זיס האט געשריבן:אידן זענען אנגעקומען קיין פרס און תימן, שוין נאכן ערשטן בית-המקדש, בזמן התנאים, שפעטער איז מען אויך געווען אין מצרים און שוין אפגערעדט רוים וואו עס איז געווען פארפלייצט מיט אידן. אין די אלע לענדער זענען אויך געווען תלמידי חכמים און מסתמא איז אויך געווען בתי מדרשים וואו מען האט זיך מפלפל געווען בהלכה. למעשה איז פון דארט קיינמאל קיין ספר נישט ארויסגעקומען, לכאורה נישט צוליב אמעראצעס, נאר ווייל עס זענען נישט געווען ווער עס האט געזען פאר וויכטיג דאס צוזאמענצונעמען, אדער ווייל זיי האבן אנגעהאלטן די מסורה אז עס דארף בלייבן תורה שבעל פה.
יעצט מיין שאלה:
אפשר איז פאראן א גאנצע חלק פון ש"ס וואס פעלט ביי אונז... אפשר איז פאראן נאך א גאנצע "תלמיד-פרסי", "תלמיד-תימני", "תלמיד-מצרי", און "תלמיד-רומי", וואס וואלטן ווען געקענט ארויסקומען, מיט אלע הלכות, וויכוחים, פלפולים, פון די ארטיגע תלמידי חכמים און אלעס וואס האט זיך אפגעטאן בין עמודי דגירסא פון יענע לענדער? - נאכמער; אפשר איז פאראן נעמען פון תנאים, אמוראים, פון יענע תקופות וואס האבן בשעתם געדרייט א וועלט מיט זייערע שארפקייט און הלכות, און מיר ווייסן ניטאמאל אז זיי האבן עקזיסטירט? - אמת, אין חז"ל געפינען מיר שוין א רבי שמעון התימני, מסתמא איז ער ארויפגעקומען פון תימן קיין ארץ-ישראל, אבער וואו זענען די אנדערע תנאים און אמוראים פון תימן?
איך בין נייגעריג אויב עס איז בכלל שייך אזא זאך...
(נ.ב. אפשר וועלן נאך ארכילאגן אמאל מגלה זיין אוצרות...)
זיס האט געשריבן:ליינט איבער די ערשטע שאלה וועט איר זען, אז מען רעדט אפילו נישט דוקא פון תימנים, מען רעדט פונקט אזוי פון מצרים, יוונים, און סורים. די שאלה איז, אז פונקט ווי אין בבל זענען געווען בתי מדרשים וואו מען האט געלערנט תורה, און שפעטער זענען געקומען מסדרים און מסדר געווען די שיטות און ארויסגעגעבן דערפון דער תלמיד בבלי, פונקט אזוי זענען געווען בתי מדרשים אין סוריא און אין מצרים, און אויך אין תימן. די שאלה איז וואו זענען זייערע תורות? - זיי האבן דאך אויך פארמאגט גאונים, אבער זייערע דרשות זענען קיינמאל נישט געדרוקט געווארן. איז פאראן עפעס כתבים פון זיי?
זיס, די זעלבע קאנסטו פרעגן אויך אויף די לענדער
אשכנז [דייטש-לאנד],
ספרד [שפאניע] און
צרפת [פראנקרייך] אוואו אידן האבן זעך געפונען פון סוף זמן בית שני [נישט אויס געשלאסן אויך פריער] אוואו געפונען זעך די חידושי תורה פון יענע יאהרן ביז די סוף תקופת ה
גאונים ?
אגב, רבי סעדיה גאון איז געבוירן אין מצרים אדער גאר תימן.נאר מוז מען איין זעצן פשט אז אפילו עס קאן זיין אז עס האבן זעך געפונען רוחניות'דיגע וועג-ווייזער אין די אלע מקומות, מיט עליות וירידות במשך התקופות, אבער קיין תורה צענטערן זענען זיי נישט געווען.
- - -
אוואו עס זעהט אויס איז טאקע פון
איטאליע פאר-שפרייט געווארן די תורה לערנען און געוואנדערט קיין דייטש-לאנד, אבער עס פרעגט זעך דאך אוואו איז אהין געקומען די חידו"ת פון די אידן אין דייטש-לאנד פון די פריערדיגע יאהרן, אויב עס איז געווען.
דייטש-לאנד - פראנקרייך איז געווארן א תורה צענטער בערך אין די זעלבע צייט אוואו שפאניע, בעיקר אן געהויבן מימי
רבנו גרשום מאור הגולה, וועלכע איז געווען אין די זעלבע תקופה אוואו די וועלט בארימטע
פיהר געפאנגענע, כאטש מען קאן אן צייגן אז עס האבן עקזעסטירט ישיבות אין שפאניע שוין אביסל פריער.
מען קאן אויך פרעגן אויף די חידו"ת פון די אידן אין בבל אין די שפעטערדיגע יאהרן, נאך די תקופה פון די גאונים ביז בערך צו די יאהרן פון סוף תק"ך.
אבער אויף די ספרים, פיוטים וחידו"ת פון די אידן אין תימן, פרס און איטאליע איז מן הסתם נאך די שווערסטע צו פאר-שטיין, חוץ אז מען מוז אן נעמען אז מען האט דאס פאר-לענדט, יעדע מקום וועגען איהרע הערשער, מוסלעמענער צו קריסטן.
- - -
קאן טאקע זיין אז עס וועט נאך אפיהר קומען עפעס א אוצר ענדליך צו די
קאהיר גניזה פאר די לענדער, אולי יחוס ויקויים יפוצו . . .