בלאט 6 פון 8

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 10:48 am
דורך יהיה כן
msp האט געשריבן:הרב יהיה כן
אולי תסביר לי
איז בכלל נישט שייך אנ ארענטליכע גוי
א פיינער מענטש


ער איז פיין ווייל עס לוינט עם אזוי, נישט ווייל ער ז במהות אזוי
ווער עס איז עוסק בתורת החי של המהר״ל (און נישט אין ליידיגע הויך שרייבערישע מאמרים פונם אשר הואיל ללבן) וועט טרעפן דעם רעיון אומצאליגע מאל כידוע
א צישטעל דערצי קען זיין די באקאנטע גמרא לעתיד לבא וועט דער רבוש״ע אויספראבירן די גוים במצות סוכה וכו׳ כל אחד בועט בסוכתו ויוצא, יא, אויך די פיינע גוים......

און פרעג דזשע דעם עלטערן דור (וויפיל עס זענען נאך דא פון זיי לאויש״ט) ווי אזוי די ׳פיינע׳ גוים האבן זיך אויפגעפירט ביים קריג....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 10:52 am
דורך msp
זענען אבער נישט געווען קיין גויים וואס האבען געראטעוועט אידען?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 10:56 am
דורך יהיה כן
msp האט געשריבן:זענען אבער נישט געווען קיין גויים וואס האבען געראטעוועט אידען?


ממילא איז וואס?
וויפיל האבן געראטעוועט אידן בלויז לשם טובה? די אמעריקאנער מיט די רוסן זענען דאך געווען סך הכל אין קריג מיט די דייטשן האבן זיי דאך נאטורליך געראטעוועט זייערע געפאנגענע, (והא ראיה, די בקשה פון דאס אמעריקאנעם יודנטום און די רבנים מארש ביים ווייסן הויז איז זיי גאנץ ווייניג אנגעגאנגען כידוע.... און דאס גרויס אהבת ישראל פון די רוסן דארף מען דאך אויך נישט מאריך זיין.....)
נו וויפיל גוים בלייבן איבער וועלכע האבן ׳געראטעוועט׳? א נישטיגע נישטיגע צאל......, און פון די צאל איז דאך כידוע אויך געווען פילע מיט כוונות חלילה אפצישמד׳ן אידישע קינדער.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:00 am
דורך msp
איך רעדט פון גויים וואס האבען זיך געלייגט אין סכנה אויף צו באהאלטען אידען
נאך א שאלה
איינער וואס גלייבט אז עס באשטיין יא ארענטליכע פיינע גויים איז דאס אפיקורסות?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:03 am
דורך יהיה כן
דער מאמר איז געצילט ארויס צי ברענגען אז לעולם איז א איד מיט א גוי גלייך, און א איד וועלכע קוקט אראפ א גוי איז עס ראסיזם...רח״ל... כמדומה אז כ׳דארף נישט מסביר זיין, דאס איז אפיקורסות.....
באלדהעט ער מירזאגן שעכטן בעלי חיים איז אויך ראסיזם, כדעתם המטופשת של בעלי חברת הפיטע ודומיהם

ברענג מיר א ליסטע פון וויפיל גוים דו רעדסט.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:05 am
דורך msp
הרב יהיה כן
איך האב נישט דאס ארטיקעל
איך האב נישט דער פעמון געזעהן בכלל
אוודאי זאגען מיר יעדען טאג שלא עשאני גוי
אבער גויים וואס זענען מקבל אויף זיך ז' מצוות דב"נ זענען דאך אוודאי פיינע מענטשען

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:07 am
דורך יהיה כן
הייבסט יעצט אן א נייע אגענדע פון שבע מצות בני נח......
א גוי וואס איז מקבל אויף זיך שבע מצות בני ננח איז עפעס אן אנדערע מהות?, ער איז א גוי ככל הגוים, ער וועט באקומען שכר על קיום ז׳ מצות בני נח, אבער פון אים ביז א יוד וועמענס גוף איז א נרתק פאר א חלק אלוקי ממעל, איז פאלג מיך א גאנג.....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:07 am
דורך SPUSMN
איז ראול וואלענבורג געווען א פיינע גוי? וואס זענען געווען זיינע חשבונות? אזעלכע זענען געווען עטליכע טויזענט, נישט א נישטיגע צאל. אפילו און אוקריינע, וואס טייל האלטען אז זיי זענען געווען די גרעסטע שונאי ישראל און אייראפע, איז צווישען זיי געווען א פאר הונדרעט וואס האבען געראטעוועט אידען כאטש דאס האט געמיינט טויט שטראף

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:15 am
דורך יהיה כן
עטליכע טויזנט??? זענט איר אויפן קאפ געפאלן? ווי אזוי זענען געהרגט געווארן רובא דרובא פון יהדות איירופא אויב עס זעננען דארט געווען טויזנטער גוים גרייט זיי צו ראטעווען, און. נאך מיט מסירות נפש דערצו....
מען טרעפט אין די היסטאריע בעלי חיים האבן אויך געראטעוועט מענטשן, נו איז וואס?
די צאל גוים וועלכע האבן געראטעוועט אידן זענען געווען מיט די השגחה עליונה וועלכע האט זיי געשיקט צו זיין שלוחים להצלה, אבער זייער מהות האט זיך נישט געטוישט א גוי בלייבט א גוי

דאס איז נישט מיינער געדאנק, לערן ספריו הקדושים פון מהר״ל און דעם רמח״ל וועסטו דאס טרעפן דארט, סאו ווילסט זיי אפפרעגן??

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:23 am
דורך והוא פלאי
יהיה כן האט געשריבן:הייבסט יעצט אן א נייע אגענדע פון שבע מצות בני נח......
א גוי וואס איז מקבל אויף זיך שבע מצות בני ננח איז עפעס אן אנדערע מהות?, ער איז א גוי ככל הגוים, ער וועט באקומען שכר על קיום ז׳ מצות בני נח, אבער פון אים ביז א יוד וועמענס גוף איז א נרתק פאר א חלק אלוקי ממעל, איז פאלג מיך א גאנג.....

שכר? ראה ויתר גויים

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:25 am
דורך msp
הרב יהיה כן
רעגט אייך נישט
הלא מימיך אנו שותים
מיר פרעגען דאך נאר

הרב והוא פלאי
ראה ויתר מיינט אויף די וואס היטען נישט אפ די ז' מצוות
כך נראה לי...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:26 am
דורך מי יודע
איך וועל צולייגן אביסל יהיה כן ווערטער אויף די פארקערטע וועג

ווען דו זעסט א גוי אין א סכנה, שטערט דיר איין מינוט אז דער גוי פייגערט אפ?, לכאורה נישט

איי רובא דרובא וועסטו אים ראטעווען, פארוואס? וועגן חילול ה' קידוש ה' וכו', דו פארשטייסט אין וואסערע סאסייעיטי דו לעבסט
והוא הדין להיפך

כ'מיין וויפיל מאל האלט איך אפן די טיר פאר א גוי ווען איך גיי ארויס פון א געשעפט, ער קען מיר גארנישט טון אויב איך וואק ווייטער, איך טו עס ווייל איך האב אים ליב?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:32 am
דורך SPUSMN
הרב יהיה כן, וואס איז דאס? ו

http://en.wikipedia.org/wiki/Righteous_ ... he_Nations
http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%97%D7% ... 7%9C%D7%9D

פארגעס די מדינה, דער מדובר דא איז די צאל גוים וואס האבען אויפגעהויבען א פינגער צו ראטעווען א איד

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:43 am
דורך יהיה כן
הרב ספוסמאן
לינק צו וויפיל דו ווילסט, אבער פאקטיש א גויאישער גוף גייט נישט אויפשטיין תחית המתים, האט נישט קיין שום נצחיות אין זיך, אפילו ער וועט ראטעווען זעקס מיליאן יודן
סך הכל איז ער פונקט ווי דער שד בן תמליון וועלכער איז געקומען ראטעווען אידן בזמנו של רשב״י וחבריו איז עס ביים קריג געווען די גוים וועמען דער מסבב כל הסיבות האט געשיקט ראטעווען אידן
דער שד איז געבליבן א שד, און דער גוי איז געבליבן א גוי
א יוד איז א אנדערע יסוד, אזוי ווי דער חי איז אנדערש פונם מדבר, און דער צומח איז אנדערש פונם חי איז דער יוד אנדערש פונם גוי.... (פארשטייסט אליינס אז אינם גאנצן וויקיפידיע וועסטו דאס נישט געפונען, אויך נישט אין קיין איין סייענס בוק, אבער אין אונזער תורת אמת שטייט עס יא.....)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:47 am
דורך בחורהזעצער
msp האט געשריבן:הרב והוא פלאי
ראה ויתר מיינט אויף די וואס היטען נישט אפ די ז' מצוות
כך נראה לי...


הרב אמת-פי עי' בב"ק לח. לחד מ"ד ראה הקב"ה שאין מקיימין השבע מצוות, עמד והתירן, שאפילו מקיימין אין מקבלין עליהם שכר אלא כאינו מצווה ועושה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:50 am
דורך גלעקל
יהיה כן שרייבט:
הער אויס
א גוי איז במהות א רוצח, נאר ער טוט עס נישט מחמת מוראה של מלכות, אדער ווייל ס׳לוינט עם נישט בדרך כלל

אלע גוים? כמדומה אז תורתינו הקדושה זאגט עס דירעקט אויף ישמעאלים.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:52 am
דורך והוא פלאי
על חרבך תחי'?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:56 am
דורך גלעקל
ידידי היקר יהיה כן (תרתי משמע) שרייבט:
און פרעג דזשע דעם עלטערן דור (וויפיל עס זענען נאך דא פון זיי לאויש״ט) ווי אזוי די ׳פיינע׳ גוים האבן זיך אויפגעפירט ביים קריג....

מיין זיידע זז"ג לאוי"ט (פליט המלחמה), מיד בקבלו את הפעמון וראה "יש ללמוד דברים טובים מן הגוים.." שאל בתמיהה: זאג נאר! וואס קען מען זיך אפלערנען פון א גוי... עניתי: מה עם ראול וואלנבורג? אה.. ביסט גערעכט! היו גוים שמסרו נפשם להציל יהודים..

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:57 am
דורך גלעקל
והוא פלאי האט געשריבן:על חרבך תחי'?

וואס זאגט די מדרש אויף ה' מסיני בא וזרח משעיר למו, לא תנאף (תשעה קבין .... נטלה ישמעל) אדער לא תרצח? כ'דענק נישט גענוי ר' יו"ט ערליך'ס זמר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 11:59 am
דורך SPUSMN
הרב יהיה כן, אלעס מסכים, אבער הרב מנחם שלום האט געפרעגט צו עס איז נישט דא א פיינער גוי, און דער ענטפער איז אז אוודאי איז יא דא, דער שאלה דא איז איצט, איז וואס פונקטליך איז ער, א הונט זיכער נישט, א שד אויך נישט, א איד אוודאי נישט, איז וואס איז ער דענמאלץ יא? דער גמרא זאגט אז אתם קרוים אדם און א גוי נישט, ער איז אן עם הדומה לחמור, אן אדם איז א העכערע מדריגה ווי אן אנוש, און אן איש איז העכער פון א אדם, איך האב דער הפעמון ארטיקעל נאך נישט געזעהן, אבער דער נושא אינטעריסירט מיר זייער שטארק, איך האלט זיך צוריק פון צופיל אריין רעדען ווייל איך וועל רעדען מיינסטענס פון געפילען און דאס איז למעשה א תורהדיגע און הלכהשע שאלה, אבער ווען איך זעה אז רוב פון מיינע געדאנקען זאגט דער תפארת ישראל, ווייס איך אז איך גיי אויף אן אייזערנעם בריק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:01 pm
דורך גלעקל
אבער ווען איך זעה אז רוב פון מיינע געדאנקען זאגט דער תפארת ישראל, ווייס איך אז איך גיי אויף אן אייזערנעם בריק

לאו דוקא, לויטן תפארת ישראל איז "אתם קרוים אדם" בכלל נישט ספעציעל לשבח.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:28 pm
דורך אויפריכטיג
איך פארשטיי בכלל נישט על מה יצא הקצף. דורכליינענדיג דעם מאמר, האב איך בעיקר ארויסגענומען אז דער כותב זוכט אראפצורייסן די שנאה כבושה על לא דבר וואס מיר האבן קעגן די גוים. ער זוכט דארט בכלל נישט אועקצונעמען דעם אתה בחרתנו מכל העמים, ער זוכט בכלל נישט צו פארגלייכן דעם רוחניותדיגן אינטערשייד פון א איד ביז א גוי. סך הכל וואס ער ברענגט ארויס איז, אז די שנאה וואס מיר האבן צו די גוים איז ווייל מיר האבן געמאכט איין גרויסע טשולענט אז אלע גוים זענען שלעכט און נאציס. אין פאקט גלייב איך זייער שווער אז רוב מענטשן וואס האבן פיינט א גוי איז צוליב די געטליכע צווישנשייד וואס שיידט אפ דעם איד פונעם גוי, עס איז ענדערש א שנאה צוליב די שלעכטיגקייט און רשעות וואס די גוים האבן געטון פאר די אידן. אויף דעם קומט ער זאגן אז עס האט נישט קיין שום פשט צו האבן א שנאה אויף א באשעפעניש וואס דער באשעפער האט באשאפן, וואס האט גארנישט געטשעפעט קיין איד.

איך שרייב בקיצור, איך האף מען פארשטייט דעם געדאנק.

איך וואלט אנגעטראגן אז קארל זאל ווידעראמאל פרובירן צו לייגן א האנט אויף מעשי ידיו פון הרב לאבין, און אולי מיט רשות פון מוציא לאור וועט ער דאס קענען דא ארויפשטעלן, וירא הקהל וישפוט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:32 pm
דורך farshlufen
דברי החתם סופר בשבת ע"ז "כחמור הרחיים"
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=44

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:33 pm
דורך אוהב חכמה
גלעקל האט געשריבן:
עמו אנכי.
לויט וואס מ'ברענגט דא נאך, איז דער ארטיקל הוילע לופט. יכלה הזמן והראיות לא יכלו, א שאד בכלל אנצוהייבן.
מעגליך אבער אז מ'ברענגט דא נאך שלא בדיוק.

פאסט נישט פאר אזא ניק ווי "אוהב חכמה" אזוי צו רעדן... ליין איבער דיין אינטערשריפט...
הצלחה רבה


קומט מיר פאר ווי דאס וואס להבדיל כת ש"ץ ימ"ש האבן געשריגן אז ווער ס'האט א ספק צי ש"ץ איז משיח איז מזלזל במלך המשיח. דער רבנו יונה זאגט אז מ'דארף ליב האבן א דבר חכמה, אך ע"ז אנו דנין צו ס'איז א דבר חכמה אדער הוילע לופט.

ווי געשריבן קען איך דא נישט אריינרעדן ווייל כ'האב דעם ארטיקל נישט געלעזן, אבער אויב איז דער פונקט אז במהותו איז א גוי פיין און גוט, דאן קען איך בלויז איבערזאגן אז ס'איז הוילע לופט.
לאמיר רעדן אביסל קלארער, ס'איז מבואר אין אלע ספרים הקדושים אז בני ישראל שורשם מצד הקדושה, רוב גוים שורשם מצד הקליפות הטמאות, די מיעוטא דמיעוטא וואס ווערן דא אנגערופן "פיינע גוים" שורשם מצד קליפת נוגה.
מסתמא כמעט יעדע ספר וואס אנטהאלט די ווערטער ישראל און עכו"ם\נכרי\בני נח וכו' קען מען טרעפן א ראי' נגד הנקודה הנ"ל, דערפאר איז פשוט א שאד אנצוהייבן (און דערפאר טראכט איך אז כ'האב עס נישט ארויס בדיוק).

אויפריכטיג האקט, בסך הכל זאגט ער אז כ'האב טאקע נישט ארויס כוונת הארטיקל בדיוק, ברוך שכיוונתי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 25, 2011 12:39 pm
דורך SPUSMN
הרב אויפריכטיג, זאגסט דאך אזוי גיט וואס איך האב פרובירט ארויס צוברענגען און דער אשכול "מעג א איד זיין א ראזיסט". אז עס איז צוויי באזונדערע זאכען, איינס וואס דאס מיינט זיין דער עם הנבחר, און צווייטס אז מען טאר נישט פיינט האבען א גוי סתם אזוי