בלאט 6 פון 28
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 27, 2012 12:11 am
דורך טייבעלע
יש"כ, איך זיך אבער דייקא דעם שער רוה"ק,
אז איך וועל דארפן דעם ס' הכוונות אודיע לך.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 6:34 pm
דורך בחורהזעצער
ווייסט איינער צו מ'קען נאך היינט באקומען דעם ספר "כנסת ישראל" אויף פרקי אבות, שנתחבר ע"י הרה"ג ר' ישראל גאלדמאנן זצ"ל?
עס איז לעצטענט איבערגעדרוקט געווארן דורך ר' ... גאלדשטיין, דער וואס געט ארויס די ספרים קדושים, ווייסט איינער ווי עס איז נאך דא פון דעם?
(נישט קיין אנטיק פון די ערשטע דרוק)
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 9:53 pm
דורך יהיה כן
בחורהזעצער האט געשריבן:ווייסט איינער צו מ'קען נאך היינט באקומען דעם ספר "כנסת ישראל" אויף פרקי אבות, שנתחבר ע"י הרה"ג ר' ישראל גאלדמאנן זצ"ל?
עס איז לעצטענט איבערגעדרוקט געווארן דורך ר' ... גאלדשטיין, דער וואס געט ארויס די ספרים קדושים, ווייסט איינער ווי עס איז נאך דא פון דעם?
(נישט קיין אנטיק פון די ערשטע דרוק)
וואס איז שלעכט מיט
דאס פון היברוי בוקס ?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 30, 2012 10:36 pm
דורך למעלה משבעים
יהי' לכאורה איז דאס די זעלבע שאלה ווי דא
viewtopic.php?p=558208#p558208
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 01, 2012 8:47 am
דורך יהיה כן
מען קען ארדערן יעדע ספר אויף היברויב בוקס, אויף א פרינט ווערזשיאן,
זעה דא
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 12:09 pm
דורך יוראפ
אפשר ווייסט איינער וואו מען קען באקומען, דעם ספר "ארץ בנימין" וואס איז ארויסגעקומען אין ירושלים תשל"ח לזכרו פון ר' בנימין דיין (סופר) ז"ל
אדער אויב איינער האט דאס און ער קען דאס בארגן לפי שעה
אדאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 12:30 pm
דורך יהיה כן
ווען דו וועסט אי״ה וויזיטן ניו יארק פאבליק לייברערי, העסטו דאס שוין אויך מוציא זיין.....
זיי האבן עס
ארץ בנימין
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 12:33 pm
דורך יוראפ
אדאאנק אייך יהי' כן פאר די ספעציעלע הילף
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 12:51 pm
דורך בחורהזעצער
א גרויסן יישר כח הרב יהי' כן.
האמיר שוין אריינגעגעבן א ארדער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 10:55 pm
דורך Gevald Geshrigen
איך האב בירושה א גרויסע עץ חיים. אזוי וואו איך בין נישט א מקובל נאר א מקבל ליגט עס סתם און ווארט פאר א תיקון. אם תרצה וועל יאך מאכן א קאפי פונעם שער בלאט אויב ווילסטו דעם ספר. שיק אן אימעיל צו
brooklynexpediter@gmail.com.
אגב, אזוי וואו איך האב פארשידענארטיגע ספרים וואס זוכן א תיקון ומשום כבוד הספרים וויל איך דאס נישט לייגן אין שמות אויב איינער ווייסט וואו עס קען צוקומען צו א באנוצער נא להודיענו ויישר כח. אפשר וואלט מען געדארפט מאכן אן אשכול תועלת הרבים צו קענען פאוסטן א ליסטע פון גוטע ספרים וכל דצריך ייתי ויקח.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 02, 2012 11:30 pm
דורך dovidal
Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך האב בירושה א גרויסע עץ חיים. אזוי וואו איך בין נישט א מקובל נאר א מקבל ליגט עס סתם און ווארט פאר א תיקון. אם תרצה וועל יאך מאכן א קאפי פונעם שער בלאט אויב ווילסטו דעם ספר. שיק אן אימעיל צו
brooklynexpediter@gmail.com.
אגב, אזוי וואו איך האב פארשידענארטיגע ספרים וואס זוכן א תיקון ומשום כבוד הספרים וויל איך דאס נישט לייגן אין שמות אויב איינער ווייסט וואו עס קען צוקומען צו א באנוצער נא להודיענו ויישר כח. אפשר וואלט מען געדארפט מאכן אן אשכול תועלת הרבים צו קענען פאוסטן א ליסטע פון גוטע ספרים וכל דצריך ייתי ויקח.
אהער דערמיט איינס צוויי שיק מיר דיין טעלפון
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 12:15 am
דורך יוסף שרייבער
Gevald Geshrigen האט געשריבן:איך האב בירושה א גרויסע עץ חיים. אזוי וואו איך בין נישט א מקובל נאר א מקבל ליגט עס סתם און ווארט פאר א תיקון. אם תרצה וועל יאך מאכן א קאפי פונעם שער בלאט אויב ווילסטו דעם ספר. שיק אן אימעיל צו
brooklynexpediter@gmail.com.
אגב, אזוי וואו איך האב פארשידענארטיגע ספרים וואס זוכן א תיקון ומשום כבוד הספרים וויל איך דאס נישט לייגן אין שמות אויב איינער ווייסט וואו עס קען צוקומען צו א באנוצער נא להודיענו ויישר כח. אפשר וואלט מען געדארפט מאכן אן אשכול תועלת הרבים צו קענען פאוסטן א ליסטע פון גוטע ספרים וכל דצריך ייתי ויקח.
מאכט ביטע א ליסטע פון די ספרים ושנות הדפסתם און לייגט עס ארוף
דא, אולי זענען זיי ווערט מער ווי איר מיינט און אשאד אוועקצוגעבען בחנם.
לגבי סתם ספרים, אזוי ווי מיר האבען שוין א אשכול פאר ספרים וואס מען זיכט, פאר נייע ספרים, פאר ספרים העומדים לצאת לאור איז טאקע רעכט עס זאל זיין איינס פאר גוטע ספרים וואס זיכען א פאסיגע היים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 1:54 pm
דורך Gevald Geshrigen
עס וועט מיר דויערן אביסעלע צייט צו מאכן א ליסטע און איך וועל עס פאוסטן בעז״ה ביים ערשטן געלעגנהייט. איך בין נישט אינטערסירט צו מאכן געלט דערפון בכלל אויסער אויב עס קומט אונטער אן אויסערגעווענליכע זאך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 03, 2012 2:02 pm
דורך יוסף שרייבער
אויב בילדער איז דיר גרינגער דאן כאפ א בילד פון די שער בלעטער און לייג דאס ארויף.
אור החכמה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 7:10 pm
דורך dovidal
איך זיך א אור החכמה פון הרה"ק מדיבענקע דפוס ראשון
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:36 am
דורך dovidal
dovidal האט געשריבן:איך זיך א אור החכמה פון הרה"ק מדיבענקע דפוס ראשון
איך זיך דעם ספר תפארת שלמה להרב שלמה זלמן ריינער מבולחוב
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 5:35 pm
דורך Gevald Geshrigen
רשימה חלקית פון ספרים שיש בידי לכל מי שירצה.
קונטרס חיי עד
מתנת יצחק
חידושי הריטב״א על בבא בתרא
צלותא דאברהם
נחלת עזריאל
סגולת משה ואור הגנוז (פי׳ על אוהח״ק)
גבורת ארי (פלאצק) עם באר משה על מסכת תענית
אור צדיקים למהר״ם פאפירוש (קבלה)
נחלת אברהם
עטרת יעקב עם כבוד תורה לר׳ שכנא זאהן
מטה יהודה לר׳ ליב אפענהיים נ.י.העתק מדפו״ר
בית אולפנא
ליקוטי שיחות כרך א ספר א
צאינה וראינה
זכרו תורת משה עם ביאור משאת שבת
מוסרי הרמב״ם
טעמי המנהגים נ.י. תשי״ז
אסוך שמן
קדושת הר
שו״ת לבושי יום טוב ־ נירבאטור
רביד הזהב ־ טירנויער
פרי מגדים המפורש הוצאה
הר יראה תפארת יחזקאל
הגדה של פסח עם פי׳ מהולל בתשבחות ־ מאשקאוויטש
ילקוט שמואל ־ ליקוטים על אבות
אורים ותומים
דרשות חת״ס
שו״ת חת״ס
אור פני יהושע וחידושי הרח״א הכהן
צנתרי דדהבא ־ ברכות
נועם המדות
דברי אמונה ־ קטן ־ תשמ״ז
זכרו תורת משה לבעל חיי אדם
ספר המאמרים ליובאוויטש תש״א־תש״ח
רקי אבות מתורגם לאידיש
שו״ת מנוחת אשר ד׳ כרכים
שו״ת מהר״ם ברודא
חידושי חת״ס על הש״ס
שו״ת חסד יהושע
דמשק אליעזר על ביאור הגר״א
עס איז נאר א חלק אי״ה ביי א קומענדיגע געלעגנהייט וועל איך צולייגן מער. לכל מאן דבעי נא לשלוח לי אימעיל
brooklynexpediter@gmail.com
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:35 pm
דורך yield
האט מען אמאל איבערגעדרוקט שו"ת חות יאיר?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:38 pm
דורך טייבעלע
yield האט געשריבן:האט מען אמאל איבערגעדרוקט שו"ת חות יאיר?
יא, עס איז דא זייער א שיינעם דרוק דערפון.
קוק דא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:41 pm
דורך מיימוני
כ'זיך א ספר וואס רעדט וועגן די מזלות פון די חדשים און וועלכע השפעה עס האט אויף די מענטש. א דאנק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 4:48 pm
דורך מיללער
מיימוני האט געשריבן:כ'זיך א ספר וואס רעדט וועגן די מזלות פון די חדשים און וועלכע השפעה עס האט אויף די מענטש. א דאנק.
ספר מזלות של אדם על דרך התכונה:
http://www.hebrewbooks.org/20927ספר חכמות המזלות:
http://www.hebrewbooks.org/44767
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 3:37 am
דורך msp
אין אוצר מדרשים פון אייזענשטיין איז דא ברייתא דמזלות
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 4:02 pm
דורך dovidal
איך זיך דעם ספר תולדות יהודי קאליש
פארעפענטליכט: שבת יוני 16, 2012 9:20 pm
דורך יוסף שרייבער
תולדות יהודי קאליש איז דא אויף אוצר החכמה.
פארעפענטליכט: שבת יוני 16, 2012 9:33 pm
דורך אברהם שלמה
איך זיך דעם ארטאדאקסישע צייטונג - סאטמר קראלי