בלאט 1 פון 1

שו"ת תורה לשמה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 3:36 pm
דורך יגעתי ומצאתי
די ספר שו"ת תורה לשמה איז געדרוקט געווארן פון א כת"י פון די בן איש חי זצ"ל, די בן איש חי שרייבט אין די הקדמת המעתיק אז ער האט געטראפן די כתב יד פון א גאון ר' יחזקאל כחלי וואס איז געשריבן געווארן פון שנת תמ"ב והלאה, און מיט דעם וואס ער איז עס מעתיק איז ער מקיים מצוות השבת אבידה, און ער וועט זיך משתדל זיין מפרסם צו זיין די ספר.

אסאך האבן עוסק געווען דערין צו דערגיין ווער עס איז באמת דער מחבר ברענגענדיג ראיות לכאן ולכאן (די עיקר ראיות אז עס איז נישט די בא"ח איז אז עס איז אסאך מאל סותר זיינע פסקים אויף אנדערע פלעצער) אבער למעשה איז אנגענומען אין די וועלט אז די בן איש חי איז אליינס די מחבר הספר, עס איז בכלל נישט באקאנט א גדול מיטן נאמען ר' יחזקאל כחלי. נאר ער האט דאס געשריבן אויף א צווייטנס נאמען כדי מעלים צו זיין די שם המחבר. גאר אינטערעסאנט איז אז יחזקאל איז בגימטריא יוסף און כחלי איז בגימטריא חיים, דער נאמען פונעם בן איש חי, ר' יוסף חיים, ד.מ. אז די בא"ח האט דערמיט מרמז געווען זיין נאמען.

קוק דא א לענגערע אפהאנדלונג.

איינער ווייסט וואו נאך עס איז דא א שמועס דערוועגן?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 7:38 pm
דורך קורץ און שארף
קודם יישר כח פארן לינק, קוקט אויס גאר אן אינטרעסאנטער סייט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 12:37 pm
דורך קיקיון
פאר די וואס אזוי ויי איך האבען זיך געווינדערט ווער עס איז גאון ר' יחזקאל כחלי פון וועם איך האב מעתיק געווען דא

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:די ספר שו"ת תורה לשמה איז געדרוקט געווארן פון א כת"י פון די בן איש חי זצ"ל, די בן איש חי שרייבט אין די הקדמת המעתיק אז ער האט געטראפן די כתב יד פון א גאון ר' יחזקאל כחלי וואס איז געשריבן געווארן פון שנת תמ"ב והלאה, און מיט דעם וואס ער איז עס מעתיק איז ער מקיים מצוות השבת אבידה, און ער וועט זיך משתדל זיין מפרסם צו זיין די ספר.