בלאט 2 פון 5
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 3:11 pm
דורך קרעפלקאפ
viewtopic.php?f=25&t=9978&p=399361&hilit=%D7%9E%D7%A9%D7%99+%D7%96%D7%94%D7%91#p399361402 - מנחם מענדל משי-זהב מיט יצחק שלמה דרעזנער אויפן כל מ'וואסער.
- ער איז דוכט זיך קיין ליובאוויטשער.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 3:23 pm
דורך גראדער
לפי ידיעתי איז ער ווי אויבן דערמאנט גאר אסאך אפגעזעצן אין לייבעריס, ער האט גענישטערט אין גאר אסאך אלטע צייטונגען, ער האט גענישטערט אין גניזות און געפינען גאר אסאך אלטע מעשה ביכלעך, פארשטייט זיך אז ער וואלט אליינס נישט גענומען אחריות אויף אלע מעשיות, ער האט אויסגעקליבן וואס ער האט געהאלטן ס'איז ראוי לעלות על שולחן מלכים, עס דורכגעזיפט אין איבערגעארבעט ביז מ'קען ממש נישט טרעפן קיין שמץ פסול אין קיינע פון זיינע הונדערטער ביכלעך, ווען מיר זענען געווען קינדער זענען מיר אויפגעוואקסן אויף זיינע סיפורי צדיקים, דריי בענדער אויף יעדן צדיק באזונדער, ס'געווען א געשמאק צו ליינען.
לגבי אן אינטערוויו, ער איז זייער א פריינטליכער און א הארציגער צוגעלאזענער מענטש, איך גלייב אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם צו האבן מיט אים אן אינטערוויו, אז דער עולם וועט שיקן שאלות צו דער זאך, און איינער וועט זיך מטריח זיין עס מסדר צו זיין, קען איך זיך אוועקזעצן אים אויספרעגן די שאלות בלי נדר.
איינער פון די ניק'ס וואס איז געווען אינוואלווד אינעם לעצטן הסתר'פנים'דיקער אינטערוויו מיט עס און (פארג)עס ווערט ערווארטעט אין די געגנט אין די קומענדיגע טעג, אפשר וועט ער דא אויך קאאפערירן. (בעצם וואלט איך זיך נישט געדארפט מתייחס זיין צו אים ווייל ער האט זיך נישט געלאזט מעלדן אז ער קומט, אבער שוין, בלית ברירה וועט מען דאסמאל מוחל זיין...)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 3:38 pm
דורך איזעי
ער שרייבט אליינס פילע מעשיות אויף עטליכע רבי'ס (צ.ב. אין די אידישע ליכט קען ער יעצט שרייבן א מעשה אויף איין רבי'ן וואס ער האט געשריבן פאר אכט יאר צוריק (אדער פאר צוויי חדשים צוריק...) אויף א צווייטן רבי'ן.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 3:41 pm
דורך גראדער
שווער צו גלייבן אז די נעמען בייטן זיך, ווייל די מעשיות אין די אידישע ליכט היינט צו טאג'ס ווערן פשוט קאפירט אדער איבערגעטייפט פון די אלטע...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 20, 2011 4:04 pm
דורך איזעי
ס'האט גראדע נישט צוטון מיט גלייבן....
איך זעה עס כסדר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 1:35 pm
דורך איזעי
איינער האלט דא מיט די וועכנטליכע פארזעצונגען אין די אידישע ליכט?
די מעשיות דארט קוקט אויס ווי עס ווערט פאבריצירט אויפן פלאץ לויטן געברויך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 2:13 pm
דורך ים רויבער
איך ווער משוגע פאר זיין שפראך איך ווייס נישט וועלכע שפראך ס'איז אידיש זיכער נישט באט ס'איז ציקער זיס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 2:40 pm
דורך איזעי
עס איז טיפיקל מנחם מענדל שפראך, א גרויס חלק פון מיין ווערטערבוך קומען פון זיינע ביכלעך און מעשיות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 3:24 pm
דורך מומחה עצום
איזעי האט געשריבן:איינער האלט דא מיט די וועכנטליכע פארזעצונגען אין די אידישע ליכט?
די מעשיות דארט קוקט אויס ווי עס ווערט פאבריצירט אויפן פלאץ לויטן געברויך.
אידישע ליכט אדער אידישע שטראל?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 3:55 pm
דורך איזעי
אידישע ליכט.
איך מיין אז ער שרייבט די גאנצע אידישע ליכט, א חלק דערפון שרייבט ער זיכער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 5:20 pm
דורך מומחה עצום
אין צייטשריפט (איר געדענקט נאך...) איז אמאל געווען אן ארטיקל וועגן מנחם מענדל, ווער ס'קען ווערט געבעטן עס דא ארויפצולייגן, צו פארענטפערן די פילע שווערע שאלות פונעם עולם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 7:35 pm
דורך leiby
ווי געזאגט איז ער דאך גרייט פאר אינטערוויו, זאל מען אנהייבן צו פרעגן שאלות, איך קען עס צאמנעמען אין גראדער איז מסכים קער צו נעמען דערפין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 30, 2011 9:05 pm
דורך פארשריבן
איך האב בעיקר א שמעניע פראגן איבער זיין גראמאטיק. צב"ש: ער האלט זיך בככל נישט צום כלל פון לייגן אן ענדע נו"ן בעפאר אן אל"ף, וכהנה וכהנה אשר א"א לפורטם על רגל אחת כי רבים הם.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 8:12 pm
דורך געלינקטער
ים רויבער האט געשריבן:http://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7%A0%D7%97%D7%9D_%D7%9E%D7%A0%D7%93%D7%9C_%D7%92%D7%A8%D7%9C%D7%99%D7%A5
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7% ... 7%93%D7%9C
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 10, 2011 8:57 pm
דורך jkup50
ער האט איינע פון זיינע כיבער איך געדענק נישט אויפן מניט א מעשה פון א בעל תשובה וואס איז אנגעקומען צי גאר הויכע מדריגות, ער באשרייבט עס מיט אזא שטארקייט ממש איך ליין עס א יעדע שטיק צייט איבער צי כאפן א התעוררת, איך וואלט זייער געוואלט ווי פון ווי אזא מעשה שטאמט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 11, 2011 9:14 pm
דורך פארשריבן
כאפ א בליק אויפן דעקל, אסאך מאל שרייבט ער ווער עס איז דער ארגינעלער שרייבער פון די מעשה.
ולי נראה, אז אויב עס איז דיר מעורר צו תשובה איז עס ווארשיינליך פון אן ערליכער, ווי הרב לעהמאן אינעם איזרעאליט וכדו'.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 3:11 am
דורך msp
עס זענען טאקע נאך אמאהל צו באקומען די געוואלדיגע ביכער פון הרב לעהמאן זצ"ל
די נישט צענזורירטע
אבער אפשר גייט דאס אריין אין די סוגיא פון ירידת הדורות-אכשר דרא....
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 12, 2011 4:16 am
דורך שויתי'ניק
jkup50 האט געשריבן:ער האט איינע פון זיינע ביכער איך געדענק נישט אויפ'ן מינוט א מעשה פון א בעל תשובה וואס איז אנגעקומען צי גאר הויכע מדריגות, ער באשרייבט עס מיט אזא שטארקייט ממש איך ליין עס א יעדע שטיק צייט איבער צי כאפן א התעוררות, איך וואלט זייער געוואלט וויסן פון ווי אזא מעשה שטאמט?
וועלכע מעשה? וואס איז דער נאמען פונעם בוך ביטע?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:01 pm
דורך פארשריבן
איך וויל וויסן צו ווען ער שרייבט נישט קיין נאמען אויפן שער בלאט ווער עס האט פארפאסט די ערציילונג, אבער פארט שרייבט ער "בעארבעט און רעדאקטירט פון מנחם מנדל", באדייט דאס אז ער האט נישט געשאפן די מעשה נאר ער בעהאלט דאס. אדער איז דאס בלויז מחמת ההרגל און באמת האט ער זעלבסט אויך פערפאסט די דאזיגע ספעציפישע ערציילונג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:06 pm
דורך פעדער
ניין רוב מאל טאקע האט ער עס נישט פאבריצירט, ער האט איבערגעשריבן אלטע געשיכטעס פונעם אור אלטן אידיש פון הרב יודל ראזנבערג, און מ' לעהמאן . זאב ליפסקער , און נאך . אבער כ'האב גערעדט מיט זיין זוהן וואס זאגט מיר אז ער אליין האט אויך פארבאקן א היפשע פאר געבעקסן.. ובנוסף לזה אויב סידער אינטרעסאנט.. שרייבט ער נאך היינט פארזעצונגען אין וועכנטליכע אויסגאבן .. דאכצעך מיר אין דער אידישער קוואל..?!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:15 pm
דורך פארשריבן
דער אידישער קוואל? היינט צו טאג?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:16 pm
דורך פעדער
פארשריבן האט געשריבן:דער אידישער קוואל? היינט צו טאג?
יעפ ..וואס איז דער געשריי.. איז עפעס מאדנע? די מיינסט אז די פעדער גייט אינטערן אויער אויף דער עלטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:29 pm
דורך פארשריבן
וואו קומט היינט ארויס א אידישע קוואל?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 8:45 pm
דורך פעדער
איך דענק, אז אין לאנד.(די טריפה'נע מדינה)! אבער נישט שטארק פאפולער!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 25, 2011 9:28 pm
דורך פארשריבן
מער פרטים ביטע.
ווער גיבט עס ארויס? ווי אפט? אא"וו