בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 8:54 am
דורך msp
איך וואלט נישט גערופען שומרי הדת א קאנסערוואטיווע קהילה
ס'איז נישט דא קיין איסור אריין צו גיין אין זייערע בתי כנסיות ובתי מדרשות
זייערע חופה וקידושין איז הלכה'דיג אויסגעהאלטען
נאר וואס רוב מנין און רוב בנין פון זייערע מיטגלידער זענען טאקע זעהר מאדערן
די וואס זענען נישט שומר תומ"צ באלאנגען אין די קהילה אדער מאבותיהם אדער ווייל זיי ווילען כאטש זוכה זיין צו קבר ישראל
די מוריה שוהל בילדינג איז נאך די קריג געווארען גענוצט דארך די "קהילות המאוחדות" ווי אלע געראטעוועט אידען האבען געדאווענט צוזאמען
עס קען טאקע זיין אז דער בית המדרש האט פאר די קריג באלאנגט צו שומרי הדת
און נאך דער שפאלט איז עס צוריק צו שומרי הדת
וועגען דער עירוב אין לאנדאן איז קלאר אז דער פריערדיגע גאב"ד ז"ל האט געהאלטען אז עס וועט זיין א פירצה אין קדושת השבת
זיין בריוו איז נתפרסם געווארען אין די אידישע טריבונע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 12:39 pm
דורך בן בוזי
מה הפשט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 07, 2011 1:00 pm
דורך מי חכם
שוין געמיינט עס האט עפעס מיט מחנובקא...
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 08, 2011 4:26 am
דורך קהלת
בן בוזי האט געשריבן:מה הפשט?
די וואך אונ'ם גליון תפארת ישראל וואס קומט ארויס דורך הרב יחיאל יהושע רבינוביץ די גבאי פון בית המדרש טשארטקוב באנטווערפען, שרייבט ער גאר א שארפע מאמר מערכת אקעגען דעם ספר עואב"י
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 08, 2011 4:55 am
דורך ביקסאד
כפי ראות עיני איז ער אין די מילין זעירין מעתיק א דרשה פון דעם נייעם אויף גענומענעם רב,
פון דעם ספר פרח מטה אהרן וועלכע איז אצינדער ערשינען לרגל ההכתרה,
וועלכע איז א דורך דרינגלעכע דער-הער בנוגע חינוך, געשטעלט אויף די מעשה שלהי מסכת סוכה פון מרים בת בילגה.
גאר-נישט אנט-קייגן דעם ספר עיר ואם בישראל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 08, 2011 5:19 am
דורך msp
אדמו"ר מביקסאד שליט"א
קענט איר אפשר ארויף סקענען דער מאמר חריף פאר אלא פאראינטערעסירטע
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 8:18 am
דורך איטשע
אלף בית האט געשריבן:א טענצל! האט געשריבן:אין אנטווערפען איז דא אן עירוב אויף וואס די קהלה פארפיגט, אין לאנדאן איז נישטא קיין עירוב.
אין לאנדאן איז דער רב טאקע דער וואס האלט צוריק דעם עירוב. צוליב פארשידענע הלכה שאלות.
אבי געשריבען, ווי באקאנט קען לאנדאן אויפשטעלן אן עירוב, וואס קען זיין די מערסטע מהודר'דיגע עירוב, עס איז כמעט 90% ארום גענומען מיט 4 געבויעטע מחיצות ארום די געגנט פאר מען הייבט אן, ווי באקאנט איז נישט "הלכה" דער פראבלעם, אבער אכ"מ.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 10, 2011 11:35 am
דורך אלף בית
די פראלעם איז די וואסער.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 2:16 am
דורך ביקסאד
msp האט געשריבן:אדמו"ר מביקסאד שליט"א
קענט איר אפשר ארויף סקענען דער מאמר חריף פאר אלא פאראינטערעסירטע
בחצרות
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 2:55 am
דורך msp
התודה והברכה לאדמו"ר מביקסאד שליט"א עבור טרחתו
אך דא עקא שהפארום שם הוא סגור ואין לנו רשות להשתמש בהם....
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 11, 2011 2:49 pm
דורך ביקסאד
כתוב לי את הדוא"ל שלך, ואשלח לך בל"נ.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 2:59 am
דורך msp
לכבוד אדמו"ר מביקסאד שליט"א
ב"ה התקבלתי לפורום בחצרות
האב איך געזעהן די הבהרה און דער שטיקעל אין די עלון
עס מערקט זיך נישט קיין גרויסע קריטיק אויף'ן בוך אין דעם ארטיקעל
איז דער מוציא לאור א ביאלא אייניקל
מסתמא לפי די נעמער דארף ער זיין אנ'אייניקעל נאר מיין שאלה איז בעיקר ווער איז זיין טאטע און זיידע
עכ"פ יישר כוחכם פאר אייער וועלען מיר ארויסהעלפען
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 12, 2011 3:57 am
דורך ביקסאד
אביו כ"ק רבי צבי שליט"א הוא מחבר ספרי עיוני הלכות מכהן כהיום כמ"מ אביו כ"ק רבי יעקב יצחק זצ"ל ברמת אהרן.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 19, 2015 11:29 am
דורך יציב פתגם
וואו קען מען נאך זעהן/קויפן דעם ספר עיר ואם בישראל?