בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 2:54 pm
דורך קליקו
יהיה כן האט געשריבן:קליקו האט געשריבן:אויף דעם וואס ער ברענגט דארט אז אין חז"ל ווערט געברענגט אז מהאט געלערנט פון וואס פאר מאיז געווארן א מין, איז אנצומערקן אז דער לעווערס תורה'ס גייט אויף א שטארקע חקירהדיגע מהלך...
[סערטש ביי זיין נאמען סוף ספר]
דאס פרעג איך
וועלכער ספר זאל איך סערטשען?
נר ישראל
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 3:10 pm
דורך איזעי
נאטרוליסט האט געשריבן:דער ליניע וואס אני הקטן פרובירט צו שטעלן איז:
נניח אז די געוויסע שיטה פונעם תפארת ישראל איז נישט אויסגעהאלטן לויט א געוויסן גדול, איז ער אבער גענוג גרויס און האט גענוג שטיצע וועלכע זענען זיך סומך עליו, און ווער עס וויל נישט לערנען דעם "גאנצן" פירוש תפארת ישראל וועגן די איינע זאך, דער אליין איז צריך בדיקה אחריו.
אפשר ערקלערסטו פארוואס איינער וואס וויל נישט לערנען דעם ספר תפארת ישראל צוליב דעם וואס עס איז דא דערין זאכן וואס האבן פקפוקים, פארוואס זאגסטו אז עס איז צריך בדיקה אחריו, דו מיינסט אז ער האט נישט קיין רעכט עס נישט צו לערנען, על דעת פון די גאונים המפקפקים.
אויפן מאור עינים ביזטו מודה אז אסאך גדולי ישראל זענען ארויס געפערליך דערקעגן, און דו ערלויבסט זיך צו שרייבן אז
ער האט געטון א שרעקליכן פארברעכן (כאטשיג אסאך גדולי ישראל ברענגען אים ווייטער צו), יעצט לפי שיטתך, וויבאלד אסאך ברענגען עס ווייטער צו, וועט איינער וואס וויל עס נישט לערנען על דעת פון די גאונים וואס זענען ארויס דערקעגן, איז יענער צריך בדיקה אחריו.
איך וואלט נישט אזוי פארשטאנען,
בכלל עפעס אין דיינע ווערטער זענען זיך סותר, עיין היטב אין מיין קאמענט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 10, 2011 3:36 pm
דורך נאטרוליסט
איזעי טייערער.
איך זעה אז דו ליינסט נישט וואס איך שרייב. אדער ליינט איר גאר שנעל.
נו פארוואס אויב איינער וועט היינט אויספאלגן די הוראה פון רבינו יונה וועסטו אים באשייגעצן.
פארוואס אויב עמיצער וועט היינט אויספאלגן די הוראה פונעם יעב"ץ קעגן די ספרי רבי ר' יונתן, וועסטו אים האלטן פאר א שייגאץ.
יעצט צו די מסקנא, אז איינער האלט נישט ווי די שיטה פון תפארת ישראל, איז דאס א נארמאלע זאך, און יעדער האט דאס רעכט צו האלטן אנדערש.
אבער היינט צו זאגן אז מ'טאר נישט לערנען אינעם גאנצן חיבור, דאס איז טייטש אז דו נעמסט אן אז ער האט געהאט דעות כוזבות. דאן איז טאקע צריך בדיקה אחריו.
איי אמאל... ליין ביטע נאכאמאל שנעל די ערשטע פאראגראף. (נישט אז די זמנים האבן זיך געביטן, נאר היינט איז שוין קלאר געווארן אז ער האט זיך אויף וועמען צו פארלאזן), וע' פנים לתורה.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 05, 2011 1:08 pm
דורך אמשטרדם
איזעי האט געשריבן:מי חכם האט געשריבן:איזעי דער חכ"צ איז אוועק מסתמא א גוטע פופציג יאר פאר מענדלסאהן האט ארויסגעגעבן דעם ביאור. און חוץ מזה, איז דער איסור אויפן ביאור געווען בעיקר וועגן דעם מחבר, נישט אזוי ווייט וועגן דעם ספר.
איך האב קלאר געשריבן אז עס קען זיין אז די מעשה מיטן חכם צבי איז געווען ביי א צווייטער ספר, און על הכלל כולו יצא, זעה פריערדיגע קאמענט.
און מיט דעם אז דער איסור איז נישט געווען אויפן ספר ביזטו גערעכט, אבער עס איז נאכאלץ טריף פסול, טאקע צוליב דעם מחבר.
דער מעשה איז פארגעקומען אויף איינער פון די ספרים פון דעם רשע נחמי' חיון שר''י, איך מיין אויף זיין ספר רזא דמהמנותא, אזוי ליגט מיר אין קאפ
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2012 4:32 pm
דורך יגעתי ומצאתי
פע"א אמר (אח"ד קדוש, המלאך) בזה"ל: היינטיגע צייטן איז משניות זייער א פעטער לימוד, עס איז דא דער תפארת".
(גליון חש"ב שבועות תשע"ב, בשם שלשת הרועים - זכרון דברי הרב דף של"ו).
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 2:44 am
דורך msp
אינטערעסאנט...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 8:06 am
דורך יגעתי ומצאתי
מי חכם האט געשריבן:געזען א אינטערעסאנטע זאך, אז דער ירושלימ'ער רב האט פארציילט אז ביי די אלע גדולים וואס זענען געווען צו שטארקע קנאים, איז ארויסגעקומען א מכשול דורך זייערע תלמידים. לדוגמא, זאגט ער איז געווען דער רבי פון מענדלסאן וואס איז געווען א קנאי נלהב און געפירט א מערכה קעגן איינעם פון די גדולי דורו (לכאורה מיינט ער דעם יעב"ץ וואס מענדלסאן איז געווען זיין תלמיד (חבר?), עכ"פ געשריבן האבן זיי זיך זיכער), און מן השמים האט מען אזוי צוגעפירט אז עס זאל ארויסקומען אזא תלמיד.
איך גלייב נישט די מאמר (ווי געשריבן אויבן), עכ"פ נישט גלאט אזוי, והשומע שמע וטעה. אבער ענליך צו דעם האב איך זיך פונקט אנגעשטויסן אין ספר עיר מקלט (להגר"ד לידא) אות רמ"א וז"ל: ודע אחי שבנסיון אני מדבר שאחד היה מוכיח את חבירו ברבים ונתבייש חבירו ואותו חטא בא לזרעו של מוכיח ההוא, וז"ש ולא תשא עליו חטא פי' אותו חטא תשא עליך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 1:33 pm
דורך טייבעלע
אז דו וועסט האלטען חשבון אויף די רייד וואס מען זאגט ארויס בין לטוב ובין למוטב וועסטו טרעפען אז עס איז א מציאות,
וכמו שאירע לתלמידו של הבעש"ט הקד' מיטן טאביק פושקע, און דאס קען מען זעהן בהליכות יום יום.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:32 pm
דורך יגעתי ומצאתי
רבינו יונה פרוש דבריך, וואס איז א מציאות, די עדות פון רד"ל אדער די ווערטער פון הרמ"א פריינד זצ"ל?
די מעשה מיטן תלמיד פונעם אור שבעת הימים והטאביק פושקע קאן איך ליידער נישט, ביטע דערציילט דאס ברבים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 3:10 pm
דורך טייבעלע
דאס עדות פונעם רד"ל.
די מעשה שטייט
דא, הגם דארט זעהט מען אז דער בעש"ט הק' האט דאס געבעטען,
שטייט אבער אין ספרים דער בחינה אז ווען א מענטש טוהט עפעס זאגען זאגט ער פאר זיך, עס
קומט נישט קיין גזירה אויפן מענטש פאר מען פרעגט איהם נישט אויב ער איז מסכים אויף דעם,
און אמאל איז דאס דורך אריין זאגען עפעס פארן חבר, אמאל דורך סתם אוועק מאכען עפעס
מיט א דעה זיינער.
עס איז געוועהן איינער ביי אונז אין וואס פלעגט קומען יעדען טאג צייטליך צום דאווענען איינמאל
זאגט ער פאר איינעם וואס האט געשפעטיגט איך פארשטיי דיר נישט ווי קענסטו קומען שפעט וכו'
עס האט ניש געדויערט קיין צוויי טעג און יענער מוסר זאגער האט אנגעהויבן אינגאנצען פעלען.
מען דארף אכטונג געבען מיט זאגען א ווארט, מען זאל דיר נישט דערנאך אויספראבירן דערמיט,
מען כאפט זיך נישט וואס מען גייט אדורך, א סאך מאל קען מען עס צוזאם שטעלען מיט זיינע
רייד אדער מעשים פון פריער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 6:04 pm
דורך יגעתי ומצאתי
ייש"כ.
(אגב, דאס איז נישט די באקאנטע רד"ל (=ר' דוד לוריא) המפרש על פרד"א ועוד. ולכן אינו מתאים ה"פונעם רד"ל" כהידוע).
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 01, 2013 1:38 pm
דורך לוי יצחק
מענין לענין. דערציילט מיר א באבובער חסיד, אז די באבובער רב (מהרב"צ) שליט"א האט געזאגט עטליכע וואכן צוריק ביי פרק לערנען,
אז אפילו די וואס זענען נישט מקפיד צו לערנען פירוש תפארת ישראל אויף משניות,
זאלן אבער אכטונג געבן נישט צו לערנען זיין פירוש אויף אבות,
ווייל ער
שרייבט קלאר"וכל פירוש משנה זו בניתי על היסוד של "יין הלבנון", וכן עשיתי בכמה דברים במסכת זו, שהנחתי דבריו ליסוד לפירושי, מדהם ערבים מאוד ואמיתיים"..
און דער "יין הלבנון" איז געווען פון אן אפיקורס קוק
דא.
אינטרעסאנט, אז דאס האט דער תפארת ישראל געשריבן פונקט אויף די משנה "המגלה פנים בתורה שלא כהלכה"...
עכ"ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 10:24 am
דורך מיללער
באגעגנט היינט אן אינטערעסאנטער תפא"י אין מס' תענית פ"ד מ"ד אות מ"ז , די משנה רעדט דארט וועגן די הרוגי ביתר זאגט דער תפא"י "ונהרגו עם בר כוכבא במלחמה תק"פ אלפים מישראל [כמסופר בוועלטגעשיכטע מבעקקער]"
נאכזוכענדיג איבער זיין מראה מקום זעה איך אז די רעדע איז פון א דייטשער היסטאריקער מיטן נאמען
קארל פרידריך בעקער, און פון זיין היסטאריע בוך "וועלטגעשיכטע" ברענגט דער תפא"י, באלד דערויף ברענגט ער פון יוסיפוס, נו מילא, אבער פון א דייטשען גוי טמא?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 2:41 am
דורך msp
amazing
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2014 9:53 am
דורך מי חכם
ס'איז דיר באמת שווער אדער עס איז פשוט א וועג פון ארויף ברענגען דעם אשכול?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 2:41 am
דורך msp
פארוואס איז דאס נישט שווער?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 8:40 am
דורך שמעלקא טויב
מיללער האט געשריבן:באגעגנט היינט אן אינטערעסאנטער תפא"י אין מס' תענית פ"ד מ"ד אות מ"ז , די משנה רעדט דארט וועגן די הרוגי ביתר זאגט דער תפא"י "ונהרגו עם בר כוכבא במלחמה תק"פ אלפים מישראל [כמסופר בוועלטגעשיכטע מבעקקער]"
נאכזוכענדיג איבער זיין מראה מקום זעה איך אז די רעדע איז פון א דייטשער היסטאריקער מיטן נאמען
קארל פרידריך בעקער, און פון זיין היסטאריע בוך "וועלטגעשיכטע" ברענגט דער תפא"י, באלד דערויף ברענגט ער פון יוסיפוס, נו מילא, אבער פון א דייטשען גוי טמא?
פלא והפלא, ווער איז געווען דער בעקער? אפשר ברענגן אנדערע אויך פון אים אלץ די היסטארישע חלק?!
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2014 8:41 am
דורך farshlufen
שמעלקא, עיין גיטין נ"ח ע"א.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 15, 2014 10:27 am
דורך שואלכענין
איך האב געהערט נאכזאגן פון בעלזער רב מהר"א זצ"ל א ווארט-מליצה אויפן תפארת ישראל:
"די גרויסע אותיות קען איך נאך אמאל ליינען, אבער די קליינע אותיות נעמען מיר ארויס די אויגן"...
(מיינענדיג דעם יכין וואס איז געדרוקט מיט גרויסע אותיות, און דעם בועז מיט קליינע אותיות)