ספר מנחת יהודה פון ר' יהודה סטריזאווער
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 23, 2011 12:40 pm
לעצטענס האב איך מיך באגעגענט מיט א אינטערעסאנע ספר מיטן נאמען מנחת יהודה,
אויפן שער בלאט ליינט זיך ווי פאלגענד:
פה נרשם עצות ישרות וחנוכים טובים לחנך את כל אדם להעלותו לכשרונות הפלא ופלא, ולעשות ממנו כלי לקבץ ולמשוך שפע חן והצלחה בכל אשר יפנה, ואל ימתין אדם על זמן אשר לא יהיה לו עוד כח לחיות, או על זמן אשר לא ירגיש עוד שום תענוג, בעת אשר כל תועלת לא יהיה ערב וחשוב אצלו, אלא יעשה לעצמו חשק והשתוקקות עכשיו ללמוד בפועל להרגיש תועלת גדול לקבץ כח נסתר בקרבו והוא כח ההצלחה, ולמצא חן בעיני אלקים ואדם, ולמשוך שפע ברכה מדעת עליון, אעפ"י שאין לו עד היום מזה הכח הנסתר אזי יקח לו מה שיש בו ויתחיל החינוכים הנרשמים בזה הספר בהצלחה ובסימן ברכה, ותיכף אחר זמן קצר ירגיש שיהיה לאיש אחר לטובה, ואין חכם כבעל נסיון. חברו הצעיר באלפי יהודה בן לאאמו"ר ה"ר צבי סטריזאווער שליט"א מרישא גאליציען כעת חונה פה בירושלים עיה"ק תובב"א.
אינעם ספר גופא גיט דער מחבר פארשידענע פסיכלאגישע עצות וויאזוי מען קען צו ציען צו זיך מענטשן אז זיי זאלן אים ליב האבן און נאך פארשידענע ענינים, די צווייטן העלפט פונעם ספר איז געשטעלט אויף זכרון דארט ווערט געברענגט א מהלך וויאזוי צו מחנך זיין און אויפבויען א מענטשליכע זכרון און עס ארויפברענגען צו אזא שטאפל אזש מען זאל ניטאמאל קענען פארגעסן קיין שום געשעעניש,
ער איז דארטן אויך מעתיק די ד' מזגים וואס דער יעב"ץ ברענגט אין מגדל עוז.
ער שרייבט דארט בשם הרמב"ם אז עס שאדט מער די כמות האכילה ווי די איכות האכילה, און ער איז דארט מבאר אז אלע שלעכטע מדות קומט פון עסן שנעל.
דער מחבר איז א תלמיד פונעם עטרת ישועה פון זשיקוב, אזוי שרייבט ער בתוך הדברים.
http://www.hebrewbooks.org/19945 דא קענט איר זעהן דעם ספר
ס'איז דא נאך א ספר פון אים מיטן נאמען בחינת החכמה, דאס איז נאכנישט דא אויף היברו בוקס, אבער אין אוצר החכמה איז יא דא איין חלק, איך קען דאס נישט ארויפלייגן ווער עס וויל קען איך אים דאס שיקן אין אישית, דארט רעדט ער אויך וועגן אויפבויען דעם זכרון,
נישטערנדיג אביסל האב איך באמערקט אז דער באוואוסטע פארשער נפתלי בן מנחם שרייבט אין קובץ ואם לגבורות, אז דער זעלבער מחבר האט אנגעפאנגען צו דרוקן א ספר מיטן נאמען ספר ישרים בשנת תש"ה אין עס איז אפגעשטעלט געווארן אינמיטן די ארבעט צוליב די קריג
אויפן שער בלאט שטייט אזוי: ספר ישרים רשימה לתלמידי הבעש"ט ותלמידי תלמידיהם משנת ת"ק ת"ש שהיו מנהיגי הדורות וגם מקצת מהגאונים המפורסמים וליקוטים מספריהם העוזרים לעבודת השי"ת ולתקן המידות של האדם בעולמו כדי להכרזיל לאוהבי יש וכו' על סדר א ב ועל סדר ימי השנה המסדר והמלקט הצעיר באלפי יהודא ב"ר לאאמו"ר ה"ר צבי סטריזאבר ז"ל עיה"ק ירושלים
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז ביים צווייטן ספר בחינת החכמה, שרייבט זיך דער מחבר אונטער יהודה בן צבי אן זיין לעצטע נאמען
און יעצט צום ענין:
וויפיל איך האב גענישטערט איז מיר נישט דערגאנגען צו דערשנאפן עפעס אינהאלטפולע אינפארמאציע וועגן דעם יוד, נישט זיין ביבליאגראפיע און נישט זיין לעבנס געשיכטע, דערפאר אפעליר איך דא צו די חשובע חברים וידידים תושבי הקרעטשמע כל אחד בשמו הטוב יבורך, עס זיצן און וואלגערען זיך דא בארימטע אלץ ווייסער און היסטארישע פארשער, ביטע טוטס א טובה נעמטס אייך דעם מיה און שרייבט אראפ וואס ענק ווייסן וועגן דעם יוד אדער וועגן דעם ספר צו מהנה זיין דערמיט אנדערע יודן.
יישר כח