על הספר עולמו של אבא ומחברו

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

על הספר עולמו של אבא ומחברו

תגובהדורך פארשריבן » מאנטאג יולי 25, 2011 8:56 pm

איך וואלט געקענט רופן דעם שליסל-טאוול אז ער זאל עדות זאגן וויפל קלאַפּעס און זעצעס ער האט שוין געכאפט א דאנק דעם ספר, אבער למעשה האט מיין געוויסן באשלאסן זיך צו האלטן צו מיין געוועזענע אונטערשריפט.
אבער יעדער ווייסט מער ווייניגער וואס עס איז אונזער עולם'ס בליק אויף דעם דאזיגן אייגנארטיגן ספר\בוך – און מיט א סוירטש דאהי אויף דאס אידישע וועלטל קאן מען זיך דאס גרינג איבערצייגן.
שטעלט זיך די פראגע: פארוואס איז דאס אזוי? בלויז ווייל ער זאגט זאכן וואס קיינער האט נישט געוואגט אפצושרייבן און פאראייביגן?

איך האב א לענגערע ענטפער אויף די פראגע. אבער ווי געזאגט וועל איך זיך ביז דערווייל דא האלטן שטיל, און לאזן פאר אנדערע אריינצורעדן אין אט די דעליקאטע טעמע.
און איך וויל טאקע בעטן פון יעדן פערזענליך אז מען זאל אריינקלערן אין וואס מען שרייבט דא - אויב וויל מען אז דער געהענגל זאל בלייבן אויפן אויבערפלאך...

פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 16, 2010 3:50 pm

תגובהדורך פייטל » מאנטאג יולי 25, 2011 11:18 pm

עס ווערט געזוכט איינער צו באשרייבן די היינטיגע דור אויפן סטיל פונעם עולמו של אבא, מיטן נאמען "עולמו של הבן"

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג יולי 25, 2011 11:40 pm

לענ"ד צוויי נקודות

1) זיין שקרנות איז זייער מערקבאר, אלע חכמות און מעשיות וואס האבן פאסירט ביים ר"ר יונתן, נודע ביהודה, מלבי"ם, וכו', האבן פונקט פאסירט ביי אים אדער בימיו, א שטייגער ווי ברוך עפשטיין אין מקור ברוך.

מענטשען זענען גרינג מוחל ווען מ'שרייבט אומאנגענעמע היסטאריא, כל זמן ס'איז אמת, משא"כ ווען ס'איז נכרין דברי שקר, רעגט דאס אויף די געפילן, אפילו אויף אפשר דאס ביסל אמת וואס א שקרן שרייבט

2) זיין פראסטן בליק פון פאליטיש אויספארמען גדולי ישראל, איז נישט עקסקלוסיוו אויף מנהיגים פון זיין צייט, ער באטראכט דאס זעלבע כל הקודש לנו, אפילו דעת תורה פון תנאים ואמוראים און זייערע פסקי הלכה, איז לדעתו פאליטיש מאטאווירט, ער שרייבט אזוי בפירוש אין ארץ הגליל עמ' ר"ז-ר"ח, איז דאס איז נישט בלויז זאכן וואס אנדערע האבן זיך נישט געוואגט.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יולי 26, 2011 12:06 am

מעגסט שרייבן "ר'" ברוך. דער רבי ברענגט דאך אים אין ויואל משה...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 26, 2011 12:47 am

יא, דאס איז דער עיקר נקודה, זיינע בולט'דיגע שקרים, ס'איז דא גענוג ספרים וואס מ'קען טרעפן דארט אלטע פאליטיק און מחלוקת'ן, און מענטשן האבן דאס ליב צו ליינען, אבער ער האט זיך פארדינט זיין נאמען אלץ נישט מוסמך אויף זיינע אפענע נישט אמת'ע פאקטן,

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 26, 2011 12:50 am

מי חכם האט געשריבן:מעגסט שרייבן "ר'" ברוך. דער רבי ברענגט דאך אים אין ויואל משה...



ער ברענגט אים 3 מאל אבער נאר נעגעטיוו, בפרט אין ח"ג סי' ה' זייער שארף.

שנית, האסט שוין געליינט זיין מקור ברוך ?, זעהט אויס אז ויואל משה האט עס אויך נישט געזען, ווען יא וואלט ער זיך נישט ג'פלא'ט אויף זיינס א קרומקייט.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יולי 26, 2011 12:57 am

ליצנות אין א זייט געלייגט. ער איז געווען א גרויסער ת"ח, און הגם אפשר נישט מיט היימישע השקפות, אבער איך ווייס נישט צי דאס איז זיין פראבלעם ביי דיר...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג יולי 26, 2011 1:17 am

לאמיר נישט פארבלאנזשענן, צוריק צום עולמו של אבא.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יולי 26, 2011 1:24 am

דער עולמו האט דאך אזעלכע גוטע מעשה׳לעך, דארף נאך זיין אמת אויך?
(ווי האט יענער געזאגט, האסט אפשר עפעס א גוטע לשון הרע, מוז נישט זיין אמת אבער זאל זיין א זאפטיגס)

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 26, 2011 2:17 am

עולמו של באבע וואלט געברויכט הייסן ענדערש: מקוה קראניקלס.

חוץ פונעם סיגוטער בדחן גאטליעב האט ער נישט קיין שום מקוריות׳דיגע זאכן.

(הערה: ביי די דרייצן יאר האב איך זיך אויך געשפירט ׳מעכטיג׳ אויפגעקלערט מיט׳ן ליינען דעם בוק. תלי״ת איך בין עס אויסגעוואקסן) 
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג יולי 26, 2011 3:51 am

איך געדענקט שוין כמעט גארנישט פון דארט (ס'יז שוין בערך צוואנציג יאר פון ווען כ'אב עס געליינט) אבער איך וויל וויסן צו די אלע "שקרים" פון וואס מען רעדט דא זענען טאקע שקרים, אדער זיי זענען שקרים ווייל זיי געפעלן נישט פאר געוויסע ליינער?
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 26, 2011 3:59 am

ס׳איז שקרים ווייל ס׳געפעלן נישט פאר געוויסע ליינער; און ס׳געפעלן נישט פאר געוויסע ליינער ווייל ס׳איז שקרים...

אה, ס׳איז פשוט׳ע האוקוס פאוקוס... שטויבעס אפ און ליינעס, העסטעך מחי׳ זיין...
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג יולי 26, 2011 4:37 am

אבער פון ווי וועל איך היינט וויסן וואס איז שקרים און וואס נישט
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 26, 2011 12:00 pm

לאז מיך צולייגן מיינע צוויי סענט צום עולמו של אבא
די ארויסגעבער פונעם ספר זענען די קינדער פון הגאון ר' אשר אנשיל מיללער זצ"ל אב"ד פעטרוזשאון, א גאון מפורסם ומחבר ספרים רבים ונכבדים.
דער פאטער זייענדיג א ידען נפלא אויך בקורות הדורות, האט אסאך דערציילט, און דערציילט כדבר איש אל רעהו.
איז דאך אבער דא א כלל אז נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבן און נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען דרוקן, און אט דער כלל האבן די קינדער זיינע נישט אנגענומען, ממילא האט עס אזא פנים.
גלייבט מיר אז די אלע מעשיות וואס שמעקט יא און וואס שמעקט נישט האט מען געקענט הערן בחדרי חדרים פון יעדן ערליכן איד פריוואט, צו ביי א שמועס אין א קליינע פארנעם, און מען האט נאר שכל אז ס'איז געזאגט פנימי און מען דרוקט עס נישט, זיי האבן נישט געהאט די שכל ממילא קוקט עס אזוי אויס.

וואס איך מיין ארויסצוברענגן אז ס'איז נאטינג ראונג מיטן פעטראזשאנער רב, נאר מיט זייינע קינדער.
און ממילא אויב זאכן זענען פארדרייט קען עס אפשר אויך האבן מיט די קינדער נישט מיט אים, ווייל ער האט עס לכאורה נישט איבערגעקוקט פאר ס'איז ארויסגעקומען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

איך וויל פארשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 14, 2010 7:51 pm

תגובהדורך איך וויל פארשטיין » דינסטאג יולי 26, 2011 12:41 pm

ווען איך האב עס געליינט האב איך אויך געזען דערין אסאך שקר,
אבער איך האב נאך אלץ הנאה געהאט עס צו ליינען, ווייל אזוי ווי ער שרייבט דא ווי מרופט עס אימאנגענעמע היסטאריע, קען מען דאך געוואר ווערן צווישן די שירות עפעס אמת אויך.

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 26, 2011 2:08 pm

דאכציך אז דער זון שרייבט אין הקדמה אז דער טאטע האט עס נישט געקענט איבערקוקן מחמת חולשה... איך געדענק נישט פונקטליך.

אגב וועלעכע ספרים נכבדים האט ער ארויסגעגעבן?
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יולי 26, 2011 3:27 pm

עס איז שפעטער באקאנט געווארן אז איינע פון די קינדער פונעם מחבר האבן אויסגעניצט דעם פאקט אז דער טאטע איז געוועהן א בעל מספר און א ווייסער, און אריין געלייגט מדעת עצמו פארשידענע זאכן וואס זענען געוועהן זיינע אייגענע מאטיוו'ן, מ'האט שפעטער געטראפן פון ווי ער האט ארויס גענומען די קשיות אויפן ויואל משה וועגן ישוב א"י פון א געוויסע קונטרס ממש נאכגעשריבן אות באות, דער ספר איז קלאר נישט דער טאטע הרב מיללער וועלכע איז געוועהן א איידעלע איד,

און אזוי זענען געוועהן צענדליגע זאכן וואס דער טאטע האט געוויסט צו דערציילן קראנט, און די קינדער האבן באשלאסן מ'וועט עס אפדריקן לויט זייער זכרון, סתם אלץ מאטיוו צו געדענקען פארשידענע אומבאטעמטע קריגערייען,

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 26, 2011 4:39 pm

שטארק זיך האט געשריבן:דאכציך אז דער זון שרייבט אין הקדמה אז דער טאטע האט עס נישט געקענט איבערקוקן מחמת חולשה... איך געדענק נישט פונקטליך.

אגב וועלעכע ספרים נכבדים האט ער ארויסגעגעבן?

שו"ת חיי אשר
לחם אשר עה"ת
פירורי לחם עה"ת
קרבן אשר אגדות הש"ס
שמן אשר שמעתתא והלכות

אויב איך געדענק גוט האט ער אויך א שיינע הסכמה פונעם לבושי מרדכי
ס'איז מיר שוין אויסגעקומען עטליכע מאל זיך צו באגעגענען מיט זיינע ספרים (זוכנדיג זאכן אין אוצר החכמה) ער קוקט אויס ווי ער איז נישט געווען סתם א קטלא קניא, נאר ווי געזאגט האבן די קינדער געשריבן אפילו וואס מען האט נישט געברויכט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » דינסטאג יולי 26, 2011 5:07 pm

לויט וויפיל איך האב געליינט, האב איך נישט געזעהן קיין גראבע שקרים אין דעם ספר, יא, ער איז ווייט פון קראנט, ווייל דאס איז א 'מקוה נייעס' ספר, אבער מ'קען ארויסנעמען אן א שיעור ידיעות, וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט די דעמאלטיגע לעבן און הלוך ילך.
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג יולי 26, 2011 5:57 pm

מי יודע האט געשריבן:לאז מיך צולייגן מיינע צוויי סענט צום עולמו של אבא
די ארויסגעבער פונעם ספר זענען די קינדער פון הגאון ר' אשר אנשיל מיללער זצ"ל אב"ד פעטרוזשאון, א גאון מפורסם ומחבר ספרים רבים ונכבדים.
דער פאטער זייענדיג א ידען נפלא אויך בקורות הדורות, האט אסאך דערציילט, און דערציילט כדבר איש אל רעהו.
איז דאך אבער דא א כלל אז נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבן און נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען דרוקן, און אט דער כלל האבן די קינדער זיינע נישט אנגענומען, ממילא האט עס אזא פנים.
גלייבט מיר אז די אלע מעשיות וואס שמעקט יא און וואס שמעקט נישט האט מען געקענט הערן בחדרי חדרים פון יעדן ערליכן איד פריוואט, צו ביי א שמועס אין א קליינע פארנעם, און מען האט נאר שכל אז ס'איז געזאגט פנימי און מען דרוקט עס נישט, זיי האבן נישט געהאט די שכל ממילא קוקט עס אזוי אויס.

וואס איך מיין ארויסצוברענגן אז ס'איז נאטינג ראונג מיטן פעטראזשאנער רב, נאר מיט זייינע קינדער.
און ממילא אויב זאכן זענען פארדרייט קען עס אפשר אויך האבן מיט די קינדער נישט מיט אים, ווייל ער האט עס לכאורה נישט איבערגעקוקט פאר ס'איז ארויסגעקומען

זיי ברענגען גראדע דעם כלל אין די הקדמה...

אגב, ער שרייבט דארט זאכן וואס מען קען נישט הערן פון יעדן ערליכן איד פריוואט.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג יולי 26, 2011 6:05 pm

דאס איז א הערליך ספר בלויז אמת, ס'וואלט געווען א געוואלדיגע מצוה עס צו מפיץ זיין ווי מער כדי למען ידעו דור אחרון, וויאזוי אינזערע זיידעס זענען זיך אומגעגאנגען אין שווערע מצבים, וואס איז געווען די בליק פון ערליכע אידן פון פריערדיגן דור על דברים העומדים על בפרק, ווי די וועלט זאגט היסטערי ריפידיס, וכו' וכו' אונז זאלן מחשיב זיין א זאך פון פריערדיגן דור, אשרי וואויל איז דער וואס וועט מזכה זיין עס הרבים און זען ס'זאל פארשפרייט ווערן ווי מער. (קרעדיט וויכי...)
(געדענקט! נישט זיך אקעגן שטעלן נאר דווח'ען, איך דארף עס נישט יעדעס מאל איבערחזרען)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יולי 26, 2011 6:06 pm

כבר נזכר לעיל אז די קינדער האבן געהאט מאטיווען צו געדענקן געוויסע זאכן אנדערש
אגב, פון וואסערע זאכן רעדסטו, זאכן וואס זענען נוגע ציונות, אדער סתם זאכן וואס האט נישט מיט ערליכע אידן


אפס, ניק ניק האקט, דווח'עט אריין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

תגובהדורך טאבאקא » דינסטאג יולי 26, 2011 6:08 pm

ציונות קען מען יא הערן פון ערליכע אידן...

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » דינסטאג יולי 26, 2011 6:52 pm

ניק ניק
באלד בלייבסטו אן ביידע ניקס. ;l;p-
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
ללמוד וללמד
שר חמש מאות
תגובות: 846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 1:08 pm

תגובהדורך ללמוד וללמד » דינסטאג יולי 26, 2011 8:14 pm

מי יודע האט געשריבן:לאז מיך צולייגן מיינע צוויי סענט צום עולמו של אבא
די ארויסגעבער פונעם ספר זענען די קינדער פון הגאון ר' אשר אנשיל מיללער זצ"ל אב"ד פעטרוזשאון, א גאון מפורסם ומחבר ספרים רבים ונכבדים.
דער פאטער זייענדיג א ידען נפלא אויך בקורות הדורות, האט אסאך דערציילט, און דערציילט כדבר איש אל רעהו.
איז דאך אבער דא א כלל אז נישט אלעס וואס מען זאגט דארף מען שרייבן און נישט אלעס וואס מען שרייבט דארף מען דרוקן, און אט דער כלל האבן די קינדער זיינע נישט אנגענומען, ממילא האט עס אזא פנים.
גלייבט מיר אז די אלע מעשיות וואס שמעקט יא און וואס שמעקט נישט האט מען געקענט הערן בחדרי חדרים פון יעדן ערליכן איד פריוואט, צו ביי א שמועס אין א קליינע פארנעם, און מען האט נאר שכל אז ס'איז געזאגט פנימי און מען דרוקט עס נישט, זיי האבן נישט געהאט די שכל ממילא קוקט עס אזוי אויס.

וואס איך מיין ארויסצוברענגן אז ס'איז נאטינג ראונג מיטן פעטראזשאנער רב, נאר מיט זייינע קינדער.
און ממילא אויב זאכן זענען פארדרייט קען עס אפשר אויך האבן מיט די קינדער נישט מיט אים, ווייל ער האט עס לכאורה נישט איבערגעקוקט פאר ס'איז ארויסגעקומען

מיין vote איז אז "מי יודע" האט דאס די בעסטע ארויסגעברענגט. וכך מקובלני גענוי דעם אפשאצונג האב איך געהערט פון א גאר באקאנטען "היימישער" ידען איבער די פארגאנגענע וועלטן, דווקא נישט קיין עקסטרעמער, נאר אפען, אבער האלט די זעלבע אויף דעם ספר. א היימישער יונגערמאן וואס זוכט נישט קיין קאנספירעסיס און איז סענסעטיוו צו די אצילות פון אונזערע פריערדיגע גדולים, האנדלט זיך "נישט" איין דעם ספר וואס קען אפמאלן די גדולים אויף אן אופן וואס קען קאלט מאכן די אמת'ע בליק וואס מיר ברויכן אויף זיי האבן. מ'קען אסאך אין דעם מאריך זיין אבער עת לקצר.
איין פונקט האב איך שוין ערגעץ געשריבן באריכות, איך דארף עס טרעפן און מציין זיין. דאס איז איבער דעם אז עס זענען דא פאסירונגען וואס טאמער מען לעבט נישט אין די תקופה ווען עס געשעהט איז אוממעגליך פאר די מח דאס ריכטיג צו פארשטיין, וממילא קען מען נישט אלעס פארציילן פראסט אזוי.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט