בלאט 3 פון 8
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 3:55 pm
דורך יואל ווייס
יתכן הרב לאבין.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 6:21 pm
דורך קארל
יואל ווייס האט געשריבן:יתכן הרב לאבין.
אויך יתכן די רעדאקציע פון "הפעמון".
נאכדעם וואס איך האב דא צום ערשטן מאל געשריבן איבער "הפעמון" האט זיך די רעדאקציע עטליכע מאל פארבינדן מיט מיר אין אישית. "הפעמון" קען מיך אבער נאר מיט דעם נאמען "קארל".
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 16, 2011 11:05 pm
דורך יואל ווייס
קארל האט געשריבן:יואל ווייס האט געשריבן:יתכן הרב לאבין.
אויך יתכן די רעדאקציע פון "הפעמון".
נאכדעם וואס איך האב דא צום ערשטן מאל געשריבן איבער "הפעמון" האט זיך די רעדאקציע עטליכע מאל פארבינדן מיט מיר אין אישית. "הפעמון" קען מיך אבער נאר מיט דעם נאמען "קארל".
משמע אז דער עורך "הפעמון" האט דא א ניק, האפנטליך איז ער אונז מהנה דא...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 2:08 pm
דורך אויפריכטיג
קארל, זייענדיג נאנט מיטן עורך הפעמון, ווייסטו אפשר ווען די קומענדיגע צלצול גייט ערשיינען?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 2:15 pm
דורך קארל
אויפריכטיג האט געשריבן:קארל, זייענדיג נאנט מיטן עורך הפעמון, ווייסטו אפשר ווען די קומענדיגע צלצול גייט ערשיינען?
עטליכע מאל רעדן אין אישית איינגעהילט אין א פסעוודאנים הייסט "נאנט"?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 2:22 pm
דורך אויפריכטיג
אויב האט ער מסכים געווען אייך ארויסצוגעבן די פולן טעקסט פון הרב לאבינ'ס דוכט, האב איך געהאט רעכט צו טראכטן אז דו ביזט נאנט מיט אים.
אלנפאלס מיין פראגע קענסטו מסתמא אים פרעגן אפילו דו ביזט נישט זייער נאנט מיט אים.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 31, 2011 4:50 pm
דורך קארל
הפעמון האט געשריבן:על השאלה שנשאלת מתי יופיע צלצול הבא
לכאורה, אם ירצה השם, בסוף חודש סיון.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 3:52 pm
דורך גלעקל
שלום עליכם,
דער ניק פון עורך הפעמון איז "גלעקל", זייט נישט חושד בכשרים.
די קומענדיגע צלצול וועט ערשיינען בקרוב.
עצות און הערות ווערן נתקבל בתשואת חן. אימייל
hapaamoin@gmail.comהעורך.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 15, 2011 4:21 pm
דורך קרעפלקאפ
עליכם שלום,
א גליק אויף אייער גלעקל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 16, 2011 12:28 am
דורך אויפריכטיג
מעג מען מעיר זיין ברבים?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 17, 2011 11:07 am
דורך גלעקל
אויב ס'קען זיין לתועלת אויף לעתיד, יא, אדרבה מיר ווילן הערן פיעד-בעק. למעשה בין איך נישט אויף איי-וועלט נאר יעדע צווייטע טאג (איך ארבעט...) על כן קען איך נישט פירען קיין שמועס דא. אפשר א "נעתר לבקשתינו" וועט גובר זיין.
אבער סתם קריטיק, בעסער צווישען פיר אויגן. הוא הדין אויב האט איר עפעס א רעיון פון א נושא, זייט דאס נישט מפרסם דא שמא יקפצו עליו.
ייש"כ
א קורצע בקשה פון אידישע וועלט ליינער ס'איז (יתכן) מיר נוגע (פאר צלצול שלישי) צו וויסען דעם id פון ישראל חוסטער/קראקעווער, פון קובץ גינת ורדים (סאטמאר וומ"ס) כמדומה ער האט א שייכות מיט ניטל, והמבין יבין. אויב איינער ווייסט עפעס מער, ביטע זיך פארבינדען מיט מיר בקשר שאינו של קיימא.
א דאנק, דער עורך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 21, 2011 1:32 pm
דורך hotwire
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:msp האט געשריבן:דער מנחת אלעזר ז"ל האט א תשובה צו עס איז בכלל דא א חרם אויף שפאניען
ממילא איז נישט מסתבר אז דאס זאל זיין די סיבה פון רביה"ק ז"ל
קודם כל, די תשובה פון די מנחת אלעזר איז א שאלה (דאכט זיך צום מעשי למלך) כמבואר בדבריו. און אויטאמאטיש איז דאס שוין א האלבע מקור, ווייל אז ער האט זיך מטפל געווען דערמיט און געזוכט א מקור, מיינט אז דאס איז געווען א דבר מקובל. (דאכט זיך אז ער פירט למעשה אויס מיט א שטיקל מקור).
והשנית, אויב דער מנחת אלעזר האט נישט געטראפן קיין מקור דערצו מיינט נאכנישט אז הרה"ק מסאטמאר האט נישט געהאט קיין מקור, קען זיין ער האט אזוי מקבל געווען מבית אבותיו.
די תשובה פון דעם מנחת אלעזר איז נישט פאר דעם מעשי למלך, נאר פאר דער ווייצנער דיין בזמנו, ר' צבי מייזליש, נאכען קריג ווייצנער רב אין שיקאגו, וואס ער האט אנגעפרעגט דעם מנחת אלעזר בנוגע צו דעם, עס איז געווען געדריקט לכתחלה אין קובץ תל תלפיות
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 05, 2011 10:55 am
דורך isolated
נעכטן געזעהן ביי ביגעל-אייזען א קונטרס איבער דעם ענין "חרם על ספרד" - תפארת יוחנן, ארויסגעגעבן דורך הגאון הנודע יחיאל גודלהאבר, צום בר מצוה פון זיין זוהן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 10:33 am
דורך גלעקל
איש בשורה אנכי היום!
היום הגיע, הפעמון הופיע.
הכל תלוי במפיץ אם יעלו בדוכני הספרים לפני יום הכיפורים או לפני החג.
שמעו ותחי נפשכם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 10:44 am
דורך אויפריכטיג
הרב גלעקל אפשר גיבט איר ביטע אן איבערבליק איבער דעם נייעם הפעמון?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 11:29 am
דורך גלעקל
ובכן.
דער דרוקער האט בטעות אראפגערוקט אלעס מיט איין עמוד, דהיינו אלע עמוד ב' זענען אויף עמוד א'... לדאבוני.
נו, דאס איז דאך נאר חיצוניות (ראה מדור שרעפים)
מאמר א: בצלם אלקים עשה את האדם, א לאנגע תגובה אויף הרב יוסף מנחם דייטש אין צלצול ב' בנוגע עשו שונא ליעקב.
דער שרייבער'ס נאמען שטייט נישט בפירוש, אבער ס'איז (מער ווי) מרומז אין מיין הקדמה. ("מאמר השער של צלצול שני "יעקב ועשו - שונאים מובהקים" מעשי ידי הגאון הרב יוסף מנחם דייטש שליט"א עוררה קנאתו של ספרא רבא אש"ר הואי"ל ללב"ן נושא סבוכה זו...)
כ'וועל מצטט זיין נאך א פאראגרף פון "שלחן העורך":
יצויין, סופר מאמר הנוכחי "בצלם אלקים עשה את האדם" לא יופתע אם ימצא מבין מחנינו מרחיק-לכת שיראה עכ"פ במקצת מן הדברים סטיה מן המוסכם וכו', אבל זאת בקשתו (ובקשת העורך) שהרואה יצרו מתגבר עליו, ימשכהו לבית מדרשינו דייקא; המאסף לדיעות וידיעות, יביע ההוגה את הנראה-לעניית-דעתו על הכתב וישלחו לשלחנו של העורך, ויראו רבים וישמחו בהתרת הספיקות.....
מאמר ב: אלעס איבער די מחלוקה צווישען דעם קאץ אינעם מייז... צו איז דאס נאך מימי אדם הראשון אדער בתיבת נח...
מאמר ג: הוספה בענין די חטאים און תוכחה פון די נביאים, ועיון בדעת החזון איש המבואר בצלצול שני.
מאמר ד: דר. עטקין'ס דייעט איז מער אויסגעהאלטן על פי תורה, אויך די פראבלעם פון קמח-מלא whole wheat...
מאמר ה: בענין, איין טאטע קען שפייזען צעהן קינדער, צעהן קינדער קענען נישט שפייזען איין טאטע
מאמר ו: אינטערסאנטע הערה אין מגן אברהם, איבער תמהי'דיגן הלכה בנוגע שהחיינו אויף "קלף של גדיים וטלאים"
מאמר ז: אן הספד פון אלטען נאוואמינסק'ע רבי'ן רבי נחום מרדכי פערלוב זצ"ל אויף זיין שווער, די סאקלוב'ע רבין זצ"ל
מאמר ח: אינטערסאנטע יזכור געזאגט געווארן אין צרפת אויף הרוגי צפת..
מאמר ט: הסטוריה איבער אשכנז און ספרד, נעמען און מפה פון די אלטע שטעט
מאמר י: איבער די ספר ויכוח מים חיים פון רבי חיים ב"ר בצלצאל אחי מהר"ל, זיינע ספרים, און אויך איבער די שינוי דעות צווישען מהרש"ל און רמ"א
מאמר יא: זייער זייער א שיינע פייט און תפילה
מאמר יב: הוספות אויף צלצול ראשון ושני
מאמר יג: מעשי ידי במשל ונמשל (אפשר אביסעל _____ געשטימט)
און נאך....
מיט יעדע איינקויף פון הפעמון דעקט איר די הוצאות (קיין ריוח ממוני)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 06, 2011 12:33 pm
דורך יואל ווייס
אש"ר הואי"ל ללב"ן...
קוקט אויס זייער רייך פון דיין קורצע פארטראגע.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 2:00 pm
דורך גלעקל
ייש"כ פאר אלע פריוואטע הודעות.
אין בארא-פארק איז שוין דא דעם הפעמון אין אייכלער'ס, ביגלאייזען, ז.ברמן, דז'. קארנער, המשך יבוא
אין אלע אנדערע געגענטער וועט דאס מישור פארשפרייטען היינט נאכט וכו'.
צוליב א טעות-המדפיס, איז מיר אויסגעקומען ביליגער הוצאות הדפוס, ע"כ איז די פרייז ביליגיער (6 אדער ווייניגער)
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 09, 2011 8:13 pm
דורך אויפריכטיג
אין וויליאמסבורג איז עס נאכנישט דא צו באקומען.
דאס אראפרוקן דעם פרייז איז וורד צו באגריסן! עס צייגט די ווארהייט פון דיין פריערדיגע זאץ "מיט יעדע איינקויף פון הפעמון דעקט איר די הוצאות (קיין ריוח ממוני)."
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 6:50 am
דורך איטשע
ווייסט איינער ווי מען קען עס קויפן אין לאנדאן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:27 am
דורך אוהב חכמה
ווייסט איינער וואו מ'קען עס קויפן אין מעלבורן?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:43 am
דורך msp
אההה
יו ליוו דאון אנדער?
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:47 am
דורך אוהב חכמה
msp האט געשריבן:אההה
יו ליוו דאון אנדער?
איי גילוי, אוי אוי גילוי...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 8:54 am
דורך msp
אי אפשר לגלות את הגלוי כבר....
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 10, 2011 9:15 am
דורך שטארק זיך
הה״ד, מגלה טפח מכסה טפחיים...
....
מעלבוירן איז נענטער ווי מיינשוועסטער, ווען מ׳גייט לשיטת הר״ר יונתן (מהודו ועד כוש) אז נאנט איז ווייט...