בלאט 3 פון 5
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 9:35 pm
דורך פעדער
ס'נישט עפעס אזוי מורא'דיג הער איך . אבער כ'וועל מיך פרובירן נאכצופרעגן! כ'מיין אז ס'איז יעדע וואך!
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 2:54 am
דורך שטארק זיך
די נישט צענזורירטע פון הרב לעהמאן ז״ל לזמנו ומקומו כתבן.
דוגמא:
בוסתנאי, אין אונזער צענזורירטער ווערסיע האט זיך בוסתנאי באפריינדעט מיט׳ן פרינץ דאראל;
ווידעראום אין די נישט צענזורירטע, איז עס פרינצעסין דארא.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 4:51 am
דורך msp
שטארק זיך האט געשריבן:די נישט צענזורירטע פון הרב לעהמאן ז״ל לזמנו ומקומו כתבן.
דוגמא:
בוסתנאי, אין אונזער צענזורירטער ווערסיע האט זיך בוסתנאי באפריינדעט מיט׳ן פרינץ דאראל;
ווידעראום אין די נישט צענזורירטע, איז עס פרינצעסין דארא.
נו זעמיר פרומער געווארען....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 8:14 am
דורך שטארק זיך
פרומער ווי די דויטשע אסימילאנטן...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 8:59 am
דורך msp
הרב שטארק זיך
ביזט אזוי זיכער אז ער האט דאס געשריבען פאר די אסימילאנטען
דאכט זיך אז די אסימילאנטען האבען נישט געליינט דער איזראעליט....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 9:12 am
דורך שטארק זיך
msp האט געשריבן:הרב שטארק זיך
ביזט אזוי זיכער אז ער האט דאס געשריבען פאר די אסימילאנטען
דאכט זיך אז די אסימילאנטען האבען נישט געליינט דער איזראעליט....
לאמיר נישט זאגן פאר די אסימילאנטן; ער האט דאס געשריבן (דער גאנצער איזראעליט) צו זיין א קאנקורענט פאר די רעפארם ליין מאטריאל.
בעסער?
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 9:16 am
דורך msp
יעפ...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 3:15 pm
דורך והוא פלאי
שטארק זיך האט געשריבן:די נישט צענזורירטע פון הרב לעהמאן ז״ל לזמנו ומקומו כתבן.
דוגמא:
בוסתנאי, אין אונזער צענזורירטער ווערסיע האט זיך בוסתנאי באפריינדעט מיט׳ן פרינץ דאראל;
ווידעראום אין די נישט צענזורירטע, איז עס פרינצעסין דארא.
אלע זיינער ביכער זענען ראמאנען
רבינו גרשום מאור הגולה, איז א פייט צווישן צוויי פרויען צרות, דער שפראך וואס ער לייגט אן אז דער ר"ג האט גערעט איז צום ברעכען אף לאיש פשוט
וכן השר מקוצי, וכו'
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 26, 2011 6:34 pm
דורך פעדער
יא. זיין זוהן האט מיר געזאגט . כמעט אלע זיינע מעשיות, האבן געהאט צוטוהן מיט נש..
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 1:23 am
דורך שויתי'ניק
ס'איז מיר א פלא, ווייל כ'האב אויך געהערט אז:
שטארק זיך האט געשריבן: ער האט דאס געשריבן (דער גאנצער איזראעליט) צו זיין א קאנקורענט פאר די רעפארם ליין מאטריאל.
איז וואסע פשט? ער איז דאכט זיך געווען אן ערליכער? והא ראי' אז מ'זעט נישט קיין פראבלעם צו לייענען זיינע ווערק.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 27, 2011 3:39 am
דורך msp
י"א אז ער האט געשריבען די ביכער און נאוועלען ווייל ער האט געזוכט מקרב צו זיין די יוגענט פון די רעפארמער אידען
און מאכען א ליטעראטור וואס זאל פאראינטערעסירען די ארטאדאקסישע יוגענט שלא ילכו לרעות בשדות זרים...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 28, 2011 12:11 am
דורך מומחה יוחס
איך האב ערשט איצט באמערקט דאס אשכול..
יאך בין א קרוב מיטן הרב מנחם מנדל כ'בין שוין געוועהן ביי עהם באזוכן ביי איהם אין דער אפיס אין מוטן מאה שערים ער איז גאר א עהליכע יוד א ידען נפלא האט ער דאמאלס מיר געזאגט אז ער האט נאך אסאך ביכעלעך פין נאך צדיקים וואס ער איז גרייט ארויס צו געבן..
איך האב אין אלע מיינע קינדער יארן נאר געליינט די חסידישע ביכער פין מנחם מנדל [איך קען נישט פארגעסן ווי איך פלעג אפי' א לאנגע צייט קענען קוקען אויף פוקטשע פין דעם דעקל דער טלית ]
איך קען זאגן אז נאר א דאנק דעם בין איך נאך עד היום פארנומען מיט מעשיות פין צדיקים וכו' וד"ל
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 12:18 am
דורך משען
לפי ידיעתי האט מנחם מענדל קיינמאל נישט געשריבן אליינס קיין ביכער/מעשיות, אויסער די סיפורי צדיקים, וואס א גרויסער טייל דערפון זענען מלוקט, און עס איז טאקע נישט אזוי גוט געשריבן. ער האט זיך געמאכט זיין אייגענעם אידיש, וואס איז לכאורה געווען זייער גרינג וויבאלד ער האט איבערגעזעצט עפ"י רוב גראד פון דייטש.
דער גרעסטער טייל פון זיינע אינטערעסאנטע מעשיות קומען פון הרב לעהמאן, וואס איז כמעט נישטא בדומה לו צו קענען אריינפלעכטן אמת'ע היסטארישע פאקטן (איך האב אים נאך קיינמאל נישט געכאפט ביי קיין גרייז, און נישט ביי קיין משכיל'ישע פארדרייטע היסטאריע. אויב אמאל האב איך געמיינט אז יא האב איך שפעטער געזען אז ס'איז מחמת קוצר המשיג) אין א מעשה אזוי קונציג, אז ס'זאל ניטאמאל שטערן דעם ריטם פון די מעשה. אלס קינד האב איך אלעמאל געליינט זיינע מעשיות און געמוזט אויסלאזן די היסטאריע לעקציעס, אדער די טיפע פילאזאפישע אריינקריכן אין די וועלט'ס היסטאריע, און מיט דעם אלעם האבן די ביכער געצויגן ווי א מאגנעט.
איין פראבלעם האט מנחם מענדל אז ער האט נישט געקענט גוט פארוואסערן די שטיקלעך וואס ער האט ארויסגעשניטן. איך פלעג אפט איבערליינען א פאראגראף איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נישט געקענט פארשטיין וואס דארט טוט זיך, ביז ווען איך האב געליינט די געשיכטעס אויף אנדערע שפראכן... ספעציעל האב איך דאס געהאט ביי ר' יוסלמאן (איינער דא האט אמאל פארשטאנען דעם געשפרעך צווישן ריטער פערכטער און דעם אפיציר מארבאך וואס האט אים אומגעברענגט...? ועוד כהנה וכהנה), אבער אויך מיט אנדערע ביכער. איך ווייס אז לעהמאן איז געווען כוונתו לשמים, און איך פארשטיי ער האט געדארפט צענזורירן, אבער דאס נישט געהעריג 'צוזאמשמעלצן' די שטיקלעך ארום און ארום צייגט אויף א שוואכע שרייבן קוואליפיקאציע.
סיי וויאזוי האט ער מיר אסאך צוגעשטעלט וואס צו טון פאר לאנגע יארן. זאל עס אים זיין צו מצוה.
[אגב, איינע פון זיינע ערשטע ביכער אין דעם מאדערנעם פארמאט, מיט די הארטע קאלירטע דעקלעך, איז געווען וועגן איינעם נתן אנשפאך וואס האט איבערגעלאזט זיין קינד ביים פריץ און שיעור אים גענומען פאר איידעם צו זיין טאכטער/שוועסטער, איך קען זיך נישט דערמאנען דעם נאמען פונעם בוך, און איך זוך עס שוין יארן לאנג. איך וויל עס איבערליינען. ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די טאפאזן און שמאלקאדן (געדענק גוט???) וועלכע האבן זיך צוזאמגעשמאלצן ביים אלטן האנס נאך געטראפן ווערן א בליץ, און אנגעצינדן מיין קינדערישע פאנטאזיע צום העכסטן גראד. אפשר ווייסט עמיצער וואו מ'קען עס פארשאפן?]
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 12:27 am
דורך משען
שטארק זיך האט געשריבן:די נישט צענזורירטע פון הרב לעהמאן ז״ל לזמנו ומקומו כתבן.
דוגמא:
בוסתנאי, אין אונזער צענזורירטער ווערסיע האט זיך בוסתנאי באפריינדעט מיט׳ן פרינץ דאראל;
ווידעראום אין די נישט צענזורירטע, איז עס פרינצעסין דארא.
גראדע די מעשה מיט די פרינצעסין שטייט שוין אין סדר הדורות אזוי, נאר אין די היינטיגע וועלט קען מען דאס פארשטייט זיך נישט שרייבן פאר קינדער.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 3:47 am
דורך msp
משען האט געשריבן:לפי ידיעתי האט מנחם מענדל קיינמאל נישט געשריבן אליינס קיין ביכער/מעשיות, אויסער די סיפורי צדיקים, וואס א גרויסער טייל דערפון זענען מלוקט, און עס איז טאקע נישט אזוי גוט געשריבן. ער האט זיך געמאכט זיין אייגענעם אידיש, וואס איז לכאורה געווען זייער גרינג וויבאלד ער האט איבערגעזעצט עפ"י רוב גראד פון דייטש.
דער גרעסטער טייל פון זיינע אינטערעסאנטע מעשיות קומען פון הרב לעהמאן, וואס איז כמעט נישטא בדומה לו צו קענען אריינפלעכטן אמת'ע היסטארישע פאקטן (איך האב אים נאך קיינמאל נישט געכאפט ביי קיין גרייז, און נישט ביי קיין משכיל'ישע פארדרייטע היסטאריע. אויב אמאל האב איך געמיינט אז יא האב איך שפעטער געזען אז ס'איז מחמת קוצר המשיג) אין א מעשה אזוי קונציג, אז ס'זאל ניטאמאל שטערן דעם ריטם פון די מעשה. אלס קינד האב איך אלעמאל געליינט זיינע מעשיות און געמוזט אויסלאזן די היסטאריע לעקציעס, אדער די טיפע פילאזאפישע אריינקריכן אין די וועלט'ס היסטאריע, און מיט דעם אלעם האבן די ביכער געצויגן ווי א מאגנעט.
איין פראבלעם האט מנחם מענדל אז ער האט נישט געקענט גוט פארוואסערן די שטיקלעך וואס ער האט ארויסגעשניטן. איך פלעג אפט איבערליינען א פאראגראף איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל און נישט געקענט פארשטיין וואס דארט טוט זיך, ביז ווען איך האב געליינט די געשיכטעס אויף אנדערע שפראכן... ספעציעל האב איך דאס געהאט ביי ר' יוסלמאן (איינער דא האט אמאל פארשטאנען דעם געשפרעך צווישן ריטער פערכטער און דעם אפיציר מארבאך וואס האט אים אומגעברענגט...? ועוד כהנה וכהנה), אבער אויך מיט אנדערע ביכער. איך ווייס אז לעהמאן איז געווען כוונתו לשמים, און איך פארשטיי ער האט געדארפט צענזורירן, אבער דאס נישט געהעריג 'צוזאמשמעלצן' די שטיקלעך ארום און ארום צייגט אויף א שוואכע שרייבן קוואליפיקאציע.
סיי וויאזוי האט ער מיר אסאך צוגעשטעלט וואס צו טון פאר לאנגע יארן. זאל עס אים זיין צו מצוה.
[אגב, איינע פון זיינע ערשטע ביכער אין דעם מאדערנעם פארמאט, מיט די הארטע קאלירטע דעקלעך, איז געווען וועגן איינעם נתן אנשפאך וואס האט איבערגעלאזט זיין קינד ביים פריץ און שיעור אים גענומען פאר איידעם צו זיין טאכטער/שוועסטער, איך קען זיך נישט דערמאנען דעם נאמען פונעם בוך, און איך זוך עס שוין יארן לאנג. איך וויל עס איבערליינען. ס'ליגט מיר נאך אין די ביינער די טאפאזן און שמאלקאדן (געדענק גוט???) וועלכע האבן זיך צוזאמגעשמאלצן ביים אלטן האנס נאך געטראפן ווערן א בליץ, און אנגעצינדן מיין קינדערישע פאנטאזיע צום העכסטן גראד. אפשר ווייסט עמיצער וואו מ'קען עס פארשאפן?]
אויף ענגליש הייסט עס
just in time
זיינע ביכער זענען באמת מתוק מדבש
כמו שכתבתי לעיל
דא קענסט דאס געפונען אויף ענגליש
http://www.bookfinder.com/dir/i/Just_in ... 873062574/אויף לשון הקודש הייסט עס במועד הנכון
אין ווירטואל גאולה קענסטו דאס זיכער געפונען
virtualgeula.com
זיי מצליח
איך געראדע האב אלע בינדער אויף לשון קודש
איך דערצייל די היסטארישע ספורים צו מיינע קינדער ביים שבת טיש....
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 29, 2011 3:48 pm
דורך שטארק זיך
אז מען רעדט פון נאוועלן געבויט און צוזאמען געפלאכטן מיט היסארישע פאקטן דארף ארויסגעברענגט די מייסטערהאפטיגע ווערק פון הר״ר י.י. ריינמאן שליט״א המכונה ׳אבנר גאלד׳ פון לעיקוואד וועלעכער האט ארויסגעגעבן א גאנצע סעריע ביכער וואו ער האט פאכמאניש פארשריבן די תקופה פון גזירות ת״ת ות״ת, כת שץ, התקופה אחר הגרוש משפאניע ופארטוגאל ועוד רבות. באגלייט מיט א ריינע השקפה באמונה, א בליק אויף כלל ישראל׳ס תפקיד בזמן פרעניות, מסירת נפש וכדומה.
ווי אויך האט ער קונצליך אריינגעפלאכטן די לעבנס ביאגראפיע פון די ענקי התקופה ווי למשל: דער חכם צבי, בנו היעב״ץ, רבי מנשה בן ישראל, רבי יצחק אבוהב ועוד זכר כולם לברכה.
לדעתי וואלט געווען א מצווה עס איבערצוזעצן, ולא עוד, א גוטע ביזנעס אינוועסטמענט.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 31, 2011 7:46 pm
דורך פארשריבן
משען האט געשריבן:דער גרעסטער טייל פון זיינע אינטערעסאנטע מעשיות קומען פון הרב לעהמאן, וואס איז כמעט נישטא בדומה לו צו קענען אריינפלעכטן אמת'ע היסטארישע פאקטן (איך האב אים נאך קיינמאל נישט געכאפט ביי קיין גרייז, און נישט ביי קיין משכיל'ישע פארדרייטע היסטאריע. אויב אמאל האב איך געמיינט אז יא האב איך שפעטער געזען אז ס'איז מחמת קוצר המשיג) אין א מעשה אזוי קונציג, אז ס'זאל ניטאמאל שטערן דעם ריטם פון די מעשה. אלס קינד האב איך אלעמאל געליינט זיינע מעשיות און געמוזט אויסלאזן די היסטאריע לעקציעס, אדער די טיפע פילאזאפישע אריינקריכן אין די וועלט'ס היסטאריע, און מיט דעם אלעם האבן די ביכער געצויגן ווי א מאגנעט.
איך בין שטארק מחולק מיט אייער באהויפטונג.
איך פערזענליך האב שוין געטראפן אסאך זאכן וועלכע האבן נישט געשטימט גענוי מיט די פאקטן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 4:50 am
דורך msp
קען טאקע זיין אז עס זענען דא זאכען וואס שטימען נישט אלעמאהל מיט די היסטארישע פאקטען
אבער עכ"פ איז דאס נישט געווען בכוונה תחילה אויף צו באהאלטען דער אמת
ווי זאגט מען אויף ענגעליש: נאבאדי איז פערפעקט....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:26 am
דורך והוא פלאי
דער רא"ש איז קיינמאל געווען אן איידים ביי. מהר"ם מר"ב
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:46 am
דורך msp
פלאי
דו רעדסט וועגען די לעהמאן-ביכער?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 8:56 am
דורך קארל
שטארק זיך האט געשריבן:אז מען רעדט פון נאוועלן געבויט און צוזאמען געפלאכטן מיט היסארישע פאקטן דארף ארויסגעברענגט די מייסטערהאפטיגע ווערק פון הר״ר י.י. ריינמאן שליט״א המכונה ׳אבנר גאלד׳ פון לעיקוואד וועלעכער האט ארויסגעגעבן א גאנצע סעריע ביכער וואו ער האט פאכמאניש פארשריבן די תקופה פון גזירות ת״ת ות״ת, כת שץ, התקופה אחר הגרוש משפאניע ופארטוגאל ועוד רבות. באגלייט מיט א ריינע השקפה באמונה, א בליק אויף כלל ישראל׳ס תפקיד בזמן פרעניות, מסירת נפש וכדומה.
ווי אויך האט ער קונצליך אריינגעפלאכטן די לעבנס ביאגראפיע פון די ענקי התקופה ווי למשל: דער חכם צבי, בנו היעב״ץ, רבי מנשה בן ישראל, רבי יצחק אבוהב ועוד זכר כולם לברכה.
http://onthemainline.blogspot.com/2011/ ... golds.html
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 10:30 am
דורך והוא פלאי
msp האט געשריבן:פלאי
דו רעדסט וועגען די לעהמאן-ביכער?
יא
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 10:33 am
דורך msp
אוקעי
האסט רעכט
אבער דאס פסל"ט נאך נישט זיינע ביכער
סוף כל סוף ברענגט עס אויף א שפאנענדע אופן שטאלץ און אהבה צו זיין א איד....
און על פי רוב איז ער יא בסדר אין זיין היסטאריע
דרך אגב איך האב נישט לאנג צוריק געליינט דער אריגינעלע דייערי פון הרב יאסלמאן
עס איז נורא נוראות....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 01, 2011 4:50 pm
דורך למעלה משבעים
ווי?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 02, 2011 2:53 am
דורך msp