עס נישט געפינען, אבער אויף גאגל בוקס זעה איך עס איך ווייס אבער נישט וויאזוי עס אראפצונעמען אויב מען קען בכלל, אפשר קען מיר איינער העלפען אויף וועלכען אויפן ס'שייך - א דאנק

מען קען עס נישט אראפנעמען. גוגל בוקס האט נאר די אינפארמאציע איבערן ספר.

שקויאך, בכל אופן אויב איינער קען מיר שאפען דעם ספר פון ערגעץ אויפן אינטערנעט אדער פון אנדערע פלאץ וואלט איך אים געווען דאנקבאר

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:46 pm
דורך טייבעלע
אין דער לייברערי אין ירושלים איז עס פארהאן, דא האסטו דעם לינק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 3:25 am
דורך msp
רבינו יונה
אבער זיי זאגן נאר אז זיי האבען עס
עס איז נישט געסקענט אן ליין....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:04 am
דורך טייבעלע
מען קען באשטעלען א קאפי פון א ספר, קוק דא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 10:06 am
דורך msp
אינטערעסאנט
א דאנק פאר די ידיעה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:34 pm
דורך שאינו יודע
איך זוך א ספר וואס האט "קראנטע" מעשיות פון צדיקים מסודר לויט די יארצייטן, אויף נאכצודערציילן פאר קלענערע קינדער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:59 pm
דורך יהיה כן
שאינו יודע האט געשריבן:איך זוך א ספר וואס האט "קראנטע" מעשיות פון צדיקים מסודר לויט די יארצייטן, אויף נאכצודערציילן פאר קלענערע קינדער


נר יהושע, על סדר החדשים (מיט די ווייכע דעקלעך) איז זייער פאסיג

שמות המשפחה בישראל - וואו קען מען באקומען דעם ספר?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:44 am
דורך זיס
שלום וברכה.

איך זוך לעצטנס ארום א ספר מיטן נאמען 'שמות המשפחה בישראל'. איך זוך ארום דער ספר מיט ליכט און איך קען דאס נישט באקומען.

ווער עס קען מיר העלפן דערמיט, איך זאל עס קענען זען אדער פארמאגן. תבוא עליו ברכת טוב.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:29 pm
דורך טייבעלע

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:34 pm
דורך farshlufen
ווייסט איינער צו דער פירוש "נאדר בקודש" אויפן "חובת הלבבות" איז שוין איבערגעדרוקט געווארן?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:41 pm
דורך לב טוב

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:46 pm
דורך farshlufen
ישר כח, קאן מען דאס קריגן אין די שטאטן?

אגב אשיח צערי לרבים ע"ז שהרבה ספרי קודש נחוצים הנדפסים מחדש אינם מגיעים לחופי ארה"ב, וכדי בזיון.

ישמח משה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:44 am
דורך דרךהמלך
איינער ווייסט וואו מ'קען באקומען דער ישמח משה ערשטע דריק,
סתם א פלא פארוואס פון כמעט אלע ספרים איז דא די ערשטע דריק בנמצא אויף אלע פראגרעמס, חוץ ישמח משה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:47 am
דורך יוראפ
דרךהמלך האט געשריבן:איינער ווייסט וואו מ'קען באקומען דער ישמח משה ערשטע דריק,
סתם א פלא פארוואס פון כמעט אלע ספרים איז דא די ערשטע דריק בנמצא אויף אלע פראגרעמס, חוץ ישמח משה

צענדליגע אנדערע איז אויך נישטא

קובצי כרם שלמה (באבוב)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 10:58 pm
דורך יהיה כן
כ'זוך ווער ס'האט אין באזיץ קובצי כרם שלמה (באבוב) משנת תשמ"ט, און איז וויליג מיר א סקען צו טון א בלעטל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 06, 2012 11:47 am
דורך יהיה כן
יהיה כן האט געשריבן:כ'זוך ווער ס'האט אין באזיץ קובצי כרם שלמה (באבוב) משנת תשמ"ט, און איז וויליג מיר א סקען צו טון א בלעטל


לא הוצרכתי לומר פרק שירה ארבעים יום, ונושעתי ע"י החברים החשובים כאן
שכוח גדול לכל אחד

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 1:31 pm
דורך ולא מיין
א') ספר 'באר משה' להג''ר משה גרינבערגער זצ''ל ראב''ד מיהאלעוויטץ (תרצ''ו). על אוצר אינו ועל היברו ישנו, אבל לא הדפים האחרונים של מעות קדימה, אם יש עמכם לעשות עמי חסד ולהמציאיני דפי הפרענומעראנטין, בתודה.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 1:51 pm
דורך dovidal
call me i have it 845 7290817

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 09, 2012 3:24 pm
דורך ולא מיין
ווען מ'זוכט פרענומעראנטין פון שטעט, איז דא א גוט ספר פון בערל כהן, וועלכער איז ארויסגעקומען אין יאר תשל''ה, איינער ווייסט פון מער אן אפדעיטע ספר????

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 10, 2012 10:28 am
דורך ולא מיין
קיינער רופט זיך נישט אן, איך מאך חזרה + הוספות.

א') פרענומעראנטין שבספר באר משה, להג''ר משה גרינבערגער ז''ל, מיהאלעוויטץ תרצ''ו.

ב') פרענומעראנטין שבספר נפש יהודה (מח''ס מנחת יהודה), מונקאטש תר''ע.

ג') פרענומעראנטין שבספר שו''ת ערוגת הבושם ח''ב, דפוס המקורית, לא דפוס צילום שבניו יארק, שהשמיטו כנראה את הפרענומעראנטין.

ד') אן אפדעיטעד פרענומעראנטין ספר, לאחר בערל כהן'ס ספר, אויב ס'איז דא אזא זאך.

ספר

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 20, 2012 8:46 pm
דורך dovidal
אני מחפש לקנות שו"ת מהר"פ שוסבורג שנדפס בשנת שב"ת

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 21, 2012 12:52 am
דורך לב טוב
אתה יכול להורידו מהיברו בוקס

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:45 pm
דורך dovidal
לב טוב האט געשריבן:אתה יכול להורידו מהיברו בוקס

IM LOOKING FOR THE FIRST PRINT THANKS

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 30, 2012 9:56 am
דורך ואם תאמר
ווייסט איינער אפשר און וועלכע ביהמ"ד אין ב"פ ס'איז דא א "דרשות לחם שלמה"? אדער איינער וואס האט דעם ספר אין זיין באזיץ און קען סקענען א ד"ת?
[ס'איז נישטא אויף היברובוקס ואוצה"ח]

יישר כח.