בלאט 1 פון 1

ביכל "אשרי עין ראתה זאת" אין אידיש

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 9:08 am
דורך גרויזאמער
ארויסגעקומען בערך תש"ס, האט עס איינער געליינט? לייגט עס "גוט" אראפ די צייטן פון בית המקדש?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 10:52 am
דורך אינגערמאן
די גאנצע ביכל איז אראפגעלייגט ווי א משפחה אין יענע צייטן איז עולה רגל, און זיי האבן עס אראפגעלייגט אין א פארעם פון א שמועס, צווישן טאטע - זון - קוזינס אין ירושלים..... וכו'.

אבער ס'איז גאנץ זיס, און קלאר אראפגעלייגט. און זיי מישן אויך אריין א געוואלד מיט זייטיגע הלכות פונעם ק"פ וכדומה.

איך ווייס נישט פאר וועם די דארפסט עס. פאר דיר אדער פאר א צווייטן, אבער איך מיין אז עס איז מער געמאכט פאר 18 אין אראפ. (ביסט שוין 18???)....

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 11:16 am
דורך גרויזאמער
יישר כח, איך האב עס געזען אין געשעפט און עס איז מיר געפאלן די מהלך, איך האב געוואלט וויסן צו עס איז אינטערסאנט פאר מיר. עס איז צו קינדעריש?

לגבי מיין עידש, איך קען שוין ברכו נפשי אויסעווייניג...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 11:24 am
דורך לובלין
זאלסטו זאגאר קאנען ברכו נפשי, קענסטו אבער פערהעפסע ניט העלפט דינים וואס ווערט דערמאנט דערינען אינעם דאזיגן ביכל, עס אינהאלט א א שאץ קאמער מיט ידיעות.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 11:26 am
דורך סאדע_באטל
אזוי אינג האסטו חתונה געהאט ?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 5:01 pm
דורך יודל מענדלזאהן
גרויזאמער האט געשריבן:
לגבי מיין עידש, איך קען שוין ברכו נפשי אויסעווייניג...


וואס אזוינ'ס איז דאס ברכו נפשי? דו מיינסט קאפיטל ק"ג אין תהלים, לדוד ברכי נפשי? אדער ק"ד ברכי נפשי את ה'? די זענען דאך ברכי נפשי מיט א יו"ד.

טאמער דאס איז נישט קיין אינסייד דזשאוק, וועל איך מוזן זאגן איינס פון די צוויי, אפשר קענסטו עס פון אויסענווייניג אבער נישט פון אינעווייניג, אדער האסטו געמיינט דעם לעצטן פסוק פון ק"ג: ברכו ה' כל מעשיו בכל מקמות ממשלתו, ברכי נפשי את ה'.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 5:04 pm
דורך לאטצי
איך וויילס א. ת"ח וואס האט עס דורך געליינט און ער האט זייער שטארק הנאה געהאט פון די ידועות

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 5:16 pm
דורך leiby
יודל א גוטע חקירה לאמיר ווארטן אויף די מגי"ש גרויזי..

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 7:24 pm
דורך oko
דורך געגאנגען דאס גאנצע פאר א פאר יאר צוריק - ס'איז באמת שיין אראפגעלייגט דעם זמן ביהמ''ק (ס'איז באהאלטן צווישן די שורות א שלל מיט ידיעות ) - און ס'ליינט זיך אזוי ווי א ביכל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 1:10 am
דורך מי חכם
די ערשטע באנד איז זייער אינטערעסאנט אראפגעשריבן. די צווייטע איז שוין מער פלייש ווי זופ. ד.ה. אז עס איז מער א הלכה ספר ווי א ביכל.