בלאט 5 פון 5
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 12:02 pm
דורך מיללער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 12:22 pm
דורך מאנ-יימער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 12:48 pm
דורך למעלה משבעים
יישר כח, שוין אראפגעשלעפט די ביסל וואס איז דא דארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 1:02 pm
דורך גראדער
למעלה משבעים האט געשריבן:יישר כח, שוין אראפגעשלעפט די ביסל וואס איז דא דארט.
יעצט נאכאמאל מברר געווען מיט הוצאת מנחם מענדל, ס'איז פראסטע גניבה כמו שכתוב בתורה, א איד מוטשעס זיך מלקט צו זיין מעשיות, שרייבט עס אפ, גיבט עס צו קלאפן, איז עס מגיה, שיקט עס פינטלען, איז נאכאמאל מגיה, גיבט אויסצושטעלן, מגיה צו דריטן מאל, מאכט גרעפיקס פאר א דעקל, אינוועסט אין פרינטן, שיקט פאר א דיסטריביוטער און ווארט כולי האי ואולי וועט זיך איינער מרחם זיין און קויפן און ער וועט פארדינען אפאר אפגעריבענע גראשן אויף זיין שווערע הארעוואניע. קומט א אינטערנעט עפאכע און מ'גיבט א שלעפ אראפ...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 1:05 pm
דורך מאנ-יימער
אויף ארכייוו.ארג קען מען דען ארויפלייגן סיי וואס אן קיין רשות?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 1:08 pm
דורך למעלה משבעים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 1:10 pm
דורך מיללער
גראדער האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:יישר כח, שוין אראפגעשלעפט די ביסל וואס איז דא דארט.
יעצט נאכאמאל מברר געווען מיט הוצאת מנחם מענדל, ס'איז פראסטע גניבה כמו שכתוב בתורה, א איד מוטשעס זיך מלקט צו זיין מעשיות, שרייבט עס אפ, גיבט עס צו קלאפן, איז עס מגיה, שיקט עס פינטלען, איז נאכאמאל מגיה, גיבט אויסצושטעלן, מגיה צו דריטן מאל, מאכט גרעפיקס פאר א דעקל, אינוועסט אין פרינטן, שיקט פאר א דיסטריביוטער און ווארט כולי האי ואולי וועט זיך איינער מרחם זיין און קויפן און ער וועט פארדינען אפאר אפגעריבענע גראשן אויף זיין שווערע הארעוואניע. קומט א אינטערנעט עפאכע און מ'גיבט א שלעפ אראפ...
איך פארשטיי נישט, די ביכער גייען צוריק 30-40 יאר, איבערגעדרוקט האט עס National Yiddish Book Center און זיי האבן עס צוזאמען מיט זייער גאנצע קאלעקשאן ארויפגעלייגט אויף ארכיוו.ארג, אלעס אן רשות? זעה וואס זיי שרייבען אונטן
קען מען די ביכער היינט באקומען אין א געוונליכען ספרים געשעפט? ער פלאנט דאס איבערצודרוקען?
עס פעלט הסבר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 1:53 pm
דורך גראדער
אין אידישע איבערזעצונג שרייבן זיי אז לויט זייער בעסטן וויסן איז דער ביכל א 'נחלת הכלל' אדער א 'יתום'... וואס מ'קען נישט טרעפן דעם מחבר אדער בעל הבית דערפון.
די ביכער זענען א גרויס חלק דא צו באקומען, זיי זענען 'נישט' קיין 'פאבליק דאמעין' און זיי זענען ב''ה נישט קיין יתומים...
דער פראבלעם איז אז ר' מנחם מענדל קען נישט קיין ענגליש, ער זאגט אז איינער האט אים שוין אמאל געזאגט אז עס ליגט דארט, ער האט נאר נישט געוואוסט וויאוזי אנצוקומען צו זיי, איך האב געגעבן דעם אימעיל פאר זיין זון, זאגט ער אז ער קען נישט שרייבן קיין ענגליש, עכ''פ ער איז היינט נישט ביי די כוחות זיך צו גיין שלאגן מיט זיי, ס'מאכט עס אבער נישט קיין דבר המותר צו מפרסם זיין און פארשפרייטן גאנצעטע פידיעף'ס פון ביכער אויף וואס א איד האט שווער געהארעוועט.
חוץ מזה, וואס הייסט זיי האבן עס איבערגעדרוקט? אינעם פידיעף האבן זיי אריינגעלייגט א בלאט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:07 pm
דורך מיללער
גראדער האט געשריבן: חוץ מזה, וואס הייסט זיי האבן עס איבערגעדרוקט? אינעם פידיעף האבן זיי אריינגעלייגט א בלאט.
איך האב שוין געקויפט עטליכע ביכער ביי זיי, ד.ה. אז זיי פרעזערווירן ביכר וואס וואלטן געגאנגען לטמיון.
פלאנט מנחם מנדל ענד קאמפאני איבערצודרוקען זיינע ביכער פון תשל"ח? איי דאוט איט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:25 pm
דורך גראדער
איך פארשטיי נישט פון וועלכע ביכער דו רעדסט, ווי איך זיי האבן זיי דארט ביכער וואס זענען ''יעצט'' דא צו באקומען אין די געשעפטן, אויב דרוקן זיי עס איבער גלייב איך אז מ'קען זיי קלאגן דערויף.
זיי האבן דארט די שיינקייט פון יום טוב, דער הייליגער שבת, וכו' ביכער וואס זענען דא צו באקומען, חוץ מזה דרוקט ער כסדר איבער זיינע אלטע ביכער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:39 pm
דורך יש דברים בגו
די וועלט בארימטע digital אוצר הספרים אוצר החכמה האט אריינגעלייגט אלע מנחם מנדל ביכלעך אין זייער נייסטע version. איך גלייב שטארק אז זיי האבן יא א פארמאלע אפמאך מיט'ן מחבר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:40 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
יש דברים בגו האט געשריבן:די וועלט בארימטע digital אוצר הספרים אוצר החכמה האט אריינגעלייגט אלע מנחם מנדל ביכלעך אין זייער נייסטע version. איך גלייב שטארק אז זיי האבן יא א פארמאלע אפמאך מיט'ן מחבר.
מ'רעדט שוין דערפון פריער אין אשכול, הבט נא עיניך ראה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:41 pm
דורך ווילוויסן
יש דברים בגו האט געשריבן:די וועלט בארימטע digital אוצר הספרים אוצר החכמה האט אריינגעלייגט אלע מנחם מנדל ביכלעך אין זייער נייסטע version. איך גלייב שטארק אז זיי האבן יא א פארמאלע אפמאך מיט'ן מחבר.
גראדער האט געשריבן:yield האט געשריבן:איז אפשר לייגסטו ארויף דא אלטע אידישע ביכער ווי מנחם מנדל און נאך?
פראסטע גניבה... איש מפי איש פון מנחם מענדל אליינס.
פאר אוצר החכמה האט ער עס נאר געגעבן מיט די הבטחה אז מ'וועט נישט קענען אראפנעמען קיין טעקסט דערפון, און ווי פארשטענדליך האבן זיי פארלעצט דעם צוזאג.
ר' מנחם מנדל האט געשריבן די ביכער, זיך געפלאגט דערויף, נישט אז ס'זאל דערנאך קומען א שמויגער און עס גיבן אזא שלעפ אראפ פון די אינטערנעץ און נהנה זיין מיגיע כפו אן באצאלן א פיאסטער.
ווילט איר ליינען דעם ביכל, באצאלט די נארישע דרייצן דאלער אין געשעפט.
אויב דער ביכל איז נישטא אין געשעפט, לאזט מיר וויסן און כ'וועל אים בעטן ער זאל עס איבערדרוקן.
אנטשולדיגט אויב איך האב אייך געטשעפעט... לאמיר בלייבן גוטע פריינט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:46 pm
דורך יש דברים בגו
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:יש דברים בגו האט געשריבן:די וועלט בארימטע digital אוצר הספרים אוצר החכמה האט אריינגעלייגט אלע מנחם מנדל ביכלעך אין זייער נייסטע version. איך גלייב שטארק אז זיי האבן יא א פארמאלע אפמאך מיט'ן מחבר.
מ'רעדט שוין דערפון פריער אין אשכול, הבט נא עיניך ראה.
איי עם סארי !
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:49 pm
דורך יהיה כן
כ'פארשטיי נישט די געוואלדיגקייט פון די עוולה
וועלכע טאטע גייט ארויספרינטן א גאנצע פידיעף פון עטליכע הונדערט בלעטער, און בינדן און זיך שפילן דערמיט כדי זיין קינד זזאל האבן וואס צו ליינען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 2:59 pm
דורך derech eretz
יהיה כן האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די געוואלדיגקייט פון די עוולה
וועלכע טאטע גייט ארויספרינטן א גאנצע פידיעף פון עטליכע הונדערט בלעטער, און בינדן און זיך שפילן דערמיט כדי זיין קינד זזאל האבן וואס צו ליינען?
קען עס געבן פאר א קינד צו ליינען אויף א קינדל וכדו' (ל"ע)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 3:18 pm
דורך גראדער
אדער קען מען ארויסדרוקן יעדע וואך א מעשה צוויי
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 24, 2013 3:47 pm
דורך יהיה כן
derech eretz האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט די געוואלדיגקייט פון די עוולה
וועלכע טאטע גייט ארויספרינטן א גאנצע פידיעף פון עטליכע הונדערט בלעטער, און בינדן און זיך שפילן דערמיט כדי זיין קינד זזאל האבן וואס צו ליינען?
קען עס געבן פאר א קינד צו ליינען אויף א קינדל וכדו' (ל"ע)
נהמא בנהמא... וואסי דאס 'קינד אויף קינדל'?