בלאט 1 פון 1
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 1:42 am
דורך קרעמער
קודם כל שלום עליכם
בנוגע שטיינזאלץ, איז לעצטנס געווען באשריבן אז ער האט געמאכט א סיום אויף זיין ש"ס, מכלל איז געדרונגן אז ער לעבט נאך..
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 8:29 am
דורך TAG
די מערכה איז געקומען פון די ליטווישע קרייזען וועלכע האבען געמיינט מיט די מערכה חב"ד מיט אלע אירע פעולות וואס הרב שטיינזאלץ איז פון זייערע בעלי תשובה. אנגעוויזען האבען זיי אויף געוויסע שטיקלעך אין די ביאורים אז עס איז נגד די השקפה הטהורה.
למעשה האט די עדה החרדית נישט געוואלט ארויס געבען אן איסור וועגען פארשידענע סיבות ואכמ"ל און זיי האבען געזאגט אז מ'קען ארויס נעמען די פראבלעמאטישע שטיקלעך אן שלום על ישראל.
א טייל פון די טענות איז געווען אז מ'איז מגשם די גמרא און עס וועט צוריק האלטען פון מענטשען צו לערנען בעיון, למעשה יענע רבנים האבען דאס נישט געטאהנט ווען די מהדורא שוטנשטיין איז ארויס געקומען.
רוב פון די ביאורים זענען געשריבען געווארען דארעך הרב שטיינזאלץ זעלבסט, אבער ער האט געהאט אסאך מענטשען וואס האבען געהאלפען מיט די בירורים און פארשטייט זיך מיט די הגה"ה וכדומה.
גילוי נאות: איך האב געארבעט אויף די פראייעקט פון די מהדורא דף מול דף (מהדורת ווילנא).
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:03 pm
דורך קארל
חרס הנשבר האט געשריבן:מעג מען שרייבען אויף אים הרב.. ?
במקום ספק נעמסטו אן "שב ואל תעשה עדיף"?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 12:05 pm
דורך קארל
TAG האט געשריבן:א טייל פון די טענות איז געווען אז מ'איז מגשם די גמרא
די טענה פון די אוסרים איז געווען אז הרב שטיינזאלץ איז אין זיין פירוש מגשם די תנאים ואמוראים מיט'ן צושטעלן צו זיי מענטשליכע באגריפן.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 2:54 pm
דורך קארל
חרס הנשבר האט געשריבן:כמיין אז עס איז געווען און אנדערע ביכעל וואס ער האט ארויס געגבן נישט און די גמרא ריכטיג ?
מען האט געהאט טענות אויף פארשידענע זאכן וועלכע זענען דערמאנט געווארן אין די ביאגראפיעס וועלכע זענען אריינגעדרוקט אין דער גמרא זעלבסט. עס איז אויך געווען א שטורעם איבער זאכן וואס ער האט געשריבן אין זיינע ביכער.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 4:31 pm
דורך נאפאליאן
און אז מען רעדט שוין...
וואס איז געוועהן די פראבלעם מיט די פעטרישקע משניות? אויך זהות המחבר? אדער פירושו...
נאכדעם וואס קהתי האט עס גע'גנבעט און איבערגעמאכט אויף עברית המדוברת, איז דאך גאר פארשטענדליך דעם איסור, איך רעד אבער פון די אידישע פעטרישקע.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 4:40 pm
דורך נאפאליאן
בנוגע צו שטיינזאלץ; אין די אפיציעלע קול קורא משנת תשמ"ט שטייט בזה"ל
בס"ד
הובאו לפנינו חיבורים מהמחבר עדין שטיינזלץ תלמוד מנוקד, התלמוד לכל, וסדרת ספרים "אוניברסיטה משודרת", ובהם פער פיו בקדושי עליון התנאים והאמוראים והשופטים והנביאים וכו´ ועד האבות הקדושים שילח לשונו בדרכם של המשכילים הזכורים לדראון.
אוי לעיניים שכך רואות
הרינו למלאות בזה את חובתנו ולמחות
מחאה נמרצת אשר תשמע מסוף העולם ועד סופו
על העמדת צלם בהיכל, בחילול קדושת חכמינו זכרונם לברכה האמוראים התנאים ולמעלה בקודש עד האבות הקדושים ע"ה.
ולקהל עדת ישראל די בכל אתר ואתר אנו פונים לאמר, כל אשר עמדו רגליו במעמד קבלת התורה ימהר ויחוש לבער את חיבוריו. צא טמא תאמר לו.
ובזכות "ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם" יתקיים בנו "והייתם קדושים לאלקיכם". ובמהרה דידן תמלא הארץ דעה את ד´ כמים לים מכסים, במהרה בימינו אמן.
ובאנו על החתום, ימי בין המצרים תשמ"ט, יהפכם ד´ לששון ולשמחה.
אברהם יעקב זלזניק. חיים קנייבסקי, אהרן יהודה לייב שטיימן, מיכל יהודה לפקוביץ.
און דא האט איר א בריוו פון הרב אלישיב פון יענע יאר.
ב"ה מוצש"ק דברים תשמ"ט
הואיל ובחוברות "תלמוד לכל" ו"דמויות במקרא" ישנם דברים נוראים של זלזול באבות הקדושים, וברבותינו התנאים והאמוראים, ופגיעה ביסודות תושבע"פ הרי מן הדין כל ספריו של אותו מחבר בחזקת איסור הם עומדים.
לכן הנני מצטרף לדעת גדולי ישראל שליט"א שהוציאו איסור על ספריו.
וע"ז באעה"ח –
יוסף שלו´ אלישיב
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 4:43 pm
דורך נאפאליאן
הרב שטיינזלץ באמצע עריכת ש"סו
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 4:55 pm
דורך נאפאליאן
דא האט איר דעם ספר וואס האט אים הויפטזעכליך קאנטערווערסיאירט; העיון בספר לא על אחריותי, והבוחר יבחר..
ספר אישים בתלמוד-שטיינזלץ, מקור הסערה
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 4:55 pm
דורך מי יודע
איך האב געפונען צווישן מיינע ארכיוון א בריוו וואס רביה"ק בעל ברך משה זי"ע האט בשעתו ארויסגעגעבן, אויב איך האב נישט קיין טעות איז עס געדרוקט אין ספר תורת אמך
בס"ד
יום ד' לסדר ולא ידבק בידך מאומה מן החרם למען ישוב ה' חרון אפו ונתן לך רחמים ורחמך וגו' תשמ"ט לפ"ק
פה קרית יואל יצ"ו
אל אחינו בני ישראל זרע אמונים ההולכים בדרכי אבותינו ורבותינו הקדמונים, ולא יתערבו את שונים, ה' עלינו יחיו.
חם לבי בקרבי בהגיגי תבער אש, עצור במילין לא אוכל, אחרי אשר הראה לי אמש ידידי הגאון האדיר סוע"ה מוה"ר חיים קרייסווירטה שליט"א גאב"ד אנטווערפען יצ"ו, תכריך כזבי"ם שחיבר והדפיס אחד בשם עדין שטיינזאלץ ובהם חירף מערכות אלקים חיים ושלח לשונו לשון מדברת גדולות לדבר סרה דברי מינות ניאוץ וכפירה להפוך ולקעקע ח"ו יסודות תורתינו הקדושה תושב"כ ותושבע"פ.
והנה זה שבועות אחדים הנני כלוא בבית סובל יסורים, ולא נודע לי פשר הדבר עד הנה, ובקראי בהם שנים ושלש דלתות ראיתי אשר פער פיו לבלי חק על קדושי עליון האבות הן הן המרכבה ודיבר תועה בנביאי האמת והצדק וברבותינו התנאים והאמוראים אשר מפיהם אנו חיים, וקורא אני עליו ויהיו מלעיבים במלאכי האלקים ובוזים את דברו ומתעתעים בנביאיו וגו', והנה לא ידעתי את נפשי מרוב שיחי וכעסי ולא יכולתי לתת שינה לעיני ולעפעפי תנומה בשמעי כי כמה שנים שהספרים הללו וגם הש"ס שמו"ל בשם הש"ס המנוקד והמבואר מופצים ונמצאים בבתי ישראל, שומו שמים על זאת אוי לדור שכך עלתה בימיו, הלא זה האיש העיד על עצמו יותר ממאה עדים כי מוחו ולבו מלא וגדוש ארס הכפירה והמינות וראוי לברות ממנו ומחבוריו כבורח מפני הארי, כי בקרבו טמון ארבו וארסו ארס המזיק.
אי לזאת הנני לגלות דעתי דעת תורה לכל הסרים למשמעתי כי כל ספריו של עדין שטיינזאלץ דינם כספרי מינות, ואיסור גמור הוא להחזיק בבתי ישראל את הש"ס שלו וצא תאמרו לו מבתי כנסיות ומבתי מדרשות, ואף לא יראו ולא ימצאו אצל מוכרי ספרים והמוכרם מכשיל את הרבים, ולהזהיר גדולים שלא ישתמשו בש"ס זה כי בנפשם הוא.
והנני מוחה בזה בכל כוחי על עלבון התורה וחילול כבודו יתברך וכבוד אבותינו ורבותינו שרפי מעלה, וקורא אני בזה לכל אשר בידו למחות להתריע ולהרים כשופר קולו נגד נגע המינות אשר פשה ולעזור בעוד מועד שלא ימצא עוד בגבול ישראל ספרים הנ"ל, והשי"ת יערה עלינו רוח טהרה ממרום.
הכו"ח בצער ובכאב למען כבוד השי"ת ותורתו הקדושה
המצפה להרמת קרן התורה וישראל
חתי"ק
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 5:03 pm
דורך נאפאליאן
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 5:19 pm
דורך מאטקע
וואס איז מיט דעם אז ער האט משנה געווען צורת הדף? האט מען איהם אויף דעם אויך קריטיקירט?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 5:23 pm
דורך מי יודע
יא! דאס איז געווען איינער פון די טענות
הגם אם כי עפר אני תחת כפות רגליהם פארשטיי איך נישט די טענה, אפשר קען מיר איינער ביטע מסביר זיין דעם פראבלעם
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 02, 2011 6:32 pm
דורך farshlufen
איין פרט, ער איז געבוירן און אויפגעצויגן געווארן ביי עלטערן נישט קיין שומתו"מ.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 2:50 am
דורך TAG
א טייל פון די רבנים פון די עדה החרדית האבען געטעהנט אז ס'איז טאקע דא געוויסע אמת אין טענות פון די ליטווישע גדולים, אבער מ'דארף דן זיין יעדע זאך לגופו של ענין בפרט אז עס רעדט זיך פון א בעל תשובה און א בריוו אקעגן א השקפה ענין בתורת איסור וועט האבען א שלעכטע השפעה אויף די בעלי תשובות בכללות. אנדערע האבען געטעהנט אז עס איז בכלל נישט געווידמעט פאר די היימישע עולם און כל זמן אז ס'איז נישטא דארט קיין קלארע ביאורים וואס איז נגד השקפה האט נישט קיין פשט עס צו אסר'ן, און מ'טאר נישט מדמה זיין איין חיבור צום אנדערען פון די זעלבע מחבר בפרט אז קיין אפענע אפיקורסות איז נישטא צווישען זיינע ספרים, נאר עס איז מער מחיסרון ידיעה והכרה אין די הלוך ילך פון די ארטאדאקסישע קרייזען.
די ליטווישע טענה אז עס איז נישט צורת הדף, האט זיך אויסגעדריקט איינער פון די אנפירערס פון די עדה, אז ער איז נישט זיכער אז דער וואס האט געמאכט די ווילנא צורת הדף איז געווען פרומער ווי שטיינזאלץ...
למעשה די לעצטיגע מהדורה וואס שטיינזאלץ האט ארויסגעגעבען איז יא צורת הדף, און די מהדורה איז שוין געווען געדריקט (אן די ביאור) פאר איבער 20 יאר צוריק דארעך הרב אהרן בלום פון תולדות אהרן (צוזאמען מיט הרב יחזקאל פויגעל), און עס איז דווקא שיין און קלאר נאר דעמאלטס האט נאך וואגשאל געהאט די כח צו צוריק האלטען די הפצה פון יענע ש"ס (אין א בחינה וואס עוז והדר האט געטוהן מיט וואגשאל...)
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 03, 2011 8:57 am
דורך imzist
זעט אויס, אז על דאטפת אטפוך...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 05, 2011 2:00 am
דורך TAG
איך האב געשריבען וועגען די עצם ש"ס, פארשטייט זיך אן די ביאור.
למעשה איז קיין איסור קיינמאל נישט ארויס געקומען.