בלאט 7 פון 8
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:39 pm
דורך יהיה כן
אויפריכטיג האט געשריבן:איך פארשטיי בכלל נישט על מה יצא הקצף. דורכליינענדיג דעם מאמר, האב איך בעיקר ארויסגענומען אז דער כותב זוכט אראפצורייסן די שנאה כבושה על לא דבר וואס מיר האבן קעגן די גוים. ער זוכט דארט בכלל נישט אועקצונעמען דעם אתה בחרתנו מכל העמים, ער זוכט בכלל נישט צו פארגלייכן דעם רוחניותדיגן אינטערשייד פון א איד ביז א גוי. סך הכל וואס ער ברענגט ארויס איז, אז די שנאה וואס מיר האבן צו די גוים איז ווייל מיר האבן געמאכט איין גרויסע טשולענט אז אלע גוים זענען שלעכט און נאציס. אין פאקט גלייב איך זייער שווער אז רוב מענטשן וואס האבן פיינט א גוי איז צוליב די געטליכע צווישנשייד וואס שיידט אפ דעם איד פונעם גוי, עס איז ענדערש א שנאה צוליב די שלעכטיגקייט און רשעות וואס די גוים האבן געטון פאר די אידן. אויף דעם קומט ער זאגן אז עס האט נישט קיין שום פשט צו האבן א שנאה אויף א באשעפעניש וואס דער באשעפער האט באשאפן, וואס האט גארנישט געטשעפעט קיין איד.
איך שרייב בקיצור, איך האף מען פארשטייט דעם געדאנק.
איך וואלט אנגעטראגן אז קארל זאל ווידעראמאל פרובירן צו לייגן א האנט אויף מעשי ידיו פון הרב לאבין, און אולי מיט רשות פון מוציא לאור וועט ער דאס קענען דא ארויפשטעלן, וירא הקהל וישפוט.
מיך הארט פנקט פארקערט
מילא איך האב פיינט א גוי, ער איז ביי מיר אראפ געקוקט צווישן א מענטש אין א בעל חי...., דער גוי האט אונז געפייניגט גע'הרג'ט און וואס נישט, שוין טויזנטער יארן, אבער פארוואס האט דער גוי מיך פיינט???..........
(נאך איינעם דא ארט די קשיא?...)
נאך אלעם, איך בין דאך נישט מחויב ליב צו האבן דעם גוי מער ווי ער האט מיך ליב.....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:43 pm
דורך SPUSMN
און אז מען קוקט אראפ א מענטש מוז מען אים שוין פיינט האבען? ו
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:46 pm
דורך SPUSMN
הרב יהיה כן, מיר ווייסען דאך פארוואס דער גוי האט אונז פיינט, למה נקרא שמו סיני שמשם ירדה שנאה לעולם
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:48 pm
דורך יהיה כן
SPUSMN האט געשריבן:הרב יהיה כן, מיר ווייסען דאך פארוואס דער גוי האט אונז פיינט, למה נקרא שמו סיני שמשם ירדה שנאה לעולם
נא, האסט דאך אליינס דעם תירוץ, וואדזשע מוטשעט ער זיך דארט דער שרייבער?
(און בד"וו ווייס איך נישט פון וואו דער שרייבער דארט האט אויס געטראכט אזא בלבול אויף כלל ישראל אז זיי 'האבן פיינט' א גוי וועלכער האט זיי גארנישט געטון??, די אמאליגע אנטיסעמיטן האבן אזוי געפרעדיגט...), ווי זוי גייט דער נוסח ...'כל מקום שנזכר עכו"ם או גוי וכו' בספר אין הכונה על הגוים שאנו חוסים בצלם אלא על הגוים הקדמונים וכו' וכו' .......'
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:55 pm
דורך והוא פלאי
פארוואס האט נישט דער אשר הואיל ללבן גשריבן קודם א בירור און סוגיית לא תחנם, און אינעם רמב"ם פ"י מה' ע"ז וועלכעס איז אן עובד זרה, און וועלכעס איז עכו"ם נאר מיינט גוי, כידוע
און בסוגיית סתם מחשבת עכו"ם לע"ז, צו עס מיינט יעדע גוי (האלא, ווען דיין גוי רירט וויין טרינקסטו?)
און וויאזוי מען פסק'נט
יש שיחה מהקדושת ציון מבאבוב, שהשיב פעם לגוי אחד ששאל, למה אומרים על גוי ער פרעסט, זויפט, פאפפט, חסלרע, במקום עסט, טרינקט, שלאפט, חתונה
והיוצא מכל זה, שכן הי' נהוג אצל אבותינו ורבותינו, ופוק חזי
ואיך קראו גוי צעיר, שלא חטא מעולם, שקץ, מלשון שרץ.... ושקצה,
-איך סיפר העט"צ שהיודענע אמר, עס זאל אים נישט גערעכענט ווערן (והוא מסוגייא דאין מקבלין, ביבוש קצירה, וכו', פ"וו פארגינט מען זיי נישט זכות הצדקה)
חסד לאומים חטאת
ולא לקחו טובה מגוי בחנם, כידוע
"זאל ער זיין א כפרה" וכו' והדברים ידועים
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:56 pm
דורך SPUSMN
הרב יהיה כן, איך האב דער מאמר נאך נישט געליינט, אבער עס איז ליידער אמת אז א סאך האבען פיינט גוים סתם אזוי, נעם למשל דער סאטמארער תלמיד תורה אויף טרופ סטריט וואס גרעניצט זיך מיט א פארק פון שחורים, פאר די לעצטע דרייסיג יאר שרייען די קינדער ארויס פון די פענסטער אויף די גוים "בלעקי", ווער האט עס זיי אויס געלערענט? איך מיין נישט צו באשולדיגען קיינעם נאר דער תועלת הענין, אנדערע תלמיד תורה'ס זענען נישט בעסער. עפעס איז ווראנג אז מען דארף אפילו דעבאטירען דאס
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:58 pm
דורך והוא פלאי
נאכשרייען א גוי, חס ושלום
הזהרו בגוי קטן
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:59 pm
דורך מי יודע
SPUSMN האט געשריבן:הרב יהיה כן, איך האב דער מאמר נאך נישט געליינט, אבער עס איז ליידער אמת אז א סאך האבען פיינט גוים סתם אזוי, נעם למשל דער סאטמארער תלמיד תורה אויף טרופ סטריט וואס גרעניצט זיך מיט א פארק פון שחורים, פאר די לעצטע דרייסיג יאר שרייען די קינדער ארויס פון די פענסטער אויף די גוים "בלעקי", ווער האט עס זיי אויס געלערענט? איך מיין נישט צו באשולדיגען קיינעם נאר דער תועלת הענין, אנדערע תלמיד תורה'ס זענען נישט בעסער. עפעס איז ווראנג אז מען דארף אפילו דעבאטירען דאס
איי טו מיר א טובה
קינדער שרייען ווייל זיי האבן פיינט
די בלעקיס זענען סתם עקלדיג, און קינדער שרייען ווייל זיי זענען קינדער
ואגב מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט נישט צו זאגן דאס ווארט בלעקי בכלל, זיי נישט צו טשעפענען, וכך אני מלמד את בניי
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:59 pm
דורך יהיה כן
אלס איינער וועלכער האט געלערנט אין די דערמאנטע תלמוד תורה, און אלס איינער וועלכער וואוינט שוין יארן יארן צווישן שחורים, קען איך מעיד זיין עס איז נישט קיין שנאת חנם......
דער לעבנס שטייגער פון די בני חם זעהט אויס האבן זיי זיך אויס געלערנט אין די תיבה פון די בעלי חיים (והנשיא שלנו יוכיח כשיושב בבית מלכותו ורגליו על השלחן....)
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:03 pm
דורך והוא פלאי
ואגב לאלו שעיינו במאמר הנ"ל. אף לפי שיטתו, גוי שאינו עוסק בישובו של עולם, ואין הנאה ממנו כלום, מותר לשנוא אותו....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:13 pm
דורך SPUSMN
יהיה כן האט געשריבן:אלס איינער וועלכער האט געלערנט אין די דערמאנטע תלמוד תורה, און אלס איינער וועלכער וואוינט שוין יארן יארן צווישן שחורים, קען איך מעיד זיין עס איז נישט קיין שנאת חנם......
דער לעבנס שטייגער פון די בני חם זעהט אויס האבן זיי זיך אויס געלערנט אין די תיבה פון די בעלי חיים (והנשיא שלנו יוכיח כשיושב בבית מלכותו ורגליו על השלחן....)
איז פארוואס דענמאלץ איז דער שנאה פון דער איזרעלי צום אראבער יא שנאת חנם? ו
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:15 pm
דורך יהיה כן
און אגב, אין מיין שכינות וואוינט אן אלטער שחור, פאר עטליכע וואכן צוריק גייענדיג אין די גאס מיטן טלית שבת רופט ער מיך צו און פרעגט מיך פון וואו שטאמט עטץ פון וועלכן לאנד קומט עטץ, זאג איך אים פון איירופא, אונגרן ראמעניע פולין וכו' און איך זאג אים אז נאכן האלאקאסט האבן מיר געפליכטעט קיין אמעריקא, זאגט ער מיר, פארוואס פרעג איך דיר דאס, ווייל איך בין היינט 82 יאר אלט, איך האב ביי די קריג געארבעט אין די פייער דעפארטמענט אויף הופער סט., דער טשיף פון די דעפארטמענט איז געווען א נאצי, כסדר האט ער געשימפט און געשאלטן אידן, און מיך - דערציילט ער מיר - האט עס שטענדיג זייער פארדראסן, יענער איז געווען א שלעכטער מענטש, איך האב אים זייער נישט ליב געהאט, ביז ער איז געגאנגען אין מיליטער, יא אין די אמעריקאנע מיליטער, האט ער טאקע געקעמפט קעגן דייטשלאנד אבער א נאצי איז ער געווען, און דעמלטס האב איך פארשטאנען וואס פארא שלעכטע מענטשן די נאציס זענען...
איך האב געשמועסט מיט אים, אןו איך זאג אים אזוי בתוך הדברים, אז ביי אונז אידן ווייסן מיר צו רעספעקטירן אלטע לייט ווייל עס איז שוין אסאך אריבער אויף זיי אין זייער לעבן, און פארמאגן אין זיך פיל היסטאריע... דער שחור האט זיך אזוינס מחיה געוווען.....
נו שוין, עפעס איין נארמאלער אלטער שחור....
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:25 pm
דורך אויפריכטיג
ירדה שנאה בלויז פארן גוי אויפ'ן איד, אבער נישט פארקערט.
דער שרייבער ברענגט דארט עטליכע משלים וואס צייגן אן קלאר אז עס ליגט באגראבן ביי אונז א שנאה צום גוי.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:34 pm
דורך יהיה כן
אויפריכטיג האט געשריבן:ירדה שנאה בלויז פארן גוי אויפ'ן איד, אבער נישט פארקערט..
פארואס נישט? וואס עפעס דארף איך עם מער ליב האבן ווי ער מיר??
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 1:39 pm
דורך יהיה כן
אויפריכטיג האט געשריבן:דער שרייבער ברענגט דארט עטליכע משלים וואס צייגן אן קלאר אז עס ליגט באגראבן ביי אונז א שנאה צום גוי.
שומו שמים, טאקע ווייטאגליך...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 31, 2011 2:42 pm
דורך שטארק זיך
יהיה כן האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:דער שרייבער ברענגט דארט עטליכע משלים וואס צייגן אן קלאר אז עס ליגט באגראבן ביי אונז א שנאה צום גוי.
שומו שמים, טאקע ווייטאגליך...
יהי׳ זיי ממשיך... זייער ווייטאגליך פארוואס די שנאה איז ״באגראבן״...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 06, 2011 12:33 pm
דורך סטראשעלע
והוא פלאי האט געשריבן:דרך אגב, איז דער אשר הואיל ללבן, לשיטתו, מיט כוכב און משקיף, שאין נפ"מ בין ישראל לגוי... וכולם בצלם אלקים נבראו, ומי שסובר אחרת הוא איימיש
אשתמיטתי' דברי הקדוש האלקי מרן רבי חיים וויטאל נבג"מ המובא
במדרש שמואל פרק ג' דאבות על המשנה חביב אדם שנברא בצלם וכו', עיין בדבריו הקדושים הנובעים מחכמת התורה וחכמת אלקיי לא מהבלי הגויים ששורשם בדעת דקליפה ואכמ"ל
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 11:09 am
דורך כ'שעם מיך
לעצטנס לערענענדיג ספה"ק חובת הלבבות האב איך באגעגענט אין די הקדמה דיבורים וואס איז לכאורה איינשטימיג מיט אשר הואיל'ס מהלך. -ירא הקהל וישפוט.
ושמתי רוב ראיותי עליו מן הדברים המושכלים, וקירבתים בדמיונים הקרובים אשר אין בהם ספק, וסמכתי להם מה שמצאתי כתוב בספרי הנביאים. ואחר כך סמכתי להם דברי הקבלות שקבלנו מרבותינו זיכרונם לברכה, ומן החסידים והחכמים שבכל אומה שהגיעו דבריהם אלינו, מפני שקויתי שיהיו הלבבות נוטים אליהם ומקשיבים אל חכמתם. כמו דברי הפילוסופים ומוסרי הפרושים ומנהגיהם המשובחים.
וכבר אמרו רבותינו זיכרונם לברכה: כתוב אחד אומר (יחזקאל יא) וכמשפטי הגוים אשר סביבותיכם עשיתם, וכתוב אחד אומר (שם ה) לא עשיתם. הא כיצד? כמתוקנים שבהם לא עשיתם, כמקולקלים שבהם עשיתם.
ואמרו: כל האומר דבר חכמה, אפילו באומות העולם, נקרא 'חכם'.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 11:26 am
דורך isolated
כמתוקנים שבהם לא עשיתם, כמקולקלים שבהם עשיתם
קלארע דיבורים
נו, וואשזע שעמ'סטיך?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 27, 2011 12:20 pm
דורך אוהב חכמה
כ'פארשטיי נישט פונקטליך וואס דאס האט א שייכות אהער, אבער אויב מיינט איר צו ברענגען אז כמתוקנים שבהם איז גוט, איז דאס א טעות. כמתוקנים שבהם וואלט פיל בעסער געווען ווי כמקולקלים, איז דער נביא מוכיח, אויב שוין נאכמאכן גויים מאך כאטש נאך די מתוקנים. און דאס שרייבט אויך דער חוה"ל, אז אויף דעם קען מען זיי ברענגען, כאטש אזויפיל ווי זיי זאל מען טוהן, ופשוט.
אויפן זעלבן מהלך ווי (צב"ש) הלוואי אותי עזבו ותורתי שמרו.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 4:39 am
דורך msp
אוודאי ווען מיר זאגען שלא עשאני גוי מיינט מען אפילו די מתוקנים
אבער דער חובות הלבבות שרייבט ווי נישט ווי אז חכמה בגויים תאמין
און אס עס איז נישט קיין עוולה איבער צו זאגען א דבר חכמה בשם א גוי
ווי למשל אין ספר החיים ברענגט ער עטליכע ענינים פון גויים
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 5:11 am
דורך אוהב חכמה
דאס זאגט דאך שוין די גמ'.
וכי ע"ז יצא הקצף ע"ד אשר הואיל? דער נידון דא איז דאך גאר אן אנדערער.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 5:26 am
דורך msp
אין הכי נמי
אבער אויב עס איז דא חכמה בגויים
האט מען נישט וואס צו זיין ראסיסטיש
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 5:39 am
דורך אוהב חכמה
די גויים ווייסן דאך אז ס'איז דא חכמה ביי אידן, פארט זענען זיי ראסיסטיש...
אבער דאס איז כמקולקלים שבהם.
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 28, 2011 6:40 am
דורך msp
ביזט גערעכט אז עס זענען דא גויים ראסיסטען
די שאלה אויב דאס איז מתיר הרצועה אז דערפאר זאלען מיר אויך זיין ראסיסטען