בלאט 5 פון 28
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 6:23 pm
דורך סטראשעלע
איך זוך א העפט מיטן נאמען "דריי פארטרעגע" פון דר. י. הילדעסהיימער
איך ווייס נישט צי ס'איז אויף דייטשמעריש אדער אידיש ?
עני העלפ איז וועלקאם?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 28, 2012 6:54 pm
דורך יוסף שרייבער
דריי פארטרעגע מיינט דריי דרשות, די איינציגסטע ענדליכע זאך וואס איך טרעף איז א קונטרס פון 3 דרשות וואס הרב עזריאל הילדסהיימר האט געזאגט ביי א סיום מסכת כתובות אין אייזענשטאט, נדפס בווין בשנת תרכ"ז.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 9:53 am
דורך סטראשעלע
א דאנק ר' יוסף, איז דער ספר ערגעץ פארהאן אויפן געוועב צו זען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 10:06 am
דורך מיללער
סטראשעלע האט געשריבן:איך זוך א העפט מיטן נאמען "דריי פארטרעגע" פון דר. י. הילדעסהיימער
איך ווייס נישט צי ס'איז אויף דייטשמעריש אדער אידיש ?
עני העלפ איז וועלקאם?
יוסף שרייבער האט געשריבן:דריי פארטרעגע מיינט דריי דרשות, די איינציגסטע ענדליכע זאך וואס איך טרעף איז א קונטרס פון 3 דרשות וואס הרב עזריאל הילדסהיימר האט געזאגט ביי א סיום מסכת כתובות אין אייזענשטאט, נדפס בווין בשנת תרכ"ז.
דער טעות נעמט זיך ווייל אויף דויטש האט ער געהייסען Doktor Israel Hildesheimer ממילא האט עס דער מתרגם פארטייטשט אלס 'ישראל' אנשטאט 'עזריאל'.
אויף ארכיוו.ארג איז דא עטליכע דייטשע ביכער איבער ר' עזריאל לדוגמא דער בוך:
Doktor Israel Hildesheimer; eine biographische Skizze
http://archive.org/details/doktorisraelhild00karpקען זיין אז 'מקען דארט טרעפן וואס איר זוכט, איך האב עס נישט געטראפן כעת.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 12:40 pm
דורך סטראשעלע
איך זוך א מקור צום דעם וואס ער צייכנט
דא צו אין הערה 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 29, 2012 12:56 pm
דורך יוסף שרייבער
אנליין זעה איך עס נישט,
ספה"ל האט עס און
הארווערד האט דאס אויף מייקראפארם , פאר די ריכטיגע פרייז וועלען איינע פון די צוויי אייך מאכן קאפיס.
מאכט סענס ער זאל דאס זאגען ביי א דרשה לבחורים לומדי תורה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2012 11:15 pm
דורך סטראשעלע
אני מחפש ספר בשם "הצדיק מרוסיה הלבנה" על ר' הלל פאריטשער זצ"ל מגדולי חסידי אדמו"ר האמצעי והצ"צ נ"ע
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 03, 2012 7:31 am
דורך מאטקע
איך זיך א סידור'ל "אור הישר", איבער געדרוקט דארך ר' משה דייטש פון לונדון כמדומה תשנ"ג.
א דאנק
ספר קורות חייו ותולדותיו של האדמו״ר בעל אש דת מאוז׳ראב זצ״ל
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 12:41 pm
דורך יהיה כן
איך ווייס נישט ווי אזוי ס׳הייסט, עס האט בילדער ועוד, ווער ס׳ווייסט וואס כ׳מיין און האט עס אין באזיץ, און איז וויליג מיר צו סקענען/שיקן עטליכע בלעטער העליך אים דאנקבאר זיין
ביטע מעלדן אין אישית
שכוח
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 15, 2012 2:28 pm
דורך ביקסאד
אנטשולדיגט, אבער יאך טרעף עס נישט אצינדער ברשותי.
דא האט איהר פון ספריית חב"ד :
מס' כרטיס 2526 מדור ומדף: מג-ב
בלבת אש
לברמן, יוחנן
פרקי חייהם ומשנתם של ה"ר משה יחיאל הלוי
אפשטיין ואבותיו הקדושים לבית אוזרוב -
חנצין
ארץ ישראל תשמד
8°. ח"א: שכו ע'. ח"ב: שלה ע'
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 16, 2012 4:23 am
דורך msp
אין הספר פה מנשסתר האב איך געזעהן דער בלבת אש
תולדות חייו וקורותיו של האדמו"ר בעל אש דת מאוזורוב זצ"ל - מנ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:27 pm
דורך יהיה כן
יהיה כן האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי אזוי ס׳הייסט, עס האט בילדער ועוד, ווער ס׳ווייסט וואס כ׳מיין און האט עס אין באזיץ, און איז וויליג מיר צו סקענען/שיקן עטליכע בלעטער העליך אים דאנקבאר זיין
ביטע מעלדן אין אישית
שכוח
איך האב געמיינט דעם פאלגנדן ספר (א צילום פון א בלעטל פון עס), ווער ס'ווייסט ווי כ'קען דאס טרעפען ווי אזוי דאס הייסט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:38 pm
דורך ווילוויסן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:49 pm
דורך יהיה כן
שכוח גדול הרב וויל וויסן, זעהט טאקע אויס אזוי
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:20 am
דורך שויתי'ניק
אבני חינוך פון רש"ר הירש זצ"ל?
ספר בית אברהם - סלונים
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:02 pm
דורך רעאליסטיש
איך זוך וויכטיג דעם ספר "בית אברהם" פון הרה"ק רבי אברהם (השני) מסלונים זי"ע. כ'האב גענישטערט אין "היברו בוקס" אבער נישט מצליח געווען. ווייסט איינער פון אן אנדער פלאץ פון וואו איך וואלט דאס געקענט באקומען?
א דאנק,
ברכת דוד
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:04 pm
דורך dovidal
אני מחפש ספר ברכת דוד שנדפס בזולקווא תקכ"ו על אורח חיים
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:36 pm
דורך יהיה כן
dovidal האט געשריבן:אני מחפש ספר ברכת דוד שנדפס בזולקווא תקכ"ו על אורח חיים
דאס זעה איך אין מיין אוצר החכמה (גירסא 10) דאס מיינט איר?
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:44 pm
דורך dovidal
יהיה כן האט געשריבן:dovidal האט געשריבן:אני מחפש ספר ברכת דוד שנדפס בזולקווא תקכ"ו על אורח חיים
דאס זעה איך אין מיין אוצר החכמה (גירסא 10) דאס מיינט איר?
יא אבער איך זיך צו קויפן דעם דפוס ראשון
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:46 pm
דורך יהיה כן
איר מיינט צו קויפן דעם 'ארגינאלן'? נישט קיין סקען אדער קאפי
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 22, 2012 5:56 pm
דורך dovidal
יהיה כן האט געשריבן:איר מיינט צו קויפן דעם 'ארגינאלן'? נישט קיין סקען אדער קאפי
כן יהיה כן
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 4:48 am
דורך מאטקע
איך זוך א ספר באשריבען [אפילו דרך אגב] איבערן שטאט בערעזנע - טשעכיסלאוואקיא - VELIKIY BEREZNY, אין דער קארפאטען געגענט, היינט אין אוקראינה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:26 am
דורך dovidal
רעאליסטיש האט געשריבן:איך זוך וויכטיג דעם ספר "בית אברהם" פון הרה"ק רבי אברהם (השני) מסלונים זי"ע. כ'האב גענישטערט אין "היברו בוקס" אבער נישט מצליח געווען. ווייסט איינער פון אן אנדער פלאץ פון וואו איך וואלט דאס געקענט באקומען?
א דאנק,
תתקשר אישית
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 25, 2012 3:56 pm
דורך טייבעלע
איך זיך צו "קויפן" א ספר שער רוח הקודש מיט די הגהות פון ר' מנחם מענכין היילפרין,
נישט די אובער סייזד קאפי וואס מען האט ארויסגעגעבן אין די לעצטע יארן, איך זיך די
ארגינאלע דרוק, דאכט זיך עס איז ארויס געגעבן געווארן דורך ישיב' שער השמים, ביטע
ווער עס קען העלפן, א ישר כח למפרע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 12:47 am
דורך dovidal
טייבעלע האט געשריבן:איך זיך צו "קויפן" א ספר שער רוח הקודש מיט די הגהות פון ר' מנחם מענכין היילפרין,
נישט די אובער סייזד קאפי וואס מען האט ארויסגעגעבן אין די לעצטע יארן, איך זיך די
ארגינאלע דרוק, דאכט זיך עס איז ארויס געגעבן געווארן דורך ישיב' שער השמים, ביטע
ווער עס קען העלפן, א ישר כח למפרע.
יש לי ספר הכוונות עם הגהות ר מענכין נדפס בירושלים שנת תרסב