בלאט 3 פון 3

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 10:20 am
דורך להבין שמועות
בן בוזי האט געשריבן:עס איז פארהאן אויף די אינטערנעט א וועבזייטל פון משכילישע צייטונג און אז דו וועסט דארט מאכן א זוכעריי וועסטו געפונען אין די נייעס'לעך פון משך השנים אז דער יסוד הקפידות קומט דערפון וואס אין געוואוסע שטעט ווי עס זענען נישט געווען גענוג חסידים פון איין רבי'ן זיך צו פארמירן אין אן אייגן קלויז האבן זיך פארמירט קלייזלעך וועלכע זענען באשטאנען פון פארשידענע חסידים און וויבאלד יעדער האט געוואלט אז זיין חסידות זאל זיין דער אפיציעלער בעל הבית האט זיך אנטוויקלט געפעכטערייען ווי יעדער האט בתוקף עוז אנגעהאלטן די מנהגי החסידות און נישט צוגעלאזט אנדערש צו זאגן/טוהן איז דערפון געווארן שיטות כידוע פאר די וואס זענען באהאוונט אין די שטייגער פון מחלקות'ן און פון דארט איז עס פארבליבן עד ימינו אלה בשם "קפידות".

אין מיין פריערדיגע שטיקעל האב איך נישט געמיינט צו זאגען אזוי נידריג אז ביי געוויסע עלעמענטן זיינען זייער יודישקייט געבויעט אויף הויל רשעות ומדות רעות כמו שהבאת מהמשכילים
רק כתבתי דאפי' אותם [וואס ווילען כאטש מיינען לשמה] מיט חסידות האט עס קיין פארקער ניט

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 10:46 am
דורך א גוט ווארט
ווי דער מאכניפקער זצ"ל האט געזאגט אויף די קפידא פון פון'ם סקווירא'ר אז יעדער וואס זאגט קדיש אין זיין בית המדרש זאל זאגן "ויקרב קץ משיחיה", און יעדער וואס דאווענט פאר'ן עמוד זאל זאגן ביי נקדישך "ברוך יאמרו", אז דאס איז רבי יעקב יוס'לעס מנהג.
(אגב אין מאכניפקא פירט מען זיך אז אין א טאג וואס מ'דאווענט מוסף זאגן מען ביי מנחה אויך משבחים ואומרים)
און אזוי איז געווען ווען דער סקווירער רבי האט זיך געצויגן צום שטעטל וואוינען און דער מנין איז קליין געווארן, האט ער געבעטן פון עטליכע זאלן ממשיך זיין דארט צו דאווענען, אז דער עיקר איז אז מ'זאל זאגן "קץ" און "ברוך יאמרו", כן שמעתי מפי הגבאי ר' שמואל אונגאר ע"ה ומפי רש"ג ע"ה ומפי רש"ל ע"ה ומפי רא"א ע"ה ומפי רי"ש ע"ה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 26, 2011 2:05 pm
דורך א גוט ווארט
איך האב נעכטן געזעהן א קונטרס הקפות ארויסגעגעבן מבית טשערנאביל ארה"ב. דער נוסח קוקט אויס גאלא צאנז.
ווי באקאנט האט הרה"ק ר' זושא'לע זצ"ל זיך באזעצט אין'ם ביהמ"ד דברי חיים צאנז-טשעחויב ע"פ בקשתם און זיך היפש געפירט צאנזע מנהגים.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 4:20 am
דורך להבין שמועות
ראיתי בסקווירא סידור שבתהלים הוסיפו שתי תיבות שלא אמרם דוד מלך ישראל
קפיטל ג' פסוק ט' לה' הישועה על עמך [על עמך] ברכתיך סלה
מה המקור?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 8:07 am
דורך והוא פלאי
כפי ששמעתי, יש שני דעות בפי' על עמך, אם מוסב למעלה או למטה, עיין ברוך ה' המבורך אשכול על כגון דא, לפיכך אומרים ב' פעמים, לכוון ב' הפי'
ואם מותר להכפיל תיבות בתפלה יש נדון בין הפוסקים, ואין זה בתורת הוספה, רק כפל, לכוון על שני הדרכים

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 28, 2011 8:31 am
דורך להבין שמועות
תודה