בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 12:49 pm
דורך רבבה
ס'איז נישט געווען בלויז דאס שארפקייט אורייתא היא דקא מרחתא בי' פין מנח''א ז''ל דאס ארעמקייט איז געווען ממש מען קען זעך נישט פארשטעלען . ממילא א בחור אדער א מיידעל
האט נישט געזעהן קיין צוקונפט . א בחור א בן תורה האט נישט געהאט קיין חשיבות . ממילא האט מען געזוכטטטט . אין מען האט אליין נישט געוואסט וואס מען זיכט . אין ממילא
האט מען זעך באפריינדעט מיט רעזעווניסטען ציוניסטען קאמאניסטען בולשאוויסטען אין וואס נישט .אין וועהר סיא ווייסט זענען יודען געווען דיא הויפט פין דיא אלע איסטען . א טאטע
האט ליידער נישט געקענט זאגען א סאך ווייל עהר האט פשוט נישט געקענט שפייזען זיין הויז געזונט .דיא משפחה .ממילא האט עהר נישט געהאט קיין ווארט . אין דיא גויים האבען
אויך אונערדריקט אין דערביטערעט דאס לעבין . אין גיין אין מיליטער איז געווען חוק ולא יעבור .ממילא וואס האט מען געקענט פארלאנגען פין דעם יוגענט . מען האט דאך נישט
געגעבן קיין אלטארנעטיוו ...דרכא אחרינא ....דיא יוגענט האט געוואלט אנטלויפען. וווויאא . וויא ס'לאזט זעך .

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 1:58 pm
דורך שאץ מאץ
הרב רבבה!
האסט אנגעהויעבן מיט איין זאך און גענדיגט מיט א צווייטע זאך,
איך האב נישט געלייקנט אז דער רעבעצן יוטא די זווג שני פונעם פארצעווע רבי אמה של פעסקא ור' ברוך האט געהאט פראבלעמען, איך האב עס איידעלערהייט ארויס געברענעט אז קיין שלום איז דארט נישט געוועהן די צוויי פארקערטע מענטשן האבן נישט געארבעט צוזאמען, סאו וואס קומט איר אזוי גראב מסביר זיין אז זי האט זיךל גע'גט מזווג ראשון, איר ווילט אפשר אריין קריכן אין דעם נושא אויך? וועגן איר ערשטע מאן?

שנית ווי קומט אהער מונקאטש צו ס'איז געוועהן מאדערן צו נישט, מונקאטש האט אויסגעזעהן פונקט ווי אלע גרויסע שטעט, גארנישט הינטערשטעלונג פון יעדע גרויסע שטאט ווי עס האבן געוואוינט מער ווי אפאר טויזנט משפחות, איינער לייקנט די פאקטן אז אין מונקאטש איז געוועהן א געמענאזיע?
ווי קומט דאס אהער מיט דעם ביך?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 2:09 pm
דורך רבבה
ידידי חביבי ש''ץ מ''ץ שיחי' נצח
איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען אז עהר איז נישט געווען דער פראבלעם אדרבא . עהר האט בעסער פארשטאנען וויא ציא סאלווען דעם פראבלעם . אין הלוואי וואלט מען אין
אזא שטאט וויא מונקאטש געטרייט ציא סאלווען . איך קום פין דארט איך קען דיא קראנקהייט פין אינסייד .אין אגב אז מען רעדט שוין לדעתי האסטו גענומען איין צד א קעגען דעם
פארצעווען רבי'ן בתוך השורות .וואס איז געווען א גרויסער בעל מעלה .

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 2:18 pm
דורך פיבער מעסטער
ווער איז געווען דער פארציווער רבי'ס רעבעצינ'ס ערשטע מאן? (פארשטאנען די קשיא?)

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 05, 2011 2:21 pm
דורך רבבה
פיבער מעסטער האט געשריבן:ווער איז געווען דער פארציווער רבי'ס רעבעצינ'ס ערשטע מאן? (פארשטאנען די קשיא?)

בייטשער רב'ס זהין זיין טאטע איז געווען איין זין פין אמרי נועם אין זיין מאמע א טאכטער פין דברי חיים ומנו''כ של אביו בקאשוי

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 06, 2011 3:20 am
דורך שאץ מאץ
רבבה האט געשריבן:אין אגב אז מען רעדט שוין לדעתי האסטו גענומען איין צד א קעגען דעם
פארצעווען רבי'ן בתוך השורות .וואס איז געווען א גרויסער בעל מעלה .


איר לייגט אריין ווערטער אין מיינע שורות וואס איך האב אפי' נישט במחשבה, איך האב קיין ווארט נישט גע'חלום'ט קעגן אים, איך האב סך הכל ארויס געברענגט אז ער האט גוט פארשטאנען דער מצב (בעסער ווי זיין רעבעצן) און פארשטאנען ווי מ'דארף לייגן א דגוש און ווי נישט, איך האב בכלל נישט מכוון געוועהן עפעס קעגן אים,