בלאט 1 פון 1
ספרי ר' יקותיאל ארי' קאמעלהאר-בעמ"ח דור דעה ושא"ס
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 2:54 pm
דורך נאפאליאן
עס ווינדערט מיר אז עס איז נאכניש פארהאן א געהענגל אויף דעם אדם גדול, דער גרויסער ידען וסופר, דער חסידישע שרייבער, און פרומער געלערנטער יוד ווי עס איז געוועהן הרב קאמעלהאר.
הרב יקותיאל ארי' האט געשריבן א רייע וויכטיגע ספרים, ווי "דור דעה" און "משרתיו אש לוהט" און נאך פילע ספרים ווי חדוותא דשמעתא און אם לבינה.
ער איז געבוירן און געוואקסן אין א חסידישע שטוב, און מיט זיין ריזן מח האט ער עספיעט אין זיינע זעקס און זעכציג יאר צוזאמען צו שרייבן א געוואלד, חסידים פון פוילן ווי ער האט געוואינט האבן אויף אים געקוקט מיט א קרום אויג מחמת זיינע ווערק, וואס איז געשריבן מיט א העכערע לשון קדש, און מיט א משהו אויפגעקלערטער קנייטש, אבער אין ווארהייט איז ער געוועהן גאר פרום, און אפילו חסידיש.
ער איז געוועהן א מין אינטערעסאנטע מיזוג פון א רבניש געשטעל פון א חסידישן שטאם, און מיט קענטעניסן ווי א רב מטעם וואס האט שטודירט אין גימנאזיעם.
גאר גאר א רייכע ארבעט, און מער פון דעם א געלונגן שטיקל גאונות דערקענט זיך אין זיין גרויסע ווערק "התלמוד ומדעי תבל" ווי ער נעמט צוזאמען פון גאנץ ש"ס אלע מקומות ווי עס דערקענט זיך חז"ל הק' וויסנשאפטליכע קענטעניסן, און ער גייט דורך אלע חכמות פון אוסטרוסטתיקה ביז בוטניקה און ביוטומיא און נאך מער פון הונדערט חכמות צייגט ער אן אין חז"ל, עס איז א מערקווירדיגער ארבעט און שטארק באלערנד.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 3:10 pm
דורך פונקטליך
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 4:23 pm
דורך בן בוזי
הרב קאמעלהאר איז דאכט זיך געוועזן א דזיקובער חסיד, ער איז אפילו געווען פאר א שטיק צייט דאהי אין אמעריקא און משמש געווען ברבנות אין איינע פון די קהלות אשר לא זכור לי לע"ע.
עס איז פארהאן דער ספר הצופה לדורו פון הרב יהושע מונדשיין בתולדות אדם הגדול בענקים.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=31556&pgnum=1
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 8:23 pm
דורך ביקסאד
נאפאליאן האט געשריבן:הרב יקותיאל ארי' האט געשריבן א רייע וויכטיגע ספרים, ווי "דור דעה" און "משרתיו אש לוהט"
די צוויי בענדער משרתיו אש לוהט זענען א ליקוט פון זיינע ספרים אויס געשטעלט מיט באשרייבונגען פון די גאו"צ, לויט דעם סדר א"ב פון זייערע נעמען.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 15, 2010 8:26 pm
דורך ביקסאד
דעם ספר
מבשר טוב תולדות הכהן מ'רימאנאוו, האט ער ארויס געגעבען פון די כת"י פון זיין פאטער רבי גרשון.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 3:30 pm
דורך אוהב חכמה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 21, 2011 3:52 pm
דורך תרנגול
איז פאראן דער משרתיו אש לוהט ערגעץ אנליין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 10:51 am
דורך מיללער
א מודעה איבער צוויי דרשות פון רי"א קאמעלהאר, די מודעה קומט פון JTS זיי האבן נישט דעם יאר פון די מודעה און זיי שרייבען אז די דרשות איז געווען אין סטאניסלאב, איך מיין אבער אז עס איז נישט ריכטיג, מ'ברויך וויסען ווי עס איז געווען א ביהמ"ד בשם 'קובע עתים לתורה' פון די צווייטע דרשה אין 'ביהמ"ד דחוץ לעיר' דאכט מיר אז מ'רעדט ענדערש פון לעמבערג.
העמיר הערן חוות דעתם של החברים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 12:10 pm
דורך למעלה משבעים
מיללער לכאורה ביזטו גערעכט, זע דא (צווייטע קאלום צווייטע שטיקל)
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 6&pgnum=40 אז אין לעמבערג איז געווען א שיל מיטן נאמען קובע עתים לתורה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 15, 2011 8:11 pm
דורך מאטקע
חוץ לעיר איז א סימן מובהק צו לעמבערג.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 3:20 pm
דורך להבין שמועות
תרנגול האט געשריבן:איז פאראן דער משרתיו אש לוהט ערגעץ אנליין?
כ'האב לעצטנס געליינט אביסעל די אנדערע ספרים וואס איז דא אויף היברו בוקס, ס'ממש זיך צו באלעקן איינס נאכען אנדערן, קאן מען דעם משרתיו אש לוהט ערגעץ געפונען אנליין? אז נישט ווי קאן מען עס באקומען?
ואיידי דאיירי כ'האב יעצט דורך געקוקט זיין תשובות ספר חדוותא דשמעתא האב איך באמערקט און סי' כ''ו אות א' כ'בין ממש אויף געשאקלט פון זיין סברא דהא דמין במינו בטל ברוב שחייבין אנו לקיים מצות עשה דאחרי רבים להטות ואיכמ''ל שהוא הפלא ופלא עיי''ש ותמצא נחת [הגם שחי' במין בשאינו מין אמרתי ג''כ ואפשר דתלוי בפלוגתת הרשב''א והר''ן בהא דנוטל''פ מותר ואיכמ''ל], איך שטיי און שטוין ווי פאסט פאר אזא פילוסוף, עי' בספרו התלמוד ומדעי התבל, ווי פילוספיש ער לערנט די סוגיא פון קלוטה כמי שהונחה דמיא, בהקדם ביאור ענין המקום מהו עיי''ש, זאל זאגען אזעלכע פוילישע? תורות ער איז ממש געווען א כלבוניק!
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 07, 2012 5:02 pm
דורך להבין שמועות
כ'בין אויך מוראדי'ג נתפעל געווארען פון וואס ער שרייבט און "דור דעה" דף יב:, אז די וועלט איז אייביג געווען איינגעטיילט און צוויי סארט גדולים ושומרים אויף כלל ישראל, א' מגיני התורה ב' מגיני אמונה, און ער הייבט אהן ממש שוין פון חז''ל ס'דא תנאים ואמוראים וואס ווערען בעיקר געברענגט און אגדות חז''ל, דאס רופט ער מגיני אמונה, און ס'דא וואס זיינען בעיקר און הלכה דאס זיינען די מגיני התורה, און אזוי אויך ביי די גאונים ר' סעדיה גאון האט זיך מוסר נפש געווען אויף די אמונה פון כלל ישראל און די בעל הלכות גדולות אויף די הלכה וכו', א חוץ ממש יחודים אזוי ווי די רמב''ם וואס האט מיט איין האנט געהאלטען די מורה נבוכים אגרת תימן וכו' צו שטארקען די אמונה ביי כלל ישראל און די אנדערע האנט די יד החזקה פי' המשניות וכו' צו האלטן די תורה,
אזאך וואס איך טראכט שוין יארען- שרייבט ער מיט עפעס אזא מין פשטות, כ'על מסביר זיין במה דברים אמורים כ'ווייס נישט פארוואס אבער מאיזה סבה שהוא, זיינען חסידים [שטיל גערעדט] קאמפלעקס''ד בלע''ז און פראבירען א גאנצע צייט אויף צו ווייזען אז די חסידישע גדולים [רביים] קאנען לערנען, נאר מ'זאגט כל מיני תי' אז מ'האט נישט געוואלט ארויס ווייזען און מ'האט כל מיני ראי' כגון די בעל התניא מיט די מעזריטשער מגיד תולדות וכו',
עד כדי כך כ'האב געהערט אמאל פון אזא געווארענע חסיד, וואס ווי פארשטייט זיך אז פון איין זייט איז זיין גאנצע חינוך פון אלס קינד געווען אז גדלות האדם ווענדט זיך און די ידע, נאר לחומרא איז ער געווארען א חסיד ווייל ס'דא פארשידענע מצות וואס חסידים האבן דקדוקים וכו', האט ער געזאגט שבועות, אזא קרעפל פשעטיל הערט אייך גוט צו, וזה לשונו אז וועגען דעם איז די בעש''ט נסתלק געווארען שבועות צו ווייזען אז א חוץ זיין גרויסקייט און געוואלדיגע מדריגות און קדושה איז ער געווען א גרויסע למדן ע''כ דברי שטות,
[הגם כ'פארשטיי בכלל נישט וואס שבועות האט מיט לומדות כאלו קבלת התורה מיינט לערנען תורה, לעצטנ'ס האב איך געהערט א שיעור פון א געוויסע ליטווישע ראש ישיבה האט ער מסביר געווען קבלת התורה=לערנען תורה, האב איך געפרעגט כ'פארשטיי נישט, און מעמד הר סיני רעדט מען גארנישט פון לערנען קיין איינס פון די עשרת הדברות איז נישט לערנן מרעדט פון אנכי ולא יהיה לך אמונה והיתם לי סגולה וכו' און כ'רעדט פון די פשטות הפסוקים אפי', קיינער זאל מיר נישט שלעכט פארשטיין א ודאי איז תורה די גרעסטע דבקות וכו' כמבואר בתניא והרבה ספרים ובזוה''ק דע''י מצות זוכה לרוח ובתורה לנשמה ואיכמ''ל נאר זיי רעד'ן פון א אנדערע תורה בכלל, יענער ראש ישיבה האט געוואלט מסביר זיין ווי מ'קען אויסגיין פאר א "סברא", נעבעך ער האט קיינמאל נאך נישט געהערט אנדערע סברות ווען ער וואלט געהערט א חכמה פון אריסטו הבנה און רעלאטוויטי פון איינשטיין וואלט ער אויך אויסגעגאנגן, אויב ער גייט אויס וועגען קדושת התורה טא ז'שע פארוואס גייט ער נישט אויס פון תפלין אהבת השם וכו' כ'האף אז מ'פארשטייט כי אין לי כח להאריך כ''כ],
עכ''פ נחזור לעניינו מ'האלט זיך אין איין פארענטפערן, און איך שטיי און וואונדער זיך אלע יארען וואס איז געשעהן לאמיר שוין זאגען אז זיי האבען נישט געקאנט ווי די אנדערע? א חוץ וואס מרן ר' חיים ויטל ברענגט פון מרן האר''י החי אז עסק היחודים איז גרעסער ווי עסק התורה עי' בשער רוה''ק, אבער אפי' ווען נישט וועט זיך איינער פילען שלעכט אז די חובת הלבבות קאן ווייניגער סוגיית הש''ס ווי רבינו פרץ?, וועט מען טראכטען אז ר''ש מאוסטרופולי איז קלענער ווי די ש''ך? ווייל ער האט נישט אזויפיל עוסק געווען און נגלה און אוועקשטעלן די הלכה פון כלל ישראל, און האט זיך מער אוועק געלייגט אויף די השקפה פון כלל ישראל, און אזוי די ב''י מיט'ן אר''י הק', און דאס וואס מ'זעהט אז כמעט וואס מפסקנט נישט און הלכה ווי התנא האלקי רשב''י און די עיקר זיינע איז אין נסתר, [כ'וויל נישט רעד'ן, נאר בלשוננו וואלט עס געהייסען מ'האט נישט אזוי אהן גענומען זיינע פסקים ער איז מער א צדיק'ל... און פסק איז ער נישט אזוי איי יי איי וכו'] איז וואס? מה כל הרעש? וואלט איינעם איינגעפאלען עפעס א פקפוק און גדלותו
כ'האלט אז ס'קומט ווייל מ'האט נישט באמת ארויס וואס זיי האבען יא געטוהן, ווען מ'וואלט מער עוסק געווען און פארשטיין וואס זיי האבן געוואלט און וואס זיי האבן געטוהן, און אויף געטוהן וואלט מען נישט געהאט אזא קאמפלעקס, און נישט פראבירט אויף צו ווייזען אז זיי האבן געקאנט [ואל תשיבנו ממה שכתב הסידורו של שבת בריש ספרו שטיקל תורה כידוע, שהוא הצריך לענות לפי מה שהקשו ומכיון שלא רצו לקבל רק ממי שגדול בתורה הצריך לכתבו, אבל מי פתי צריך להוכחות אחר למדו וטעמו מנועם מתיקות ועריבות ספרו הקדוש סידורו של שבת, ואין צריך עוד לשום ראי']
עניוועי די ספרים זיינען מלא וגדוש ס'ממש לעכטיג, יעדעס ווארט זיך צו באלעקן דו פינגער, ומי יתן אז די איבעריגע כתבים וואס זיינען נאך נישט געדרוקט, זאלען בקרוב געדרוקט ווערען
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 2:29 am
דורך שטארק זיך
מיר האבן געשריבן אנעקדאטן איבער אים אין אן אנדערן אשכול, כ׳דערמאן זיך פשוט נישט וואו. אויב עימיצער געדענקט, ביטע ווייזט צו.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 3:25 am
דורך להבין שמועות
ווייסט איינער פון ווי ער איז געקומען? קאמלהאר איז נישט קיין דייטשישע נאמען?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 11:38 am
דורך ים רויבער
שטארק זיך האט געשריבן:מיר האבן געשריבן אנעקדאטן איבער אים אין אן אנדערן אשכול, כ׳דערמאן זיך פשוט נישט וואו. אויב עימיצער געדענקט, ביטע ווייזט צו.
דא
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 11:44 am
דורך להבין שמועות
איך כאפ א שאק!, ווי איז ער נעבעך אריינגעפאלען און אשכול פון משכילישע ביכער???
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 08, 2012 5:54 pm
דורך שוטה
להבין שמועות האט געשריבן:תרנגול האט געשריבן:איז פאראן דער משרתיו אש לוהט ערגעץ אנליין?
כ'האב לעצטנס געליינט אביסעל די אנדערע ספרים וואס איז דא אויף היברו בוקס, ס'ממש זיך צו באלעקן איינס נאכען אנדערן, קאן מען דעם משרתיו אש לוהט ערגעץ געפונען אנליין? אז נישט ווי קאן מען עס באקומען?
ואיידי דאיירי כ'האב יעצט דורך געקוקט זיין תשובות ספר חדוותא דשמעתא האב איך באמערקט און סי' כ''ו אות א' כ'בין ממש אויף געשאקלט פון זיין סברא דהא דמין במינו בטל ברוב שחייבין אנו לקיים מצות עשה דאחרי רבים להטות ואיכמ''ל שהוא הפלא ופלא עיי''ש ותמצא נחת [הגם שחי' במין בשאינו מין אמרתי ג''כ ואפשר דתלוי בפלוגתת הרשב''א והר''ן בהא דנוטל''פ מותר ואיכמ''ל], איך שטיי און שטוין ווי פאסט פאר אזא פילוסוף, עי' בספרו התלמוד ומדעי התבל, ווי פילוספיש ער לערנט די סוגיא פון קלוטה כמי שהונחה דמיא, בהקדם ביאור ענין המקום מהו עיי''ש, זאל זאגען אזעלכע פוילישע? תורות ער איז ממש געווען א כלבוניק!
וכ"כ בחידושי הגר"ח סי' רכ"ט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 1:49 am
דורך להבין שמועות
שוטה האט געשריבען
וכ''כ בחי' הגר''ח סי' רכ''ט
ח''ו ר' חיים זאגט נישט אזא זאך (ווער ס'ווייסט וואלט ער און לעבען נישט געקאנט זאגען אזא זאך ער וואלט געלאכט פון דעם אז ס'לאט זיך גארנישט זאגען), אז כל ביטול גייט צו מיט עשדל''ת!! [ס'איז נישט נוגע מאריך צו זיין בדברי הגר''ח דא אפשר וואלט מען געדארפט עפענען עקסטערע אשכול ללבן משנתו וכו'],
און באמת די גאנצע געדאנק וואס ער זאגט אז עס גייט צו מיט עשדל''ת איז ממש שווער מיניה וביה, ווייל ער זאגט אז דאס איז דער פשט און עד שתאכלנו בהיתר וכו [באמת ר' אלחנן איז מסביר דעם רש''י אויף גאר א שיינער אופן אז רש''י האלט נישט איסור מתהפך וכו' ואיכמ''ל] הייסט עס א אפשר לקיים שניהם, און באמת לפי דעתו וואלט אייביג געווען א אפשר לקיים שניהם כמבואר בסוגיא דאפשר לקיים שניהם ואין להאריך, ועוד דלפי דבריו אין דין ביטול ברוב רק כשיש לא תעשה על האיסור אבל אם הוא שני ל''ת או עשה ול''ת לא יבטל בקיצור כל דיני עשדל''ת ודבר דחוק הוא מאוד [כ'האב געשריבען פוילישע מיט קוועשען מארק ווייל כ'בין מסופק צו דאס איז עס יא?]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 2:22 am
דורך שוטה
אנטשולדיקט, כ'האב נישט פארשטאנען פון אייערע ווערטער אז ער גייט מכח עשה דוחה ל"ת.
ווייסט איהר אפשר וואו מ'קען זעהן די תשובה אונליין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 2:30 am
דורך להבין שמועות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 3:37 am
דורך שוטה
פלאי פלאות, ייש"כ.
ולענ"ד איז די סברא מצד עצמה מופרך, דממ"נ אויב האט די תורה געמיינט כולל צו זיין אין 'אחרי רבים להטות' אויך אזא סארט רוב ומיעוט דאיסור והיתר, דארף מען דאך נישט קיין עשדל"ת, האט די תורה דאס נישט געמיינט האסטו דאך נישט קיין עשה וואס זאל דוחה זיין.
[ושאני מכל עשדל"ת דבמקרה נזדמנו לפונדק אחד, משא"כ הכא הרי איסור והיתר הוי גדר מיוחד דרוב ומיעוט, ועל כרחך דבר ברור הוא (כלפי שמיא גליא) אם נכללו באחרי רבים להטות אם לאו].
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 09, 2012 9:01 am
דורך להבין שמועות

יפה שאלת, וצריך לבאר שאלתך ביתר, דאה''נ שיש כמה מצוות עשה שא''א לקיימם אלא כשיעבור על ל''ת [כגון מצות סמיכה] אבל המצו' בפנ''ע הוה מצוה, משא''כ כאן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 28, 2012 10:21 pm
דורך שוטה
סוף שו"ת שיבת ציון פון ר' שמואל לאנדא איז אריינגעדרוקט 'מופת הדור' תולדות הנודע ביהודה פון קאמעלהאר.
פארציילט ער דארט אז ס'האט זיך געטוהן וועמען מ'זאל אויפנעמען רב אין לעמבערג, דעם ישועות יעקב אדער דעם יד המלך [נכד הנודע ביהודה].
האט מען אמאל איבערגעזאגט פאר'ן יד המלך א דרשה וואס דער ישועות יעקב האט געזאגט אין לעמבערג [כ'ווייס נישט צו פאר מ'האט איהם אויפגענומען אדער נאכדעם], האט דער יד המלך געזאגט: יעדע זאך בעולם וואס ער קען זאגן - חוץ זאגן פאר זיין שווער'ס טאכטער הרי את מקודשת לי - קען איך אויך זאגן...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 12:45 pm
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:הרב קאמעלהאר איז דאכט זיך געוועזן א דזיקובער חסיד, ער איז אפילו געווען פאר א שטיק צייט דאהי אין אמעריקא און משמש געווען ברבנות אין איינע פון די קהלות אשר לא זכור לי לע"ע
היינט געטראפן (באדיבות הרב המסד"ק) אז הרב קאמעלהאר איז געווען דא רב אין קהל אנשי ריישא - קארטשין אין ניו יארק, פאלגענד איז א מאמר וואס הרב קאמעלהאר שרייבט בשנת תרפ"ז אינעם ירחון 'דגל ישראל' אויפפאדערענדיג די אמעריקאנער רבנים צו מאכן אן "ארטאדאקסישע באוועגונג'' מיט תקנות גענוי ווי תלמידי הח"ס האבן אדורכגעפירט אין אונגארן:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=136