בלאט 37 פון 121
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 1:33 pm
דורך SPUSMN
סטראשעלע האט געשריבן:מלא רצון, פפד"מ ת"ע
ובשולי השער מודבק נייר וכתוב לאמר: מה"ה הרב המחבר לה"ה הקצין גבאי צדקה כמר אנשיל אופנהיי'
אינטרעסאנט אז מען זאל גיין צום דרוקער צו דרוקען א ספעציעלע שורה אז מען גוט דאס צו איינעם. אבער לאידך גיסא האט דער מחבר געהאט געלט, און געדרוקט דאס ספר אויף די בעסטע און שענסטע פאפיר בימים ההם, עס איז א יופי פון א דרוק. זיין ברודער דער גרויסע עושר ר' אברהם הלוי שפיץ רה"ק און אייזנשטאדט, האט באצאלט די הוצאות הדפוס ווי ער דאנקט אים און די הקדמה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 1:55 pm
דורך SPUSMN
סטראשעלע האט געשריבן:אור החיים עם פירוש מעין גנים, לבוב תר"י
בדף לפני השער: זה הספר שייך להרבני המופלג הנגיד והקצין מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן בכפר קלוקנא הק' מרדכי גוטמאן
ב"ה פה וואלענדארף יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?
ב"ה שייך לי הק' משה ארי' בן מהו"ר מאיר כ"ץ ז"ל נכד של מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן ז"ל
על השער: ב"ה נחלת אבות הוא לי הק' משה ארי' כהן
ב"ה וו"ד יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?
כנראה הוא הג"ר מאיר כ"ץ קאהן מו"צ בוואלענדארף, תלמיד הכתב סופר, ראה "החתם סופר ותלמידיו" עמ' תקט"ו.
ווייסט איינער מער פרטים איבער אים און איבער הקצין ר' ליבוש קרח פון קלוקנא,
אולי איז ר' מאיר געווען אן איידעם ביי אים? אזוי קוקט עס עפעס אויס, ווייל ר' משה ארי' בן ר' מאיר שרייבט אז ער אין אן אייניקל פון ר' לייביש קרח
וואס פארא א נאמען איז קרח, א שם עצם אדער א משפחה נאמען ?
וואו איז דאס קלוקנא ? (הגאון האדיר צנמ"ס רבי "גוגעל" זאגט "לא יודע".....)
אפשר קען מען עפעס קלוגער ווערן פון די לאטיינישע געפירקעלאכטס, זאלן זיך יאווען די מכירי לשונות העמים און עס פרובירן אויסליינען, איך קען נישט,
מאיר הכהן וואללענדארף_1024x680.jpg
משה ארי' כהן.jpg
Label Karach im Klukno
Marcus Gutman ... Juli 1853
zu Label Koroch .. dorf
Guta (Yuta) Klukno
און דער ערשטער שורה שרייבט זיך קרח מיט א לאטיינישער a
אבער און די דריטע שורה מיט א לאטיינישער o
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 4:44 pm
דורך יוסף שרייבער
מיללער האט געשריבן:יישר כח ר' יאסל פאר אלעמען.
1. ביי ר' שלמה דוב שפרינץ שרייבט איר אז ער איז נפטר געווארן תרפ"ט אין מאנטריאל, קען זיין ער איז נפטר געווארן אין מאנטריאל פערצופאל, אבער ביי זיין פטירה האט ער שוין געוואונט אין באסטאן ווי ער האט משמש געווען ברבנות (אין שו"ת בית אב לרא"א יודעלעוויטש איז דא א פסק בי"ד איבער א גט דאכציך ווי ער שרייבט אונטער אינאיינעם מיט ר' אברהם אהרן ווען ביידע זענען געווען אין באסטאן).
2. איר דערמאנט ר' שלמה זלמן מינדצענט אב"ד מיהאיפאלווא, איז ער געווען א רבנ'ישע אייניקל? איז דא ערגעץ מער אינפא איבער אים?
גערעכט דאס איז א טעות ער ליגט אין וועסט ראקסבערי מ.א.
http://kevarim.com/rabbi-shlomo-dov-sprince/#more-3352---------------------------
ר' שלמה זלמן מינדצענט א"בד הראשון במארגרטין בשנים תקפה-תר"ה (לפי מקור אחר רק עד בערך תקצ"ח) משם עבר למיהאיפאלווא ונפטר ז טבת תרכ"ט ושם מנו"כ.
בשנת תקצ"ה חיפש הגביר ר' יעקב בער הלוי פעלדמן מפעטרא שליד מארגרטין חתן לבתו וביקש מר' שלמה זלמן שיכתוב למרן החת"ס שיציע בחור מופלג, מרן כתב לר' שלמה זלמן והציע את הב' יהושע אהרן צבי וויינברגער [הרש שוסבארג ] ואכן נעשה השידוך. ברבות הימים אב"ד מארגרטין .
חתנו ר' שמואל גינז-שלעזינגער הנ"ל.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 5:10 pm
דורך מיללער
תודה,
בעיר סעקלעהיד היה גר איש נכבד בשם ר' שלמה (זלמן) צבי מינדצענט, נפטר שם בשנות תר"ע מבלי להתברך בזש"ק, האם יכול להיות שהיה נכד הנ"ל?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 21, 2012 5:41 pm
דורך יוסף שרייבער
ווייס איך נישט, פון ר' שמואל איז פארבליבען שושלת הרבנים גינז זעה דא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =1&hilite=און דא
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=26( זעה דף xxii אז זיי זענען אייניקלעך מזו"ר בת ר' יצחק נתן ליפשיץ אב"ד סאנטוב )
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 1:08 pm
דורך מיללער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 6:14 pm
דורך זאמלער
אויפ'ן ספר חמד משה. ה״ר גדליה משה הלוי. על שרע או״ח. פיורדא. תקנ״ט. געפונט זיך די אויפשריפט כנראה פאראייביגט די יארצייטן פון זיידע מהר''י ליבץ? און באבע
ר' יוסל מ'האט שוין געגבן צייט ליתן ריוח איז לאמיר זיך נעמען ווייטער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 7:15 pm
דורך יוסף שרייבער
איך בין גרייט...
אז ער שרייבט חד מבני אהרן ודעביד עובדא דאהרן, דארפסטו זיכען א רב א כהן א רודף שלום וואס איז אוועק ביום ב כא? טבת תקס"א? וואס זיין שווער האט געהייסען מהר"י ליב און איז אוועק כב? אדר תקל"א.
שייך וכו........ יצחק
אז ער שרייבט כאטשיק ארויס דעם טאטענס נאמען וואלט געווען מיט וואס צו ארבעטען אבער אזוי איז שווער, אבער אל יאוש עס דרייען זיך דא גרויסע מבינים אפשר וועלען זיי דאס אויספיגערען.
אגב האב איך שוין עטליכע מאל באגעגענט דער צורה פון שרייבען די דאטום אזוי, עס קוקט אויס ווי 'קא' און 'קב' , אלע אנדערע אות 'כ' שטייט נארמאל אפשר ווייסט איינער פשט?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 22, 2012 10:01 pm
דורך סטראשעלע
כתוב זאת בספר לזכרון, את יום אף וחרון
כי נשבה בו הארון, חד מבני אהרן
ודעביד עובדא דאהרן, ה"ה אדוני אבי מ"ו
הרב הגדול חבצלת השרון, ביום ב' ך"א טבת תקס"א
ואת משנה שברון, היא פטירת אמי הצנועה
ביום ער"ח חשון תקסטי"ת
ג"ז למזכרת, ביום שנפל מעל ראשינו עטרת תפארת,
אא"ז אבי אמי הרב הגדול מוהר"י ליב ביום ך"ב אדר תקל"א
ואמי זקנתי שהי' להרב.. מחברת ביום ז' כסלו תקנ"ד
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 26, 2012 1:57 pm
דורך נחמן נתן
חתימת וחותמת הג"ר עזריאל הילדעסהיימער זצ"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 9:02 am
דורך msp
דאס איז נאך פון אייזענשטאט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:41 am
דורך זאמלער
הקדשה על ספר עטרת שלמה הנהגות וספורים וכ''ו על התפארת שלמה
מהמחבר ר' יצחק מרדכי ראבינאוויטץ אב''ד פלאונא בנו של ר' צבי מאיר אב''ד רדאמסק בן התפארת שלמה זי''ע
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 4:30 pm
דורך ווילוויסן
מי זה
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 7:02 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 7:34 pm
דורך ווילוויסן
איז דער נחלת שמעון געווען א לוי?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 8:23 pm
דורך סטראשעלע
מ'דארף קודם וויסן צי דער ספר אויף וואס די חתימה געפונט זיך איז געדרוקט לפני תקס"ב שנת פטירתו?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:20 pm
דורך ווילוויסן
סטראשעלע האט געשריבן:מ'דארף קודם וויסן צי דער ספר אויף וואס די חתימה געפונט זיך איז געדרוקט לפני תקס"ב שנת פטירתו?
אויב איז ער אוועק תקס"ב איז עס לכאורה נישט ער.
די ספר איז א צווייטע דרוק פון אור המאיר [זיטאמיר] נישט תקנ"ח נאר די וואס איז נאכדעם מ'ווייסט אבער נישט פונקטליך וועלכע יאר דאס איז געדרוקט בערך תק"ע.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 27, 2012 11:27 pm
דורך ווילוויסן
ר' בן ציון הלברשטאם נכד הגאון הקדוש מבארדיוב
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 12:42 am
דורך יוסף שרייבער
ר'בן ציון הלברשטאם בן ר' אביגדור צבי אב"ד צאנז ישן ובארדיוב בן ר' יחיאל נתן אב"ד צאנז ישן ובארדיוב.
בשנת תרצ"ו נשא את פיגא בילא בת ר' מנחם מענדל הורוויץ אב"ד ליסקא.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 1:16 am
דורך יוסף שרייבער
ווילוויסן האט געשריבן:איז דער נחלת שמעון געווען א לוי?
איז נישט געווען ערגעץ א מאמר אין איינע פן די קובצים אז תרי ר' שמעון היו?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 3:13 pm
דורך סטראשעלע
מגדל עוז, זיטאמיר תרל"ד
בדף לפני השער: ב"ה לד' הומ"ל תוי"ב [הארץ ומלואה תבל ויושבי בה]
הק' יחזקאל שרגא הלברשטאם
קניתי מהוני, להגות בו בגרוני, לכפר שגגי וזדוני, בעד מאה לעי
פ' עקב תרצ"ח
בדף ב': הק' יחזקאל שרגא הלברשטאם
חופק"ק טרעבישאוו יע"א
א שינאווער אייניקל?
ס'האט אויך א זיגל פון: הרב פינחס ... חופ"ק טיגינא, ובלשון לע"ז: Rabin P. FAIER Tighina
איז דאס הג"ר פינחס פייער וואס איז
דא דערמאנט,
עפעס מער פרטים איבער אים ווייסט איינער?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 4:56 pm
דורך יוסף שרייבער
ער איז א פעטער פאר די חתימה וואס רב וויל האט געשטעלט, ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם אב"ד טרעבישאוו בסלובקיה ואח"כ אדמו"ר במארוש-וואשעראהלי בן ר' יחיאל נתן אב"ד צאנז ישן ובארדיוב.
נולד תר"ס ,נספה בשואה הי"ד.
---------------------------
יא דאס איז הג"ר פינחס פייער, בענדער הייסט אויף ראמעניש טיגינא.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 9:58 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:ער איז א פעטער פאר די חתימה וואס רב וויל האט געשטעלט, ר' יחזקאל שרגא הלברשטאם אב"ד טרעבישאוו בסלובקיה ואח"כ אדמו"ר במארוש-וואשעראהלי בן ר' יחיאל נתן אב"ד צאנז ישן ובארדיוב.
נולד תר"ס ,נספה בשואה הי"ד.
אינטערעסאנט.
דער אויבנדערמאנטער ספר האט אויך א חתימה פון ר' יחזקאל טאקע דער פעטער.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 10:01 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר'בן ציון הלברשטאם בן ר' אביגדור צבי אב"ד צאנז ישן ובארדיוב בן ר' יחיאל נתן אב"ד צאנז ישן ובארדיוב.
בשנת תרצ"ו נשא את פיגא בילא בת ר' מנחם מענדל הורוויץ אב"ד ליסקא.
זייער פיין יאסל!
ס'איז מיר אינטערעסאנט געווען דער נאמען בנציון, איך געדענק נישט נאך א צאנזע אייניקל זאל הייסן אזוי אויסער דער באבובער רב הי"ד.
דא איז דער חתונה בריוול פון דעם שידוך בבית לינסק-בארדיוב.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 28, 2012 10:12 pm
דורך יוסף שרייבער
פון ווי האט איר די הזמנה אויב איך מעג פרעגען?