בלאט 4 פון 4

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 08, 2011 6:01 pm
דורך מילכיגער
יהיה כן האט געשריבן:ומאידך גיסא, האב איך מורא, אז בזמנינו אז לערנען איז געווארן אזא גרינגע זאך, מי יודע אויב מען וועט נישט גרינגער נענש ווערן פארן נישט לערנען........
זאגט מיר איינער וועלכער האט באקומען אן אייפאד אנגעפילט מיט שיעורי תורה, זאגט ער מיר, כ'האב תיכף ומיד אלעס ארויסגעטראסקעט!, כ'וויל נישט מען זאל מיך שמייסן אויף יענע וועלט, אויב האסטו געהאט די גאנצע תורה אין קעשענע פארוואס האסטו נישט געלערנט יעדע פרייע סעקונדע........


כאילו מ'קען נישט שמייסן פארן אויסמעקן דעם IPOD...

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 9:54 am
דורך ביקסאד
יאך זעה אז דער שנירל האט זעך געגעבען אזוי א בייג אריבער צו דעם ענין פון ספרים פאר-פאסט בדרך קיצורי הלכות און מורה הוראות וועלכע פסק'ענען פון זיי.



שמעתי פעם מבעה"ב אחד שהיה בשנת האבל והלך למורה הוראה לשאול שאלה, ראה שהמורה הוראה הוציא את הקיצור דברי סופרים,
אז אמר אויף נאך צו זוכן און קוקן אין דברי סופרים קאן עך אליין, דארף עך זעך נישט מטריח זיין צו גיין פרעגן, הלך וקנה את הדברי סופרים והקיצור,
פסק'ענט זעך אליין, דארף נישט מטריח זיין נישט זיך און נישט דעם מורה הוראה.


אבל . . .


שמעתי (מן הסתם קאן מען עס נאך זוכן) שהמהר"ם א"ש ציוה לבנו שאם יהיה רב בעיר אחת יחזיק בהשטענדער שלו בביהמ"ד ספר ? ? ? על הלכות קריאת התורה,
שאם יתהווה באמצע קריה"ת שאלה של טעות או ימצאו פסול וכדומה יהא לו מן המוכן ספר שיוכל ממנה לפסוק על אתר,
ולא שיצטרך להתחיל אז לחקור ולדרוש מן המקורות, ה"ה השו"ע והנו"כ.

אולי כתוב שם הטעם למה, אבל בפשטות תלוי בשני דברים : א. טירחת הציבור, ב. כבוד התורה, ו/שלא ייראה בעיני ההמון כע"ה שלא למד את ההלכה מעולם.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 11:23 am
דורך מיללער
מסתם הכוונה להספר 'שערי אפרים' להג"ר אפרים זלמן ז"ל.
http://www.hebrewbooks.org/35730

כבוד הרב מבקיסאד שליט"א, ברוך שובך לאהלינו, ראות ניקך לא פיללתי!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 25, 2012 2:25 pm
דורך להבין שמועות
אודה ולא בוש אז איך בין א גרינער און איך האב נאך נישט געהאט קיין צייט אדערך צו קוקען דעם גאנצ'ן אשכול כ'האב נאר געזעהן וואס ביקסאד האט געשריבען, ליידער הייב איך נישט אהן פארשטיין וואס איר רעדט
פארוואס האט די רמב''ם געמאכט זיין ספר? אז ר' חיים זאל זאגען שטיקלעך תורה אויף דעם??? [פארשטייט זיך נאך דעם וואס עס איז דא און מען פארשטייט נישט, איז א ודאי מצוה ליישב דבריו] וואס האט די מחבר געמאכט?, און די טור? גיי ארויף צו די רי''ף? ואח''כ הרא''ש? וכו' לדעתי לדעתי זיינען זיי געקומען לייכטער מאכען מ'זאל וויסען קורץ און שארף בסדר מסודר את המעשה אשר יעשון, אין לי זמן להאריך אבער טאמער וואלט געווען אייוועלט און די צייט פון רמב''ם וכו' וואלט ביקסאד געשריבען כדלהלן
ביקסאד האט געשריבן:שמעתי פעם מבעה"ב אחד שהיה בשנת האבל והלך למורה הוראה לשאול שאלה, ראה שהמורה הוראה הוציא את הקיצור של הרי''ף [או הרמב''ם טור וכו'],
אז אמר אויף נאך צו זוכן און קוקן אין רי''ף קאן עך אליין, דארף עך זעך נישט מטריח זיין צו גיין פרעגן, הלך וקנה את הרמב''ם וכו' והקיצור,
פסק'ענט זעך אליין, דארף נישט מטריח זיין נישט זיך און נישט דעם מורה הוראה.
.

קוק אביסעל די הקדמה פון רמב''ם וועסטו זעהן וואס די ציהל איז....

כן נראה לענ''ד

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 17, 2013 12:13 pm
דורך פריילאך
גמרא לייענערס?

אין א שמועס וואס דער צאנזער רבי שליט"א האט געגעבן פאר צענדליגער ראשי
כוללים, האט דער רבי אדרעסירט פארשידענע שאלות וואס מען האט לעצטענס
אנגעפרעגט, און געענטפערט על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

איינע פון די שאלות איז געווען איבער יונגעלייט וועלכע ווילן אנקומען אסאך אין די
לימודים, און דעריבער ווילן זיי לערנען אין די גמרות וועלכע קומען מיט אַן ערקלערונג.
דער רבי האט איבעראשט מיט זיין ענטפער, אז די סארט גמרות זענען נישט געמאכט
פאר תלמידים און יונגעלייט. "איך האב דאס שוין געזאגט עטליכע מאל, אז די גמרות
זענען א תועלת פאר בעלי-בתים אד"ג, וואס אנדעם וואלטן זיי בכלל נישט געלערנט,
אבער פאר די בני תורה, סיי אין ישיבות און סיי אין כוללים, איז דאס א חסרון, ווייל
דורכדעם וואס מען געוואוינט זיך איין צו לערנען אין אזא גמרא, פארגעסט מען און מען
פארלירט די מעגליכקייט אליין צו פארשטיין די גמרא, און מען וועט זיך שוין קיינמאל
נישט קענען מוטשענען אויף די ווערטער פון תוספות, און אויב וועט מען זיך געפונען
אויף אַן ארט וואו עס זענען נישטא אזעלכע גמרות, וועלן זיי נישט קענען לערנען.
"מען קען אנרופן די וועלכע נוצן די גמרות, אז זיי 'לייענען' גמרא און נישט 'לערנען',
ווייל אלעס איז גרייט פאר זיי און זיי דארפן זיך בכלל נישט אנשטרענגען צו פארשטיין.
ביי אונז אין די היכלי התורה האב איך נישט קיין חשק אז מען זאל אריינברענגען די
דאזיגע גמרות. אז מען וויל אמאל נאכקוקן א טייטש פון א ווארט, אדער נאכקוקן א
מקור אדער נאכדעם וואס מען האט שוין געלערנט די גמרא וויל מען זען צי מען האט
עס גוט פארשטאנען, דעמאלטס קען מען עס נוצן. און בדיעבד אויך אויב מען וויל
לערנען אַן ענין וואס איז ניי פאר אים, ווי מסכת מדות אדער שקלים אד"ג, וואס אויך אין
זיי דארף מען זיך מוטשענען אליין, אבער דאך קען מען נוצן הילף.

"איך אליין האב קיינמאל נישט אריינגעקוקט אין די גמרות, ביז א איד האט מיר
אמאל געוויזן אַן ענין וואס ווערן געברענגט דארט אין די הערות, און דאן האב איך זיך
איבערצייגט אז עס האט גוטע זאכן אויך פאר בני תורה... אבער עס איז נישט ריכטיג אז
דאס גאנצע לערנען זאל זיין אין די גמרות, און איך וועל זיך וואונדערן אויב איך וועל
הערן אז עס זענען דא וואס האלטן אנדערש.

"אזוי אויך דארף מען וויסן, אז ווי מער מען מוטשעט זיך און מען לייגט אריין כח און
מח צו פארשטיין, אלץ מער געדענקט מען. און דאס וואס מען האנדלט איין
גרינגערהייט, גייט אוועק גרינגערהייט. מען פארגעסט עס שנעל."
-דער אוצר

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 19, 2013 8:12 am
דורך msp
דברים כדרבונות

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 9:54 am
דורך שמעלקא טויב
כ'מיין כ'האב עס שוין אמאל געשריבן ערגעץ אויפ'ן וועלט'ל פון א ראש ישיבה אז דער גמ' איז ווי א GPS, מ'קומט אן אבער מ'דערלערנט זיך נישט דעם וועג!

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 12:26 pm
דורך מי יודע
לאמיר דיר פאארכעטן שמעלקי
ס'איז ווי א GPS, אבער אפילו מיט א GPS קען מען זיך דערלענען דעם וועג ווען מען פארט דארט יעדן טאג, ס'נעמט נאר לענגער, והוא הדין מיט די גמרא

איך רעד פון עקספיריענס (מיט GPS, און איך לערן אויך אין די גמרא'ס...)

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 20, 2013 1:06 pm
דורך farshlufen