בלאט 1 פון 1

ספרי שו"ת מיט מערסטע תשובות

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 5:08 pm
דורך יגעתי ומצאתי
אסאך תשובות וואס דאס מיינט אסאך שואלים, ווייזט אויפן פרסום פונם מחבר וואס ער האט זוכה געווען נאך בחייו. זייער אסאך גדולי ישראל מפורסמים איז נישט דא פון זיי קיין תשובות אדער זייער ווייניג, דאס איז צוליב טויזענטער סיבות, געוויסע האבן דירעקט נישט געשריבן, אנדערע איז עס פארלוירן געווארן, אדער זענען נישט אנגעקומען צו שרייבן צוליב טרדות, אבער פון די וואס ס'איז געבליבן איז א הוכחה צו זייער פרסום.

מ'דארף אבער אינאכט נעמען אז אין זייער אסאך תשובה ספרים איז דא אסאך חידושים וואס דער מחבר האט אליינס געשריבן נישט צו א שואל, און דאס קען נישט ווערן גערעכנט. ווי אויך זענען געוויסע גדולים נתפרסם געווארן דורכ'ן ירש'נען א צווייטנס פרסום צו ווייל די פאטער איז געווען א מפורסם צו דורכ'ן מ"מ זיין א מפורסם, ווי פארשטענדליך איז א גרעסערע גדולה ווען מ'איז אליינס נתפרסם געווארן. ווי אויך דארף באטראכט ווערן די סכום יארן וואס די גדול האט געשריבן די תשובות.

כ'וועל אויסרעכענען אפאר ספרי שו"ת מיט אסאך תשובות לפי ערך מצבם.

שו"ת הרשב"א- באשטייט פון איבער 3800 תשובות! אבער זייער אסאך זענען דאפלט כידוע, ווי אויך איז דא אסאך תשובות וואס י"א ס'איז נישט פונם רשב"א, אבער אפי' נאכן אראפ רעכענען א גאנצן טויזענטער (וואס איז אוודאי איבערגעטריבן) איז דאס ממש א איסטראנאמישע מספר לפי מצבו בימים ההם ווען שיקן א שאלה איז געווען א פראצעדור פון וואכן אדער חדשים, און בכלל איז נישט געווען ווער ס'זאל מפרסם זיין חוץ עוברים ושבים. די רשב"א איז געבוירן ד"א תתקצ"ה און איז נפטר געווארן ה"א ע', ס"ה 75 יאר פון וואס מרעכנט אראפ די יונגע יארן ביזן אנהייבן שרייבן תשובות, און ס'איז מסתבר אז ער האט נישט געשריבן קיין תשובות כ"ז זיין רבו מובהק רבינו יונה האט געלעבט ד.מ. ה"א כ"ד. און אפשר כ"ז זיין צווייטע רבי דער רמב"ן האט געלעבט ד.מ. ה"א ל'.

שו"ת מהרש"ם- איבער 2260 תשובות. נאכן אראפרעכענען 300 פון סתם חידושים וכד' בלייבט איבער קנאפע צוויי טויזענט. די מהרש"ם איז געבוירן שנת תקצ"ה און נפטר געווארן תרע"א, און עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז ביז תרכ"ז האט נישט געוואלט אננעמען קיין רבנות פאסטן און מסתמא נישט געשריבן קיין תשובות, קומט אויס אין 44 יאר כמעט 2000 תשובות.

שו"ת חת"ס- אויפן שער בלאט שטייט אז ער האט איבערגעלאזט 1677 תשובות (אבער ס'איז נאר געדרוקט 1202), ס'דארף אבער ווערן אראפגערעכנט בערך א הונדערטער פון אייגענע חידושים. די ערשטע תשובה פון חת"ס איז שנת תקמ"ו, אבער בעיקר האט ער אנגעהויבן שרייבן תשובות להלכה שנת תקנ"ו, די לעצטע תשובה איז פון ה' תשרי ת"ר (20 טעג פאר די פטירה)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 02, 2011 6:14 pm
דורך מיניסטער לעהמאן
אינטרעסאנטע אשכול. ברענג נאך...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 10:52 am
דורך איטשע
איך האב נישט געציילט אבער, דער שואל ומשיב פארמאגט כמעט 10 בענדער תשובות...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 11:45 am
דורך מיללער
איך האב אויך נישט געציילט די פאלגענדע ספרים ליגט מיר אויפן צינג אלס מאסיווע ספרי שו"ת, ס'איז זיכער דא נאך ואין מוקדם ומאוחר;

תשובות הרשב"א
חתם סופר
שואל ומשיב
ספרי ר' שלמה קלוגר
מהרש"ם
מנחת יצחק
שבט הלוי
בית יצחק

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 12:16 pm
דורך קרעמער
באר משה
ספרי הגרי"ד הארפענעס (אויסער אויב איר רעכנט טאקע נישט ווען דער משיב שרייבט די שאלה, דאכט זיך אז 'באר משה' איז אויך אזוי)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 12:19 pm
דורך והוא פלאי
רידב"ז

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 12:46 pm
דורך מיללער
והוא פלאי האט געשריבן:רידב"ז


איר מיינט רדב"ז? (רידב"ז איז ר' יעקב דוד ווילובסקי, רדב"ז איז א פריערדיגער)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 03, 2011 4:36 pm
דורך יגעתי ומצאתי
שו"ת הרדב"ז- דער חיד"א אין שם הגדולים שרייבט אז ער האט געשריבן 3000 תשובות, למעשה איז נאר געדרוקט געווארן 2441, אין די נייע מהדורא איז געדרוקט געווארן נאך אפאר הונדערט תשובות לא נודע למי וואס ס'זעהט אויס פונם רדב"ז. דאס גאר אסאך ווייל בימים ההם נאכן גירוש ספרד איז געווען א בחינה פון והי' העולם שמם,מ'איז געווען צוזייט און צושפרייט אן א געהעריגע שייכות איינער מיטן צווייטן.

בית יצחק איז באוואוסט אלס חריפות'דיג ספר מיט לאנגע טיפע תשובות אבער נישט אזוי גרויס לגבי שואלים (לכאו' טאקע דערפאר),

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 16, 2011 2:45 am
דורך סטראשעלע
ספרי התשובות של הגאון רבי חיים פאלאג'י, ס"ה 1007 תשובות
ואלו הן:

סמיכה לחיים, כ"ב סימנים
חקקי לב, ג' חלקים, ק"ן
נשמת כל חי, מ"ט
חיים ושלום, ב' חלקים, קצ"א
חיים ביד, קכ"ו
חקות החיים, ק"ב
לב חיים, ג' חלקים, שס"ז סימנים

דאס זענען די ספרים וואס זענען מיוחד פאר שאלות ותשובות, אויסער וואס עס איז נאך צואווארפן תשובות אין זיינע פולע ספרים כמספר שבעים

תשובות מהרשד"ם להגאון מאבירי הפוסקים רבי שמואל די מדינה אבד"ק שאלוניקי, 1000 תשובות

שו"ת צמח צדק לאדמו"ר הצ"צ נ"ע 1168 תשובות

שו"ת יד יצחק להג"מ ר' אברהם יצחק גליק אבד"ק טאלטשווא, 889 תשובות [דרך אגב, א פלא פון א גאון, געזיצן אין א קליין דערפל אין אונגארין, געלערנט תורה מתוך הדחק און געשריבן תשובות פאר די גאנצע וועלט]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 10, 2011 12:53 pm
דורך איש האמת
היינט צוטאגס אז אלעס גייט מיט די טעלעפאון, האט א גרויסע און באקאנע מורה הוראה א טאג, מער שאלות ווי א דיין אדער א רב בימים ההם פון אגאנצע יאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 10:42 pm
דורך ישלהוסיף
כדי דא ארויף צו ברענגען "נעמען" פון ספרי שו"ת , וואס דער נאמען איז לפי דער מספר התשובות ס'דא אין דער ספר, וזה החלי לפי ידיעתי:
בשמים ראש - האט שצ"ב תשובות כמספר 'בשמים'.
תרומות הדשן - האט שנ"ד כמספר 'דשן'.
שו"ת הריב"ש - האט תקי"ז תשובות כמספר 'הריב"ש'.
קב הישר - ק"ב פרקים
כסף נבחר - ק"ס כללים בש"ס כמנין 'כסף'
שאילת יעבץ - האט קע"ב תשובות כמנין י'עב"ץ'.
מגן גבורים - האט צ"ג תשובות כמספר 'מגן'.
לב דוד (חיד"א) - כולל ל"ב פרקים.
אילם (ר' יוסף שלמה דילמדיגו) - י"ב שאלות ושבעים ספיקות, ויבאו אילמה ושם שתים עשרה מעינות מים ושבעים תמרים.
דבר שמואל - האט שע"ז תשובות כמנין 'שמואל'.
שבות יעקב - קפ"ב תשובות כמנין יעקב.
שושן סודות - האט תרנ"ו סימנים כמנין 'שושן'.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 10:53 pm
דורך תרנגול
שכוח פאר די אינטרעסאנטע אינפארמאציע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 11:01 pm
דורך ישלהוסיף
איטשע האט געשריבן:איך האב נישט געציילט אבער, דער שואל ומשיב פארמאגט כמעט 10 בענדער תשובות...


אוודאי געוויס און מיט רעכט צו דערמאנען שו"ת דברי יציב פון כ"ק הגה"ק מ[צאנז] קלויזענבורג זצ"ל וואס אין די זיבען בענדער זענען כולל 925 תשובות.
וואס דאס איז גאהר אסאך פאר אזא איינער, נעם אין חשבון זיין פיר שעה שחרית, יעדן טאג פארגעלערנט 2-3 שיעורים, זעקס כרכים מכתבי תורה, זייענע דרשות, זיינע תורה שבתים וכו' וכו', אין מט דעם אלעם צו קענען אהערשטעלן אזא מספר פון תשובות קומט איהם קרעדיט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 17, 2011 11:10 pm
דורך הסרפד
וויפול תשובות איז דא און שו"ת ישיב יצחק?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 19, 2011 6:21 pm
דורך אוהב חכמה
ישלהוסיף האט געשריבן:כדי דא ארויף צו ברענגען "נעמען" פון ספרי שו"ת , וואס דער נאמען איז לפי דער מספר התשובות ס'דא אין דער ספר, וזה החלי לפי ידיעתי:


דאס פארלאנגט א באזונדער אשכול, אבל יש להוסיף עוד:
בית יד (להמאירי) - י"ד ענינים.
בתי הנפש והלחשים - קש"ר בת"י הנפ"ש והלחשי"ם (1846) בתים.
קערת כסף - ק"ל בתים, לרמז על שלשים ומאה משקלה.
ספר הגן - ג"ן פרשיות.
הלל גמור - הל"ל פסקים.
תנא דבי אליהו - תנ"א תשובות.
תשואת חן - ח"ן תשובות.
שבט בנימין - שב"ט סימנים.
ספר התשבי - ביאור תשב"י תיבות.
רב פנינים (אלשיך על משלי) - ר"ב מוסרים.
מאמץ כח - כ"ח דרושים.
זרע אנשים - זר"ע תשובות.
מדרש תלפיות - תלפיו"ת מאמרים.
מנחת עני - תירוצים על ק"ל קושיות.
משיב שלום - שלו"ם תשובות.
קבא דקושייתא - קב"א קושיות.



צוריק צום ענין, ווי דער פותח האשכול האט אנגעהויבן, קענען זיין כמה סיבות אז ס'זאל זיין ווייניג תשובות אויך פון א מחבר וואס האט גאר אסאך געשריבן. לאמיר אויסרעכענען אפאר גדולים וואס זענען געווען מפורסם אלס גדולי המשיבים בזמניהם, אפגעזעהן צו זייערע ספרים רעפלעקטירן דאס:
דער ראגאטשאווער ז"ל. כידוע האט ער געשריבן תשובות לאלפים ולרבבות, ר' פנחס טייץ ז"ל האט געשאצט אז דאס דארף אויסצוקומען ארום 40-50 טויזנט! ליידער איז דאס רוב פארלוירן געגאנגען, און וואס נישט איז צוזייט און צושפרייט.
ר' יצחק אלחנן מקאוונא ז"ל. ער איז געווען ידוע אלס "דער" משיב בה' הידיעה אין ליטא און די מדינות ארום במשך צענדליגער יארן.
דברי מלכיאל. פון די לעצטע האלבע יאר משנות חייו אליינס איז געדרוקט הונדערטער תשובות. אין דברי מלכיאל ה"ח איז דא ארום 800 תשובות (כמדומה), אבער ער האט געלאזט נאך כתבי ידות.
ר' מאיר אריק ז"ל האט פארלוירן 5 בענדער תשובות ביים ערשטן וועלטס קריג, לויט ווי קורץ ער שרייבט איז דאס מסתמא גאר אסאך תשובות. (די צוויי בענדער אמרי יושר אנטהאלטן 406 תשובות, נאך 5 אזעלכע בענדער וואלט דאס געווען צוזאמען 1421 תשובות).
נאך צוויי וועלכע זענען געווען באוואוסט אלס גרויסע משיבים בזמנם ומקומם, זענען דער לבושי מרדכי ומהר"ש ענגיל.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 22, 2011 5:29 pm
דורך ישלהוסיף
ייש"כ פאר די טירחה כדי אונז מהנה זיין מיט די הוספות, אבער לויט ווי איך פארשטיי (אדער אפשר נישט) כאפט א שטיקעל נפק"מ אויב דער מחבר זעלבסט האט דאס אזוי א נאמען געגעבען אדער די מו"ל קינדער וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 22, 2011 6:24 pm
דורך ללמוד וללמד
כ'זעה הערשט יעצט דעם אינהאלטסרייכען אשכול. עס וואונדערט מיר ווי מען האט געקענט פארגעסן פון גאון ישראל וקדושו רבינו הנודע ביהודה מיט זיין 816 גאונישע תשובות וואס קערט איבער א וועלט.

אויך איז דא דער תבואות השדה/פרי השדה הגאון ר' אליעזר דייטש באניהאד'ע רב מיט זיינע 10 חלקים תשובות

מען האט אבער נישט ארויסגעברענגט איין פונקט לפענ"ד. תשובות האט מען דאך אוועקגעשיקט צום שואל און עס איז נישט געבליבן געסעיוו"ט אין די קאמפיוטער פאר דער נשאל אויף ארויסצושפייען ווען ער וויל מחבר זיין א ספר. א קאפי מאשין איז אויך דאן נישט געוועהן. וממילא זענען א סאך תשובות פארלארן געגאנגן אדער האט מען נישט געוואוסט צו וועם זיך צו מעלדן. מען איז נאר געבליבן מערווייניגער מיט די תשובות וואס דער נשאל האט בשעתו געשריבען אויף קארבאן פאפיר אדער איבערגעשריבן פאר זיך.

נאך איין פונקט דארף אין באטראכט נעמען אז עס זענען געוועהן גדולים וואס האבן זיך עמטליך באפאסט מיט משיב זיין לשואלים אבער זייער רבנות שטעלע איז לאוו דווקא געוועהן אויף א פארנעם. ווידעראום דער הייליגער חת"ס -צום ביישפיל, האט דאך זיינע תשובות געשריבן על גביו פון זיין ברייט פארצווייגטע עול הרבנות אין די גרויסע שטאט פרעסבורג ועל גבי זיין ישיבה.

נאכדעם זענען געוועהן אזאלכע וואס האבן זיך געשריבן מיט רבנים'לעך פון די געגענט כסדר איבער און איבער, און אנדערע וואס קענען אפשר האבן נישט צופיל מער תשובות זענען זיי אבער געוועהן מפורסם בכל העולם און מ'האט זיך געוואנדען מיט שאלות צו זיי מכל קצוי העולם.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 3:04 am
דורך אוהב חכמה
ישלהוסיף האט געשריבן:ייש"כ פאר די טירחה כדי אונז מהנה זיין מיט די הוספות, אבער לויט ווי איך פארשטיי (אדער אפשר נישט) כאפט א שטיקעל נפק"מ אויב דער מחבר זעלבסט האט דאס אזוי א נאמען געגעבען אדער די מו"ל קינדער וכו'


וועלכע פון די וואס כ'האב אויסגערעכנט האט נישט דער מחבר אליינס געגעבן דאס נאמען?
אפשר מיינט איר בלויז זר"ע אנשים, וואס דער חיד"א האט ארויסגעגעבן כתבי ידות פון פריערדיגע.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 11:02 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
אינטרעסאנט קיינער דערמאנט נישט הגאון ר' מנשה קליין זצ"ל שנלב"ע לפני כמה חדשים, וואס האט איבער געלאזט שו"ת משנה הלכות, דוכט זיך 16 בענדער מיט מסתמא טויזענטער תשובות דערינען

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 23, 2011 1:15 pm
דורך ישלהוסיף
טראכט גוט וועט זיין גוט האט געשריבן:אינטרעסאנט קיינער דערמאנט נישט הגאון ר' מנשה קליין זצ"ל שנלב"ע לפני כמה חדשים, וואס האט איבער געלאזט שו"ת משנה הלכות, דוכט זיך 16 בענדער מיט מסתמא טויזענטער תשובות דערינען


אמת, ער האט טאקע ארויס געגעבען 16 בענדער, אבער די דארפסט צו פארשטיין דא נאך א זאך, וואס מאכט גאר א גרויסע נפק"מ, דאס איז דריי פערטל פין די 16 בענדער זענען נישט אויף קיין שאלות ואס מען האט אים געשיקט דורך די פאסט וכיו"ב, נאר ער האט זיך געטראפען מיט א רב ביי א שמחה געשמועסט אין לערנען, דע נעקסטע טאג האט ער שוין געשריבען, נישט אז מען האט איהם אפילו אנגעפרעגט. אבער אנדערש איז ווען איינער שרייבט קרוב צו טויזענט אדער מער תשובות, אויף וואס מען האט איהם פרעזענדליך געפרעגט.


לאמיר נישט אויס לאזען דעם כ"ק בעל "שואל הדור" זיעועכי"א מיט די מערסטע שאלות...

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 12:40 am
דורך משען
כמדומני אז געשריבענע תשובות וואס איז דא געדרוקט, איז נישטא קיינער וואס קען זיך פארמעסטן מיט'ן שואל ומשיב. נישט נאר מיט די עצם צאל תשובות, נאר אויך מיט דער אריכות און עמקות פון רוב פון זיי (כ'פארגלייך נישט צווישן שואל ומשיב און רשב"א, אבער מ'פארשטייט וואס איך מיין).

געשריבענע ספרים איז אולי דא פון רבי שלמה קלוגער מער, ובפרט שיש עדיין הרבה שלא נדפס.

און כמובן זענען דא גדולים וואס זייערע כתבים זענען פארשווינדן, הן תשובות און הן חידושים, וואס חבל על דאבדין און מ'וועט קיינמאל נישט וויסן.

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 25, 2011 6:43 am
דורך msp
בכלל איז א גרויסע חסרון אין די ישיבי'שע וועלט
אז מען איז גארנישט מחשיב די שו"ת-ספרים
און די גדולי המשיבים
זיי ווייסען נישט פון א ר' יוסף שאול נאטאנזאהן אדער א ר' שלמה קלוגער
צו א בית יצחק צו א מהר"ש ענגעל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 18, 2012 11:43 pm
דורך ישלהוסיף
פון אונזער דור האט מען פארגעסן אויסצורעכנען הגאון הגדול האדיר רבי נתן גשטעטנער זי"ע בעל שו"ת להורות נתן, וואס האט אויך איבערגעלאזט נאך זיך א אוצר פון כתב ידות, אבער איבער טויזענט פינעף הונדרעט תשובות וואס ער האט משיב געוועהן פאר "שואלים", אין נאך עטליכע הונדרעטע תשובות וואס ער האט געשריבען פאר מחברי ספרי ספרים, אין תשובות וואס ער אפגעשריבען וואס מ'האט איהם געפרעגט בדרך אקראי אבער נישט געשיקט צום שואל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 19, 2012 4:24 am
דורך msp
קען איינער מיר מסביר וואס טוט זיך מיט שו"ת רבבות אפרים
זעהט זיך אויס ער האט עס איבערגעגעבען פאר א צווייטען דאס איבער צו דריקען
ווער איז דער?