בלאט 1 פון 5
מנחם מנדל ביכלעך
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 6:03 pm
דורך והוא פלאי
האט איינער שוין אמאל אדורך געטון די סוגיא,
איז ער אליין דער שרייבער, אדער שרייבט ער נאך אלטע ביכלעך
וואס זענען די מקורות,
סיי די לאנגע און סיי די קורצע
כפי זכרוני האב איך אסאך פון זיינע יום טוב ערציילונגען געפונען מלה במלה אין מנשה אונגער'ס ביכלעך
דאס זעלבע האב איך געטראפן אסאך פון זיינע מעשיות אין אלטע אידישע ליכט'ס פון א. היילמאן
איך וויל אבער דער עיקר וויסן וואס דער מקור פון דער מהרש"א אין מאניש
ערליכקייט און תמימות
איבער וועגען אין ימים וכדו'
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 7:34 pm
דורך צולייגער
ים רויבער: רוף זיך אן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 8:41 pm
דורך שאלת_חכם
אסאך מעשיות שטייט אז איינער הרב מאיר לעהמאן האט דאס געשריבן, האט איינער אינפראמאציע אויף דעם איד?
(אפשר עפענען נאך א אשכול...)
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 8:58 pm
דורך ביקסאד
שאלת_חכם האט געשריבן:אסאך מעשיות שטייט אז איינער הרב מאיר לעהמאן האט דאס געשריבן, האט איינער אינפראמאציע אויף דעם איד?
ויקיפדי'
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 9:01 pm
דורך איזעי
רוב פון זיינע מעשיות האט ער גענומען פון פריערדיגע מקורות, וו.צ.ב. לעהמאן, און אנדערע שרייבער'ס ממילא קען זיין אז אנדערע שרייבן שוין אויך די מעשיות.
מען זאגט אבער אז אסאך מעשיות האט ער אליינס געמאכט, אויף דעם נעם איך נישט קיין אחריות...
אלנפאלס, זענען זיינע מעשיות באזירט אויף היסטארישע פאקטן, און א בקי אין זיינע ביכלעך דארף קענען גאר גוט היסטאריע, גוי'אישע אזוי גוט ווי די אידישע.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 11:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
ס'הייסט אז די מעשיות פון הרב לעמאן זענען פיקטיוו, און זיין כונה איז געווען אז מען זאל נישט ליינען די נישט ערליכע ביכער - ווי די רעמאנען - וואס זענען געווען זייער נפוץ דעמאלט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 19, 2011 11:19 pm
דורך יואל ווייס
אינטערוויו מיט מנחם מענדל אויף קול מבשר.אויך איז ער געווען באשריבן 2-3 יאר צוריק אין איינע פון די אויסגאבעס, דאכט זיך אז דער צייטשריפט.
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ס'הייסט אז די מעשיות פון הרב לעמאן זענען פיקטיוו, און זיין כונה איז געווען אז מען זאל נישט ליינען די נישט ערליכע ביכער - ווי די רעמאנען - וואס זענען געווען זייער נפוץ דעמאלט.
אין הכי נמי, אבער עס איז געבויט אויף היסטארישע פאקטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 12:52 am
דורך ים רויבער
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 1:24 am
דורך קרעפלקאפ
ים רויבער האט געשריבן:http://he.m.wikipedia.org/wiki/
דער וויקי לינק וואס איר האט געבראכט איז פון מנחם מענדל גרליץ "מ. ג-ץ", נישט פון זיין שוואגער "מנחם מנדל" משי-זהב.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 1:31 am
דורך קרעפלקאפ
ביקסאד האט געשריבן:שאלת_חכם האט געשריבן:אסאך מעשיות שטייט אז איינער הרב מאיר לעהמאן האט דאס געשריבן, האט איינער אינפראמאציע אויף דעם איד?
ויקיפדי'
פונעם אויבענדערמאנטן לינק:
למרות שעניין היחס לציונות לא מופיע בצורה מפורשת בספרים, ניתן לראות כי בעקבות הרש"ר הירש, שהיה מרבותיו, גם הוא התנגד לתנועה זו, ולא מעט פעמים בספריו מופיע עניין שלוש השבועות, והאמונה שאליהו הנביא יבוא שלושה ימים לפני בוא הגאולה, כדי לבשר עליה, ואין לעלות לארץ לפני כן. נראה, כי הרב להמן לא רצה להתעמת במפגיע עם הציונות, כדי שלא לדחות אנשים ש"התנדנדו" בעניין שמירת המצוות והיו קשורים לתנועה הציונית בגרמניה.
הרב לעהמאן האט געהאט א חוש אראפצולייגען סיפורים אויפן "לעבעדיגען" לשון-הוה'דיגען פארמאט. רוב וויכוחים אין זיינע ביכער קומען פאהר בשעת'ן ליינען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 2:55 am
דורך גראדער
ר' מנחם מענדל משי זהב שליט''א וואוינט אין ירושלים עיה''ק אין די אונגארישע הייזער, אן איידעם ביי הרה''ח ר' יוסף שייבערגער ז''ל מזכיר העדה החרדית
ער האט שוין ארויסגעגעבן אויב איך געדענק גוט העכער 300 מעשה ביכלעך, ווי אויך שרייבט ער שוין 50 יאר די אידישע ליכט שפעטער דער אידישער שטראל, ער איז א ידען נפלא סיי אין היסטאריע, סיי אין סיפורי צדיקים, און סיי בתורה והלכה ומדרשי חז''ל, שרייבענדיג דעם סיפור יציאת מצרים האב איך געבארגט ספרים פון אים, איך בין נתפעל געווארן טרעפענדיג צוגעשריבן פילע הערות אויף פארשטיפטע מדרשים, הגהות און הערות מיט א מורא'דיגע בקיאות איז מיר געווען א חידוש צו טרעפן אין אלע זיינע ספרים.
איך בין געווען ביי אים אין שטוב פאריגע וואך, איך האב אים געפרעגט אויף אפאר ביכלעך וואס ווארטן ער זאל עס צוענדיגן פארוואס ס'ריקט זיך נישט, האט ער מיר געוויזן ווי ער איז יעצט עוסק צו שרייבן דעם צווייטן ספר אויף הלכות סת''ם. (דער ערשטער ספר מיט די הסכמה פון בעל מנחת יצחק זצ''ל איז ארויסגעקומען שוין איבער 30 יאר צוריק)
עכ''פ, כ'מיין אז אין די ''אידישע'' היסטאריע איז נישט געווען קיין מחבר וואס האט ארויסגעגעבן אזויפיל ספרים און ביכער ווי ער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 7:41 am
דורך יואל ווייס
גראדער, אולי איז א פלאן צוזאמ'שדכנ'ען מיט הוצאת ש"י/קינדער-שפיל...?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 7:49 am
דורך msp
איך מיין אז עס דא אסאך קריטיק אויף די קראנטקייט פון די מעשיות
אין שטורעם.נעט דארך הרב מאנדשיין אין די גאר אינטערעסאנטע סעריע סיפורים וגלגוליהם...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 7:53 am
דורך בשמים
יואל ווייס האט געשריבן:גראדער, אולי איז א פלאן צוזאמ'שדכנ'ען מיט הוצאת ש"י/קינדער-שפיל...?
די שידוך איז שוין לאנג קאים וקיים... אין די לעצטערע מנחם מנדל ביכער שטייט קליפ און קלאר אז עס איז דיסטריוביטעט דורך "קינדער שפיל".
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 9:49 am
דורך מומחה עצום
רוב מעשיות האט מנחם מענדל גענומען פון אלטע אידישע צייטונגען לויט ווי ער אליין איז מעיד פלעגט ער אפזיצן אין אייראפעאישע לייבערי'ס און דורכנישטערן אלטע אידישע צייטונגען, און לגבי וויפיל פון די מעשיות זענען אמת, איז אזויפיל ווייס איך אז אלע מעשיות פון י.ש.ר. זענען פיקטיוו אבער באזירט אויף היסטארישע פאקטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 10:36 am
דורך והוא פלאי
און וואס האט ער געטוהן צו די מעשיות
ועוד והוא העיקר זענען די ארגינעלע שרייבער'ס ערליכע?
ווען איך בין געווען א יונגעל האב איך זייער ליב געהאט צו ליינען, איך האב געקענט די יום טוב ערציילונגען אוסענווייניג, און איך האב מיך אלס גע'חידוש'ט ווי האט ער אזויפיל מעשיות געשריבן ווי ערשטע האנט, פון אזויפיל פלעצער
ווען איך האב דאס ערשטע מאל געטראפן מנשה אונגער'ס בוך, איז מיר שלעכט געווארן, איך האב דערקענט אסאך מעשיות
איך וואלט נישט געוואלט האדווען מיינע קינדער אויף מנשה אונגער,
פארדעם וויל איך וויסן ווי איז דער מקור פון זיינע מעשיות
איך האב אלס אינגעל געליינט דער סעריע, פון די דינע, איינס האט געהייסן ערליכקייט און תמימות, איך וויל וויסן דער מקור פאר איך גיב עס פאר מיינע קינדער
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 10:49 am
דורך מומחה עצום
דאס האט מנחם מענדל געטון, אויסגעקליבן די ערליכע פון די אנדערע שרייבערס, רוב צייטונג שרייבערס אמאל זענען געווען משכילים אדער פורקי עול אבער ס'האט זיך געמאכט ערליכע אויך.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 10:53 am
דורך והוא פלאי
מומחה עצום האט געשריבן:דאס האט מנחם מענדל געטון, אויסגעקליבן די ערליכע פון די אנדערע שרייבערס, רוב צייטונג שרייבערס אמאל זענען געווען משכילים אדער פורקי עול אבער ס'האט זיך געמאכט ערליכע אויך.
וויאזוי ווייס איך דאס,
איז מנשה אונגער געווען אן ערליכע,
איך געדענק און זיין בוך וועגן ר"ר אלימלך עפעס א מעשה וועגען מכשפות, וואס דער מקור דערפון איז מפוקפק
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 10:55 am
דורך leiby
דאס מיינט אז דער יעניגער שרייבער פלעגט ארומפארן צו אלע מאשקע'ס הערן זייערע מעשיות?
פין וועלכע שרייבער נעמט ער די מעשיות.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 10:57 am
דורך leiby
גראדער אויב דרייסטו דיך שוין יא ביי אים אפשר ערלעדיגסטו א אינטערוויא פאר אייוועלט, דער עולם זאל דא אריינשיקן שאלות אין די זאלסט עס פארלייגן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 11:07 am
דורך פארשריבן
ווען מען ליינט א ביכל פון פון "מנחם מנדל" דארף מען צו וויסן אז די ערציילונגען "און פאקטן" קענען פונקט אזוי זיין פיקטיוו ווי עכט.
אן אויסנאם איז זיינע ביכער אויף חסידישע רבי'ס, וואס דארט האט ער עס אליין צוזאמענגעקליבן און עס איז מער-ווייניגער מיט א געהעריגע מקור.
(ד"א, אפי' דארט ווי די פאקטן זענען ביי טייל אנגענומען אלס ריכטיג, איז דאס אויך מקורו פון גרעץ וחביריו).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 11:10 am
דורך קרעפלקאפ
אינטערוויא פאר אייוועלט, דער עולם זאל דא אריינשיקן שאלות אין די זאלסט עס פארלייגן.
אבער נישט איבערקייען שאלות וואס קאלמ'וואסער האט שוין געפרעגט, ביטע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 11:33 am
דורך ווינקל
קרעפלקאפ האט געשריבן:אינטערוויא פאר אייוועלט, דער עולם זאל דא אריינשיקן שאלות אין די זאלסט עס פארלייגן.
אבער נישט איבערקייען שאלות וואס קאלמ'וואסער האט שוין געפרעגט, ביטע.
ביסט גרייט אפצוטייפן אלץ וואס מען האט שוין דארט געפרעגט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 11:53 am
דורך והוא פלאי
קודם גיב מיר דעם נומער פון דעם אינטערוויו,
איך גיי עס נישט טייפן אבער איך וויל הערן צו מיינע קשיות ווערן פארענטפערט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 1:33 pm
דורך שאינו יודע
אסאך מעשיות ברענגט ער צו בשם די ליבאוויטשע רביס און דער צייט וואס עס איז אנגענומען אויף אנדערע ווי למשל די מעשה וואס מען דערציילט ביי א וואך נאכט שרייבט ער אויף איינע פון די ליבאוויטשע רביס וואס און די גאנצע וועלט איז עס באקאנט אויפן בעל שם טוב און נאך אסאך אזוינע מעשיות ווייזט זיך אויס אז ער איז א ליבאוויטשער אדער נעמט ערפ פון זייערע מקורות