בלאט 1 פון 1

מפתחות אויף ספרים

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 6:26 pm
דורך גיוואלדיג
אזוי ווי איך האב יעצט זיך אריינגעלייגט צו מאכן א מפתח אויף איינע פון די שטארק באקאנטע ספרים וויל איך בעטן אונזערע פריינד מיך ארויסצוהעלפן אין די ארבעט און געבן טיפס און נוצליכע איידיעס צו פארגרינגערן און פארשענערן און פארבעסערן די ארבעט עס איז ראטזאם אנציווייזן אויף אנדערע מפתחות און דעבאטירן די מיינונגען דערויף (פארשטייט זיך אז יעדער האט אן אייגענארטיגן טעיסט) צו עס איז צו באריכות אדער צו בקיצור צו סאך ערכים אדער צו ווייניג וכולהו וכולהו

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 7:42 pm
דורך צולייגער
מיין מיינונג בקיצור נמרץ
נישט באריכות, בכלל נישט, אויסער דעם וואס עס געט דעם געפיל פארן קויפער אז מען האט אים געזוכט אנצופילן בלעטער מיט דברים של מה בכך, מאכט עס גאר שטארק נערוועז.

עס איז לעצטנס ארויסגעקמען א ספר דרשות וח"ת אויף ימים הנוראים פון איינע פון די מאקאווע רבנים זצ"ל און המו"ל האט אנגעפילט מער ווי האלב פון דעם באנד! מיט מפתחות, און דאס איז אויסער די פילצאליגע הקדמות, פתחא זעירא'ס און התנצלויות כנהוג, איך מאך נישט קיין גוזמא, איך האב געציילט און איבערגעציילט, און געריבן מיינע אויגן צו איך זעה גוט, און צום ביישפיל ביי יעדע קליינע נקודה וואס דער בעל מחבר האט נאכגעברענגט פונעם רמב"ם האט ער אראפגעברענגט די גאנצע הלכה און צומאל אויך א הלכה בעפאר/דערנאך.

אבער, בקיצור אויך נישט, ווייל איך וויל גראד וויסן ווי איך וועל טרעפן דעם ספעציפישן פרט אינערהאלב דעם ענין, און נישט דארפן בלעטערן אלע צען ענינים כוללים באותו ענין ודוק.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 8:52 pm
דורך יהיה כן
דער שו״ת דברי יואל איז אויך א האלבער באנד מפתחות אויף די אנדערע אנדערט האלבן באנד.....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 06, 2011 8:55 pm
דורך מי יודע
און לעומת זה די מפתחות ביי ספרי ר' שלמה קלוגער זענען מורא'דיג בקיצור

ס'קוקט אויס ווי דער בעל המפתח האט געבליקט די בלעטער און וואס זיינע אויגן האבן באמערקט האט ער אריינגעלייגט און וואס נישט נישט

פתחי שערים על ספרי רבינו הדברי יואל מסאטמאר זי"ע איז א גאר שיינע ארבעט, שיין ארויסגעברענגט אלע ענינים.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 10, 2011 10:45 am
דורך ווינקל
מיין טעיסט... סתם א ליסט פון ספרים ווערט צוגעברענגט האט נישט קיין גרויסן תועלת, ענינים וואס ווערט אויסגעשמועסט בקיצור נמרץ, איז דאס מערסטע ניצבאר.

פתחי שערים איז א ספר פאר זעך, און איז נישט אין כלל פון מפתחות צום סוף פון א ספר. (אגב, דארט ווערט נאר געברענגט חידושים, נישט זאכן וואס ווערן צוגעברענגט אינם רבניס ספרים.)

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 6:20 pm
דורך איזעי
איך גלייך שטארק די גוטע מפתחות, וו.צ.ב. אויף ראשית חכמה וואס איז געווען א אויסגערופענע ארבעט, ווען עס איז ארויסגעקומען.

אזוי אויף פון מנחת יצחק וכדו'.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 8:00 pm
דורך צולייגער
איזעי האט געשריבן:איך גלייך שטארק די גוטע מפתחות, וו.צ.ב. אויף ראשית חכמה וואס איז געווען א אויסגערופענע ארבעט, ווען עס איז ארויסגעקומען.

אזוי אויף פון מנחת יצחק וכדו'.


אט דאס האב איך געמיינט דא

צולייגער האט געשריבן:מיין מיינונג בקיצור נמרץ
נישט באריכות, בכלל נישט, - בלא בלא בלא - אבער, בקיצור אויך נישט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 12, 2011 9:11 pm
דורך ים רויבער
ס'שווער צו זאגן א מיינונג אן וויסן פון וואספארא ספר ס'רעדט זיך צו שו"ת,ספרי חסידות,מכתבים, תולדות,וכו'
די מפתח אויפ'ן "תורת אלף" חלק ה' וואס איז ארויסגעקומען פאריאר איז זייער א שיינע ארבייט כ'מיין ס'לוינט זיך א בליק צו טוהן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 13, 2011 2:32 pm
דורך גיוואלדיג
דאס רוב מפתחות זענען א תמצית בקיצור נמרץ פונעם ענין וואס ווערט באריכות אויסגעשמיסט אינעם ספר און דאס קינץ דארף לכאורה צו זיין עס די מערסטע מקצר צו זיין (לויט מיין מיינונג אדער בעסער געזאגט געשמאק איז דער מפתח פון ספר חידושי תורה תשט''ז גאר שוואך אין דעם, אין גאר באריכות אחוץ די צוזאם געקוועטשטע ווערטער) אבער פארהאן מפתחות וואס זענען ממש נאר א מפתח אויפן מינימום ווי למשל די דברי חיים אין איז צי בקיצור צו קענען עפעס זען וואס טוט זיך אינעם ספר

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 13, 2011 2:34 pm
דורך והוא פלאי
וועלכע מפתח רעדסטו פון על התורה, אדער די תשובות דברי חיים
די תשובות איז א ריזיגע ארבעט, והגם עס איז א דיקע באנד אויף צוויי בענדער ומשהו
די על התורה, כמדומה לי איז געמאכט דארך איינעם וואס איז נישט רגיל בספר דברי חיים, ממילא אסאך עניינים וואס דער דברי חיים ארבעט אסאך אין דעם נושא וואס ווערט נישט קיין סאך געברענגט אין אנדערע ספרים, האט ער בכלל נישט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 13, 2011 2:35 pm
דורך גיוואלדיג
והוא פלאי האט געשריבן:וועלכע מפתח רעדסטו פון על התורה, אדער די תשובות דברי חיים

גערעדט פון דברי חיים עה''ת

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 29, 2012 10:47 pm
דורך ישלהוסיף
ים רויבער האט געשריבן:ס'שווער צו זאגן א מיינונג אן וויסן פון וואספארא ספר ס'רעדט זיך צו שו"ת,ספרי חסידות,מכתבים, תולדות,וכו'
די מפתח אויפ'ן "תורת אלף" חלק ה' וואס איז ארויסגעקומען פאריאר איז זייער א שיינע ארבייט כ'מיין ס'לוינט זיך א בליק צו טוהן


ביסט גערעכט,
אבער אין דעם ספר זעלבסט כאפט אויך א חילוק, איינער זוכן דייקא מפתח הספרים, אין ש"ס צו זאגט דער מחבר עפעס אויף דעם גמרא וכיוצ"ב, וואס דאס מאכט עס גרינג פאר א בעל מלקט, אין נאכדעם איז דא די ענינים וואס איז גוט פאר א בעל דרשן,
דער קלויזענבורגער רבי זצ"ל האט שטארק געוואלט מפתחות אויף זיינע ספרים, אין איך האב עס כמה פעמים באמערקט ביי מרן מהר"א מסאטמאר וועט שטענדיק קוקען ווען מגיט אים איבער א ספר צו עס האט א מפתח, אזוי אויך אלע סקווירא ספרים וועט האבען א מפתח, (חוץ שארית לפנחס, וויבאלד דאס איז נישט קיין ספר...)

סעטס וואס יעדער כרך האט א מפתח, אדער איין גרויסע מפתח פאר אלע פינעף כרכים וכדומה, אמאהל איז דאס בעסער אין אמאהל איז דאס בעסער.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 7:55 am
דורך הספר
קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 9:55 am
דורך ראש הקהל
לדעתי, איז דער מפתח אויפן תהלים שערי חיים להגאון רבי חיים סופר זצ"ל א וואונדערבארע הערליכע ארבעט. כמעט שאין כדוגמתו. געב א בליק דארט ווער ס'האט עס געמאכט.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:01 am
דורך אנכי
ראש הקהל האט געשריבן:לדעתי, איז דער מפתח אויפן תהלים שערי חיים להגאון רבי חיים סופר זצ"ל א וואונדערבארע הערליכע ארבעט. כמעט שאין כדוגמתו. געב א בליק דארט ווער ס'האט עס געמאכט.

לא קרב זה אל זה... לעשות מפתח על ספר שו"ת צריך לזה מומחיות יתירה, ואינו דומה כלל וכלל למפתח על דברי אגדה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 10:38 am
דורך יוראפ
דאכצעמער אז ר' בנימין בערקאוויטש פון גינת וורדים איז א געוואלדיגע מומחה אין דעם

פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 22, 2014 11:20 am
דורך משה הקטן
הספר האט געשריבן:קען איינער ביטע רעקאמענדירן איינעם וואס ספעציאליזירט זיך אין מאכן גוטע מפתחות?

ס'רעדט זיך פון א היינטיגע ספר שו"ת פון קרוב צו 1000 זייטן צוטיילט אין דריי בענדער.

מען ברויך א מפתח הפסוקים והמאמרים, און בעיקר א גוטע דעטאלירטע מפתח הענינים וההלכות.
תוכן התשובות איז שוין געמאכט געווארן דורכ'ן מחבר אליין, אבער עס קען מעגליך ברויכן אריבערגיין אן אויפפרישונג.

א דאנק פאר אייערע רעקאמענדאציעס בפומבי אדער פריוואט.

ידידינו הרב יהי' כן שליט"א איז א מומחה עצום אין מפתחות מיט אסאך רעפרענסעס

פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 24, 2014 3:54 pm
דורך אוהב ספרים
צולייגער האט געשריבן:מיין מיינונג בקיצור נמרץ
נישט באריכות, בכלל נישט, אויסער דעם וואס עס געט דעם געפיל פארן קויפער אז מען האט אים געזוכט אנצופילן בלעטער מיט דברים של מה בכך, מאכט עס גאר שטארק נערוועז.

עס איז לעצטנס ארויסגעקמען א ספר דרשות וח"ת אויף ימים הנוראים פון איינע פון די מאקאווע רבנים זצ"ל און המו"ל האט אנגעפילט מער ווי האלב פון דעם באנד! מיט מפתחות, און דאס איז אויסער די פילצאליגע הקדמות, פתחא זעירא'ס און התנצלויות כנהוג, איך מאך נישט קיין גוזמא, איך האב געציילט און איבערגעציילט, און געריבן מיינע אויגן צו איך זעה גוט, און צום ביישפיל ביי יעדע קליינע נקודה וואס דער בעל מחבר האט נאכגעברענגט פונעם רמב"ם האט ער אראפגעברענגט די גאנצע הלכה און צומאל אויך א הלכה בעפאר/דערנאך.

אבער, בקיצור אויך נישט, ווייל איך וויל גראד וויסן ווי איך וועל טרעפן דעם ספעציפישן פרט אינערהאלב דעם ענין, און נישט דארפן בלעטערן אלע צען ענינים כוללים באותו ענין ודוק.

נאר יעצט באמערקט, אבי געהאקט, עס איז דא 1 עמוד דברים אחדים פער כרך, די מפתחות זענען אויף 2 כרכים.
די מפתח ענינים איז גוט
די מפתח מ"מ וציונים איז אביסעל לאנג, אבער עס ווערט נישע געברענגט פריערדיגע הלכות וכדומה