ספר עיר ואם בישראל - תולדות קהל מחזיקי הדת אנטווערפן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

ספר עיר ואם בישראל - תולדות קהל מחזיקי הדת אנטווערפן

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 11:49 am

לכבוד די הכתרה פונעם נייעם אנטווערפענער רב הרה"ג ר' אהרן שיף שליט"א, איז ארויסגעקומען גאר א רייכער ספר "עיר ואם בישראל" וואס באשרייבט די איבער 100 יעריגע היסטאריע פון קהל מחזיקי הדת באנטווערפן.
די אנטווערפענע קהלה האט זייער א רייכע היסטאריע זייענדיג פון (אדער) די עלטסטע אידישע קהלה וואס גייט נאך אן אויפן אלטן שטייגער, אן א הפסק.
באזונדער איז דארט זייער שיין באשריבן די רבנים וועלכע האבן דארט משמש געווען ברבנות. און בעיקר פונעם אומפארגעסליכן רב הגה"צ רבי חיים קרייזווירטה זצ"ל

דער ספר וואס ענהאלט קרוב צו 600 עמודים, פארמאגט א צאל היסטארישע אויפדעקונגען איבער די קהלה, אויך איז אריינגעדריקט א שלל פון גאר רייכע היסטארישע דאקומענטן איבער די קהלה און זייערע רבנים. טייל פון די דאקומענטן איז ביז יעצט געווען פארשלאסן אינעם יוסטיץ דעפארטמענט פון אנטווערפן (וועלכע זענען די עמטליכע אחראים אויף די רעליגיעזע איינגעלעגענהייטן).
צווישן די דאקומענטן איז דא א בריוו ווי די דער הויפט קאמיסיענאר שרייבט, אז מ'זאל נישט נאכגעבן די פארלאנג פון גרינדן די קהל מחזיקי הדת, "זיי זענען נישט ווי די אידן וואס מיר קענען, וואס זיי זעצן זיך גלייך עסן. נאר פארדעם וועלן זיי אריינגיין אין קיך זעהן אויב אלעס איז געקאכט לויט זייערע פארשריפטן,... שבת טוען זיי גארנישט... זיי זענען די גאנצע טאג אין שוהל"
אויך הונדערטער היסטארישע בילדער.

צום סוף איז דא א באזונדערע אפהאנדלונג איבער די קהלה, ווי די בתי מדרשים, מקואות, עירוב און דער בית החיים. אויך איז באשריבן אלע בתי מדרשים אין שטאט, באגלייט מיט בילדער.

אויך איז צוגעלייגט א קונטרס "פרח מטה אהרן" דרשות פונעם נייעם רב וועלכע איז בארימט מיט זיין לשון לימודים.

דער ספר איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט א הערליכע גראפיק, אויסגעשטעלט דורף די Creative Group אין אנטווערפן. וואס גיט צו א באזונדערע חן צו ספר.


----------
איך האב געגרינדעט דערפאר א באזונדערע אשכול, ווייל איך ערווארט אז איינמאל דער ספר וועט זיין צו באקומען וועט זיין אסאך צו רעדן איבער דעם.
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום דאנארשטאג מארטש 31, 2011 11:55 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 11:52 am

די מייסטערהאפטיגע באנד.
דעזיינד דורך Creative.
צוגעלייגטע
עיר ואם בישראל.jpg
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

איש האמת
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 11, 2011 1:07 pm

תגובהדורך איש האמת » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 12:44 pm

ס'באדערט מיר שוין לאנג די קשיא, וואס מיינט עיר ואם בישראל?
און צו איז אנטווערפן אויך גערעכנט אלס עיר ואם בישראל?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 31, 2011 6:47 pm

אז נישט מיט יודן איז עס מיט יארן, שוין יארן וואס יודן וואוינען דארט, אסאך פאר אמעריקע (עכ"פ היימישע)
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » פרייטאג אפריל 01, 2011 6:54 am

די עלטסטע היימישע יודישע קהלה אין אירופא וואס פונקציאנירט אויפן אמאליגע שטייגער, איז נישט אן עיר ואם בישראל? וואס איז יא?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג אפריל 01, 2011 11:06 am

מיין עלטער עלטער זיידע האט מייסד געווען קהילת מחזיקי הדת עמער זעהן ואס זיי שרייבען דערוועגען.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג אפריל 01, 2011 11:12 am

דער ישוב הישן אין ירושלים איז פיל עלטער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » פרייטאג אפריל 01, 2011 11:31 am

אבער ס'ווערט נישט געפירט אויפן שטייגער ווי א קהלה אינדערהיים.
רב (סידור קידושין), מקוה, עירוב, שחיטה (שחיטי חוץ), וכדו'.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » פרייטאג אפריל 01, 2011 11:39 am

מי חכם האט געשריבן:דער ישוב הישן אין ירושלים איז פיל עלטער.


דער זיידע האט טאקע מנדב געווען דעם באדען און אויך געלט צו בויען די ערשטע צעהן הייזער אין די 'אונגערישע הייזער'.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20296
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג אפריל 01, 2011 12:40 pm

דאן רעדט איר בודאי פון ר' יצחק צבי ראצעסדארפער ז"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
איזעי
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 5:30 pm
לאקאציע: אויפן שטאק

תגובהדורך איזעי » פרייטאג אפריל 01, 2011 2:14 pm

מי חכם האט געשריבן:דער ישוב הישן אין ירושלים איז פיל עלטער.


ירושלים איז נישט פונקט אין אייראפע.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1793
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג אפריל 03, 2011 8:32 am

אלף בית האט געשריבן:אבער ס'ווערט נישט געפירט אויפן שטייגער ווי א קהלה אינדערהיים.
רב (סידור קידושין), מקוה, עירוב, שחיטה (שחיטי חוץ), וכדו'.


אזוי!?
פראביר נאר נישט צו געבן סידור קידושין פאר איינעם נישט אן אפיציעלע דיין אין די קהלה.
עס איז באקאנט אז איינמאל איז דער באבוב'ער רב געקומען קיין אנטווערפען צו א משפחה שמחה, און רב קריזווירטה ז"ל האט נישט מוותר געווען דעם סידור קידושין.

די קהלה איז בע"ה אויף די עירוב
האט אייגענע מקואות
ועל כולם אן איסור פון שחוטי חוץ

אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

תגובהדורך סאדע_באטל » זונטאג אפריל 03, 2011 8:44 am

אלף בית האט זיך באצויגן צום פריערדיגן מגיב, ער רעדט וועגן ירושלים אז עס איז נישט ווי אן אלטע קהילה אינדערהיים.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » זונטאג אפריל 03, 2011 12:28 pm

סאדע_באטל האט געשריבן:אלף בית האט זיך באצויגן צום פריערדיגן מגיב, ער רעדט וועגן ירושלים אז עס איז נישט ווי אן אלטע קהילה אינדערהיים.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

חכם עתיק
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 5:53 pm

תגובהדורך חכם עתיק » זונטאג אפריל 03, 2011 1:00 pm

כוואלט געוואלט מציע זיין פאר קהל, אין די ז' טובים זאלען טוען בנוגע הנידן, פונקט ווי עס איז דא על הצדיקים ועל החסידים על שמות אנשים, אין ועל פליטת בית סופריהם אויף ספרים, אזוי אויך זאל זיין "עיירים ועירות, וואס מ'זאל קענען באשרייבען שטעט אין שטעטליך. אזאך וואס ווען זיין זייער א גרויסע תועלת, ייש"כ למפרע.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 12:46 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:מיין עלטער עלטער זיידע האט מייסד געווען קהילת מחזיקי הדת עמער זעהן ואס זיי שרייבען דערוועגען.


באקענט אייך מיט אייער קרוב, דער רעדאקטאר פון קול מבשר'ס "אידישע ווינקל" (א רמז אז די אנדערע אפטיילונגען זענען גוי'אישע ווינקלען...) (אדער גאר, אדם קרוב אצל עצמו. מי יודע?)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 12:55 am

אלף בית האט געשריבן:לכבוד די הכתרה פונעם נייעם אנטווערפענער רב הרה"ג ר' אהרן שיף שליט"א, איז ארויסגעקומען גאר א רייכער ספר "עיר ואם בישראל" וואס באשרייבט די איבער 100 יעריגע היסטאריע פון קהל מחזיקי הדת באנטווערפן.
די אנטווערפענע קהלה האט זייער א רייכע היסטאריע זייענדיג פון (אדער) די עלטסטע אידישע קהלה וואס גייט נאך אן אויפן אלטן שטייגער, אן א הפסק.


לויט ווי הרב קארנפעלד זאגט פאר קול מבשר, איז למעשה יא געווען א הפסק. ביי די קריג, עס האט זיך נאר צוריק אויפגעשטעלט אויפן אלטן שטייגער. ווייס איך נישט צי לאנדאן איז עפעס אונטערשטעליג. (חסיד'ישע אידן האבן סייווי נישט געוואוינט דארט פארן קריג. און די לאנדאנע קהילה איז מסתמא נישט געווען צופיל שוואכער ווי די אנטווערפענע), והשתא דאתית להכי, די לאנדאנע קהילה איז סאאך עלטער, און דייקא אן קיין הפסק.

אגב, וואלט געווען אינטערסאנט אפאר פרטים איבער די אנדערע קהילה אין אנטווערפן, "שומרי הדת". ווען האבן זיי זיך אפגעטיילט? און איז געווען עפעס א שטארקע סיבה דערצו חוץ מאדערניזאציע? און צו פאררופן זיי זיך ארטאדאקסיש מיט ארטאקסישע גרונדפרינציפן? וויאזוי איז דער מצב פון יענע קהילה היינט? און וואס זענען די באציאונגען צווישן די 2 קהילות?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 1:19 am

פארן קריג איז געווען אין אנטווערפען דער רב, הרה"ג ר' מרדכי ראטענבערג זצ"ל הי"ד, וועלכער האט דאכצעכמיר געהערט צום חסיד'ישן חדר
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:12 am

איטשע האט געשריבן:אזוי!?
פראביר נאר נישט צו געבן סידור קידושין פאר איינעם נישט אן אפיציעלע דיין אין די קהלה.
עס איז באקאנט אז איינמאל איז דער באבוב'ער רב געקומען קיין אנטווערפען צו א משפחה שמחה, און רב קריזווירטה ז"ל האט נישט מוותר געווען דעם סידור קידושין.


למעשה, ווערט עס נישט איינגעהאלטן ביי יעדן איינעם.

א) א מעמבער אין "שומרי הדת" קהלה קען מאכן סידור קידושין דורך זיי.

ב) עס איז דא א ביהמ"ד אין אנטווערפען וועלכע פארפיגט אויך אויף א זאל, וואס דארט קומען פאר יערליך צענדליגע חתונות בליעה"ר און די דייני הביהמ"ד זענען מסדר קידושין (עס איז שוין אזוי פאר יארן לאנג).

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 3:17 am

מי חכם האט געשריבן:לויט ווי הרב קארנפעלד זאגט פאר קול מבשר, איז למעשה יא געווען א הפסק. ביי די קריג, עס האט זיך נאר צוריק אויפגעשטעלט אויפן אלטן שטייגער. ווייס איך נישט צי לאנדאן איז עפעס אונטערשטעליג. (חסיד'ישע אידן האבן סייווי נישט געוואוינט דארט פארן קריג. און די לאנדאנע קהילה איז מסתמא נישט געווען צופיל שוואכער ווי די אנטווערפענע)


די אנטווערפענע "מחזיקי הדת" קהלה איז אסאך שטערקער בבחי' "קהלה", ווי די לאנדאנע "התאחדות קהלות החרדים", (באקאנט אלס 'כדתיא').

במקום ווען אין אנטווערפען איז מער ווייניגער נאר דער רב דק"ק מחזיקי הדת מסדר קידושין, איז אין לאנדאן כל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול, נישטא קיין תקנה דערויף.

אין אנטווערפען איז דא אן עירוב אויף וואס די קהלה פארפיגט, אין לאנדאן איז נישטא קיין עירוב.

אין אנטווער"פ איז דא אן איסור אויף "שחוטי חוץ", אין לאנדאן נישט.

אין אנטווער"פ איז די מקוה טהרה אין שטאט אונטער די קהלה "מחזיקי הדת", משא"כ אין לאנדאן.

לגבי השגחה און שחיטה איז נישט דא קיין נפק"מ (לאנדאן מן הסתם גרעסער, צוליב די גרויסע אידישע באפעלקערונג דארט).

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 4:33 am

אין לאנדאן איז אויך דא אנ'איסור אויף שחוטי חוץ
נאר זייער פראבלעם איז אז עס איז נישטא אזא אנגעהעריגקייט צו די קהילה ווי אין אנטווערפען
דערפאר איז יענע איסור נישט פעסט איינגעווארצעלט
אין אנטווערפען איז אבער די גאבעללע אויף די שחיטה אבער גאנץ הויעך
נאך די קריג האט זיך איינגעארדענט א פאראייניגטע קהילה
זיי האבען אלע געדאווענט אין די מוריה-שול אויף די טערליסט-שטראס
הערשט שפעטער האבען זיי זיך צוריק אפגעטיילט
די מחזיקי הדת האט זיך סיי פאר די קריג און נאך די קריג אפגעטיילט פון די אפיציעלע אלגעמיינע קהילה שומרי הדת
למעשה זענען די רבנים און שוחטים אין ביידע קהילות יראים ושלמים
נאר לגבי די מעמבערס איז דא א חילוק
רוב מעמבערס פון די שומרי הדת זענען מאדערן אדער גאר נישט שומר תומ"צ
און אין די מחזיקי הדת זענען זיי א מיעוט
דאכט זיך אז וועגען פאליטישע סיבות באלאנגען אסאך בעלזא חסידים צו די שומרי הדת
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 8:18 am

א טענצל! האט געשריבן:אין אנטווערפען איז דא אן עירוב אויף וואס די קהלה פארפיגט, אין לאנדאן איז נישטא קיין עירוב.

אין לאנדאן איז דער רב טאקע דער וואס האלט צוריק דעם עירוב. צוליב פארשידענע הלכה שאלות.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

תגובהדורך פעטריטשקע » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 9:01 am

msp האט געשריבן:אין לאנדאן איז אויך דא אנ'איסור אויף שחוטי חוץ
נאר זייער פראבלעם איז אז עס איז נישטא אזא אנגעהעריגקייט צו די קהילה ווי אין אנטווערפען
דערפאר איז יענע איסור נישט פעסט איינגעווארצעלט
אין אנטווערפען איז אבער די גאבעללע אויף די שחיטה אבער גאנץ הויעך
נאך די קריג האט זיך איינגעארדענט א פאראייניגטע קהילה
זיי האבען אלע געדאווענט אין די מוריה-שול אויף די טערליסט-שטראס
הערשט שפעטער האבען זיי זיך צוריק אפגעטיילט
די מחזיקי הדת האט זיך סיי פאר די קריג און נאך די קריג אפגעטיילט פון די אפיציעלע אלגעמיינע קהילה שומרי הדת
למעשה זענען די רבנים און שוחטים אין ביידע קהילות יראים ושלמים
נאר לגבי די מעמבערס איז דא א חילוק
רוב מעמבערס פון די שומרי הדת זענען מאדערן אדער גאר נישט שומר תומ"צ
און אין די מחזיקי הדת זענען זיי א מיעוט
דאכט זיך אז וועגען פאליטישע סיבות באלאנגען אסאך בעלזא חסידים צו די שומרי הדת


אין לאנדאן האט כדתיא נישט קיין שום כוח אויף קיין איין פריוואטע קהלה, ווי סאטמאר, בעלזא, ויזניץ, באבוב, וכו'..... יעדער איינער האט א אייגענע קהלה מיט א רב און ראשי קהילה, בחירות, וכו' וכו' אלעס וואס א קהלה ברענגט מיט.
א חוץ די שחיטה וואס געהער נאך צו זיי. ממילא מיין איך אז אין לאנדאן וועט נישט זיין קיין איינער וואס וועט זיך צוריקהאלטן פון אריינברענגן פלייש פון אויסער לאנדאן - כדתיא, משא"כ אין אנטווערפען וועט קיין איינער נישט אריינברענגן צו זיך אינדערהיים פלייש פון א צווייטע שטאט. דאס אליין ווייזט די גרויסע חילוק פון די געבינדנקייט צו די קהילות אין די צוויי שטעט.

והשנית, די מורי'ה בית המדרש האט אלעמאל געהערט און געהערט נאך היינט צו די שומרי הדת קהלה, הגם אסאך פון די חברי מחזיקי הדת האבן געדאווענט אין איר. די ביהמ"ד פון מחזיקי הדת האט פונקציאנירט אלעמאל אויף די אסטן סטר. ווי די שול געפינט זיך אויך.

וועגן די רבנים און שוחטים אין שומרי הדת, כ'ווייס נישט וויפיל היימישע אידן וואלטן געגעסן פון זייערע שחיטה, אפי' כמה פון זייערע דיינים האלטן זיך צוריק דערפון [בידעי ומכירי קאמינא!],

די מחזיקי הדת קהלה לפי ידעתינו האט נישט קיין שום מיטגליד וואס א אפיציעל נישט קיין שתומ"צ.
ווידער אין די שומרי הדת קהלה איז א מיעוט ממש שתומ"צ.

כ'מוז אבער באטאנען, ס'איז דא כמה היימישע אידן וואס געהערן צום שומרי הדת, ווי אויך זענען די רבנים ודיינים יראים ושלמים.

אלף בית האט געשריבן:
א טענצל! האט געשריבן:אין אנטווערפען איז דא אן עירוב אויף וואס די קהלה פארפיגט, אין לאנדאן איז נישטא קיין עירוב.

אין לאנדאן איז דער רב טאקע דער וואס האלט צוריק דעם עירוב. צוליב פארשידענע הלכה שאלות.


דאס וואלט איך נישט געשריבן, עס איז שוין קלאר פעסטגעשטעלט געווארן דורך דייני לאנדאן, ומומחים לעניני עירובין - שליחים פון די עדה החרדית אין ירושלים, אז די עירוב וואס מ'האט געוואלט מתקן זיין איז אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות!

מחמת סיבות שונות ומובנות האט די "רב - וחברי הבד"ץ" עס נישט מאשר געווען. די וואס קענען די בלאטע און האבן בשעת מעשה מיט געהאלטן ווייסן פונקטליך אז דאס איז נישט מער ווי א "מי בראש" מחלוקת.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 9:21 am

סאו די שומרי הדת איז א קאנסערוואטיווע קהילה, און מה"ט האט זיך מחזיקי הדת אפגעטיילט פון זיי? (איך טראכט יעצט, אינדערהיים אין אונגארן האט יעדער איד באשר הוא שם געמוזט זיין א מעמבער אין א קהילה, מען האט נאר אויסגעפועלט מען זאל מעגן זיין א מעמבער אין א ארטאדאקסישע קהילה אויך. אפשר איז דאס דער פאל אויך אין אנטווערפן? כ'מיין אין אמעריקע, ווער עס איז נישט קיין שומתומ"צ, האט נישט קיין שייכות מיט קיין קהילה. - חוץ די קאנסערוואטיוון און רעפארמער וואס באטראכטן זיך מבחינתם פאר שומרי תורה).
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 07, 2011 9:29 am

א טענצל! האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אזוי!?
פראביר נאר נישט צו געבן סידור קידושין פאר איינעם נישט אן אפיציעלע דיין אין די קהלה.
עס איז באקאנט אז איינמאל איז דער באבוב'ער רב געקומען קיין אנטווערפען צו א משפחה שמחה, און רב קריזווירטה ז"ל האט נישט מוותר געווען דעם סידור קידושין.


למעשה, ווערט עס נישט איינגעהאלטן ביי יעדן איינעם.

א) א מעמבער אין "שומרי הדת" קהלה קען מאכן סידור קידושין דורך זיי.

ב) עס איז דא א ביהמ"ד אין אנטווערפען וועלכע פארפיגט אויך אויף א זאל, וואס דארט קומען פאר יערליך צענדליגע חתונות בליעה"ר און די דייני הביהמ"ד זענען מסדר קידושין (עס איז שוין אזוי פאר יארן לאנג).


חכם, שומרי הדת איז דאך א עקסטערע קהילה פאר זיך בכל פרטיה ודקדוקיה, וואס עפעס זאלן זיי נעמען דעם רב פון מחזיקי הדת פאר זייער סידור קידושין? א רב מיינט נישט אז די אויר העיר מעומקא דתהומא עד רום רקיע באלאנגט צו זיינע גלילות, נאר די קהילה - און אזוי אויך די גלילות וואס זענען כפוף צו די קהילה - וואס האט אים ממנה געווען. און אויב איז דא אין איין שטאט 2 קהילות, איז אויטאמאטיש דא 2 רבנים. חוץ מזה, לויט ווי איימיצער שרייבט דא איז מחזיקי הדת גאר די וואס האבן זיך אפגעטיילט, אויב אזוי וואלט ליבערשט געפאסט אז דער רב פון שומרי הדת זאל מסדר קידושין זיין פאר די גאנצע שטאט, ווייל ער איז דאך די ארגינעלע קהילה.

פאר אינטערעסאנטקייט, די שמרי הדת איז אויך אזוי שטרענג מיט סידור קידושין וכדו'?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט