בלאט 1 פון 8
נייער מאסף "הפעמון"
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 9:20 pm
דורך קארל
אין די יעצטיגע טעג ערשיינט אין די ספרים געשעפטן דער ערשטער נומער פון דעם נייעם מאסף "הפעמון". דער "הפעמון", וואס פאררופט זיך אלס א "מאסף לדיעות וידיעות", איז אן אמת'ער חידוש בעולם החרדי מיט דעם וואס עס איז נישט קיין קובץ תורני, אבער איז ווייט פון א חול'דיגן מאגאזין. דער שלל פון רייכע ארטיקלען פון דער יעצטיגער אויסגאבע טוט אמבעסטן אילוסטרירן איר ציל.
דער ערשטער מאמר איז א פרק אין חינוך פון א חשוב'ן בעל מחנך פאר בחורי חמד. דער צווייטער מאמר, "בצלם חמדתי וישבתי", איז אינטערעסאנטע און העכסט-באלערנדע זכרונות פון הרב צבי מאיר גינזבערג שליט"א פון דער "אגודת הרבנים". דערנאך קומט א מאמר איבער דעם חוב פון א מענטש צו היטן אויף דעם געזונט, באזירט אויף דער גמ' "הכל בידי שמים חוץ מצינים ופחים".
דאס ווערט נאכגעפאלגט פון א מאמר אויף דעם טשיקאווען מדרש תלפיות אז אידן פארמאגן 32 ציינער אבער גוים פארמאגן בלויז 31. דער מאמר נעמט ארום דעם גאנצן ענין, אנגעפאנגען פון די גאר פריערדיגע מקורות און געענדיגט ביי היינטצייטיגע עפיזאדן.
דער "הפעמון" פארמאגט נאך פארשידענע מאמרים איבער היסטאריע, תורה, תולדות וכו', ווי די היסטאריע פון אראמיש, ביאגראפיע פון ר' אליהו בחור, שפראכליכע פנינים, און פאעזיע.
דער נייער מאסף ווערט ארויסגעגעבן דורך הרב גרשון יצחק בוכינגער שליט"א פון בארא פארק, און וועט לויט דעם איינפיר ערשיינען "מפעם לפעם". די מאמרים זענען אלע אין לשון הקודש, און מאמרים ווערן אנגענומען פון בעלי כשרונות וועלכע ווילן מפרסם זיין פרי עמלם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 9:22 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
פיינע נייעס.
וויפיל קאסט עס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 9:26 pm
דורך קארל
עס קאסט ארום זיבן דאלאר.
פאלגנד איז דער דעקל:
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 25, 2010 11:06 pm
דורך סאדע_באטל
די ערשטע אויסגאבע רופט ער צלצול ראשון...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 26, 2010 1:12 pm
דורך קליקו
יא סאיז עפעס אויסטערליכעס
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 12:00 am
דורך adobe yid
האב איך עס דורכגעליינט, עס איז נישט צו באשרייבן די תוכן וואס עס ליגט דערין, א נייע געדאנק אין שרייבן, זאל ער האבן אסאך הצלחה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 1:55 am
דורך imzist
געליינט, טאקע אין וויינשטאקס נייע איבערגעמאכטע ספרים סטאר... און עס איז זייער זייער גוט.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 8:16 am
דורך יוםטובערליך
בס"ד,
גוט מארגן. אויך געגעבן א בליק נעכטן, וואונדערבאר! השי"ת זאל אים-זיי געבן אסאך הצלחה און הרחבת הדעת להגדיל תורה ולהאדירה.
אינטערעסאנט עטליכע נקודות דארטן:
ער זאגט וועט זיך פארלייגן אויף "דיעות און ידיעות" וועלכע "האבן נישט קיין סוגיא אין ש"ס אדער סימן אין שולחן ערוך." זייער אן אינטערעסאנטע וועג אראפצולייגן זיין יסוד...
אויך 1) לאזט ער נאר אריינלייגן אמת'דיגע נעמען, 2) רעדט מיט באק-ציינער קעגן די היינטיגע צייטונגען און מאגאזינען, און האט 3) א ציפעדיגע עדיטאריעל וועגן די היינטיגע מצב פון לבושי נשים, אויף די לעצטע זייט פון די אויסגאבע, בנוגע די תירוצים אז "דאס פארלאנגט דער עולם" און אז "איך פארקויף נאר וואס מ'שיקט מיר," עיי"ש ותמצאו נחת.
הכלל, דער עורך דארטן איז גרייט מיט די פויסטן און בלעכענע הויזן, וואס איז א גוטע זאך, ב"ה.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 11:10 am
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
imzist האט געשריבן:געליינט, טאקע אין וויינשטאקס נייע איבערגעמאכטע ספרים סטאר... און עס איז זייער זייער גוט.
להוי ידוע אז אסאך קובצים און מאגאזינען און זשורנאלן האבן זיך וועגן דעם פארמאכט.
האסט הנאה פונעם קובץ, דאן קויף עס. אז נישט גייט ער נישט אנגיין. און פארמאכן נאכן פערטן קובץ ביים איינזעהן אז ער גייט נאר דערלייגן געלט דא.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 29, 2010 3:12 pm
דורך אויפריכטיג
יעצט געקויפט (איינשטימיג מיט טראכט גוט...) עס קוקט אויס זייער אינפארמאטיוו און אינטערעסאנט, אבער דער אויסשטעל און סטיל אותיות און גרויסקייט איז עפעס נישט...
ווי איך האב געהערט געבט ער דאס נישט ארויס פאר פרנסה בלויז פאר זיין האבי, קען זיין דעריבער האהט ער געזוכט דאס ביליגסטע.
דאס אז ער שטעלט ארויס די ריכטיגע נעמען פון די שרייבער, געבט אים א ברייטע פלאטפארמע צו קענען שרייבן וואספארא נושא עס שמעקט אים און נישט דארפן זיך פארכטן, ווייל מען וועט בלעמען די מענטשן וואס האבן דאס געשריבן.
ווי ער שרייבט וויל ער אינעם קומענדיגן צלצול שרייבן איבער די טעמע פון נישט אננעמען בחורים אין ישיבות.
(אוויב די חברי הקרעטשמע דא וועלן דארט ליפטערן זייערע מיינונגען וואס זיי האבן דא געשריבן איבער די נושא קען זיין א חשש גילוי....)
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 07, 2010 11:32 pm
דורך hotwire
בקיצור, עס איז א נארישער גליון לדעתי, מן הסתם דער ערשטער און דער לעצטער צלצול
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 08, 2010 12:32 am
דורך imzist
טו דאס נישט...
שרייב פארוואס, פארווען, נישט סתם וווי כאילו דו ביסט א קאמפעטישאן מיט זיי
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 2:27 pm
דורך אויפריכטיג
איך האב געזען אן אנאנס אז עס איז שוין ארויסגעקומען א פרישע צלצול! (נישט ווי הייס-ווייער'ס פאראויסשאצונג...)
איך האב נאכנישט געזען די נייע, אבער די ערשטע איז זייער אינהאלטסרייך און איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון, אחוץ די גראפישע אויסשטעל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 8:35 pm
דורך איש האמת
גאר א רייכע תוכן, דער אייבערשטער זאל אים העלפן מיט סייעתא דשמיא,
ס'זאל זיין קול הצלצול נשמע בארצנו מער אפט פון מפעם לפעם!!!
כ'האב מיר נאר געוואונדערט וואס ער מאכט עס אזוי טייער ווען ס'נאך
אלס גאנצ דינער פון די אנדערע
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 28, 2011 9:55 pm
דורך א וויליאמסבורגער איד
איך האב עס אויך געזעהן, און ס'קיקט אויס זייער אינטערסאנט. אסאך אינטערסאנטע ענינים.
די ערשטע אויסגאבע האב איך נישט געזעהן - איז עס נאך דא צובאקומען? און אויך, ווער איז די עורך הרב בוכינגער? ער האט שוין געשריבען אנדערע זאכן אויך?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 12:32 pm
דורך adobe yid
יא. זייער תוכנ'דיג, אינטערסאנטע נושאים. (די גראפיק האט זיך געבעסערט)
מ'קען זאגן ס'איז א יצירה חדשה, א נייע סארט קובץ.
ווער ווייסט? ימים ידברו, אפשר וועט מען נאך דרוקען אשר לאבין'ס קינה "על נהרות אוישויץ" אין "תיקון חצות השלם" שנת ו' אלפים...
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 29, 2011 12:43 pm
דורך דעפרעסט
adobe yid האט געשריבן:יא. זייער תוכנ'דיג, אינטערסאנטע נושאים. (די גראפיק האט זיך געבעסערט)
מ'קען זאגן ס'איז א יצירה חדשה, א נייע סארט קובץ.
ווער ווייסט? ימים ידברו, אפשר וועט מען נאך דרוקען אשר לאבין'ס קינה "על נהרות אוישויץ" אין "תיקון חצות השלם" שנת ו' אלפים...
ה''ה אונזער אלעם-באקאנטער אשר לעווין,כאב נישט געוויסט אז ר'קען לשה''ק אויכעט..
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 6:23 am
דורך איטשע
פארוואס אין לאנדאן איז עס נישט צום געפונען, ווייסט איינער די קאנטאקט דעטאלן פונעם עורך?
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 11:39 am
דורך א וויליאמסבורגער איד
דעפרעסט האט געשריבן:adobe yid האט געשריבן:יא. זייער תוכנ'דיג, אינטערסאנטע נושאים. (די גראפיק האט זיך געבעסערט)
מ'קען זאגן ס'איז א יצירה חדשה, א נייע סארט קובץ.
ווער ווייסט? ימים ידברו, אפשר וועט מען נאך דרוקען אשר לאבין'ס קינה "על נהרות אוישויץ" אין "תיקון חצות השלם" שנת ו' אלפים...
ה''ה אונזער אלעם-באקאנטער אשר לעווין,כאב נישט געוויסט אז ר'קען לשה''ק אויכעט..
אוי ווי ער קען לשה"ק. ס'דא וואס זאגען אז ער קען לשה"ק נאך בעסער ווי אידיש!!!
און זיין קינה איז מיין איך זייער שיין - איך פארשטיי נישט צו פאומ'ס , אבער אויב בשעת'ען ליינען האט עס מיך בארירט איז געניג א גוטע סימן אז ס'איז גוט!
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 2:15 pm
דורך מיללער
נעכטן דורכגעבליקט דעם נייעם צלצול, עס איז היבש מאדערניזירט פון די מעינסטריעם קובצים און איך ווינדער זיך אז עס האבן זיך נאכנישט געיאוועט קיינע מוחים דערקעגן.
צווישען די תוכנ'פולע נושאים איז דא דארט א מאמר איבער דעם 'יעב"ץ פון לאנדאן' וועלכער האט געפעלטשט דריי ספרים אויף זיין נאמען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 30, 2011 2:40 pm
דורך איזעי
מיללער האט געשריבן:נעכטן דורכגעבליקט דעם נייעם צלצול, עס איז היבש מאדערניזירט פון די מעינסטריעם קובצים און איך ווינדער זיך אז עס האבן זיך נאכנישט געיאוועט קיינע מוחים דערקעגן.
צווישען די תוכנ'פולע נושאים איז דא דארט א מאמר איבער דעם 'יעב"ץ פון לאנדאן' וועלכער האט געפעלטשט דריי ספרים אויף זיין נאמען.
עס איז דא אזויפיל אויף וואס מוחה צו זיין, אז מען קומט פשוט נישט אן.....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:03 pm
דורך אויפריכטיג
איזעי האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:נעכטן דורכגעבליקט דעם נייעם צלצול, עס איז היבש מאדערניזירט פון די מעינסטריעם קובצים און איך ווינדער זיך אז עס האבן זיך נאכנישט געיאוועט קיינע מוחים דערקעגן.
צווישען די תוכנ'פולע נושאים איז דא דארט א מאמר איבער דעם 'יעב"ץ פון לאנדאן' וועלכער האט געפעלטשט דריי ספרים אויף זיין נאמען.
עס איז דא אזויפיל אויף וואס מוחה צו זיין, אז מען קומט פשוט נישט אן.....
וואס איז דא מוחה צו זיין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 31, 2011 2:13 pm
דורך איזעי
דער וואס וואונדערט זיך פארוואס עס איז נישטא קיין מוחים, ווייסט אויך אויף וויפיל נאך זאכן מען קען אדער מען דארף מוחה זיין.
און אויב דו ווייסט נישט דאן וואונדערסטו זיך מן הסתם נישט פארוואס עס יאווען זיך נישט קיין מוחים קעגן דעם, דאן ביטע דיסריגארד מיין ענטפער.
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 6:04 pm
דורך והוא פלאי
מוחה זיין איז דא נישט דער פלאץ, די גבאים לאזן נישט
אבער הערות קען מען שרייבן, לפענ"ד איז עס אביסל כאפ לאפ, נישט מוגה כל צרכו
איך וועל אנהייבן מיטן ערשטן מאמר, וואס לפי הנראה האט עס נישט דער בעל המאמר אליינס געשריבן ווייל ער איז א ת"ח וידען גדול, בידעי ובמכירי קאמינא, און מוחה צו זיין איז נישט דא דערויף, ווייל עס איז א רעכט אידישע מאמר אודות שנאת ישראל לעכו"ם ועכו"ם לישראל, ויש הרבה מה להוסיף על זה, אולם מאד נתפלאתי, ער ברענגט וועגן נישט טרינקן וויין וואס א גוי האט געזעהן כקבלה מהבעש"ט, ומסביר שהוא משום שנאת ישראל לעכו"ם, ולפלא שהוא של"ה מפורש בשער האותיות קדושת האכילה, וכן מביא החומרא שלא ליטול ידים ממים שהביאו גוי, בשם מהר"א מבעלז וג"כ מטעם זה, והוא ט"ז מפורש בסי' קנ"ט ס"ק ט"ו, מטעם טומאה עיי"ש
ולכאורה נראה שהוא לא מאמר שהה"ג כתבו להדפיס, וכן הרבה מהמאמרים, ואם יהי' לי פנאי אוסיף עוד בל"נ
ואודות הקינה, לא זכיתי להבין, על נהרות אוישוויץ, וכי יש נהר באוישוויץ
פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 03, 2011 7:40 pm
דורך איש האמת
יא
כידוע איז געוועהן א טייך נעבן אוישוויץ
ווי דארט האבן זיי אריינגעווארפן אסאך
אש פון דערקדושים,
ושאל אביך ויגדך
נעבעך נעבעך טייכן פון בלוט איז געוועהן דארט איבערגענוג