בלאט 35 פון 121

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:19 pm
דורך ווילוויסן
אוהב חכמה האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:וואס איז דאס כוכבי אור ביטע? וואו קען מען דאס זען


כתבי תורה וכדו' מתלמידי יח"ל שנהרגו עקדה"ש.
אויף היברו בוקס טרעף איך דאס נישט (כ'פארמאג דאס אויף פאפיר).

אהא
גאנץ מעגליך אז די כוכבי אור האט גענומען זיין חיד"ת פון שערי אורה. איז דאס ריכטיג?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:21 pm
דורך סטראשעלע
מדרש פנחס, בילגוריי תרפ"ט

על השער: לדהו"מ הק' אברהם אבא לייפער בההגה"צ שליט"א האבדק"ק פיטסבורג יצ"ו, ראה כאן

א זיגל איז דא: אשר ראזענבוים בהה"צ מנאדווערנא,

ווער איז הה"צ מנאדווערנא ?

אברהם אבא לייפער.jpg
אברהם אבא לייפער.jpg (78.63 KiB) געזעהן געווארן 159 מאל


אשר ראזענבוים.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:35 pm
דורך יוסף שרייבער
ווילוויסן האט געשריבן:
אוהב חכמה האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:וואס איז דאס כוכבי אור ביטע? וואו קען מען דאס זען


כתבי תורה וכדו' מתלמידי יח"ל שנהרגו עקדה"ש.
אויף היברו בוקס טרעף איך דאס נישט (כ'פארמאג דאס אויף פאפיר).

אהא
גאנץ מעגליך אז די כוכבי אור האט גענומען זיין חיד"ת פון שערי אורה. איז דאס ריכטיג?


כוכבי אור איז דא אויף אוצר החכמה זעה דארט ח"ב דף 7 ,יא פון שערי אורה און פון א כת"י.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:39 pm
דורך זאמלער
זה הספר כוונת המצוות שייך לאאדמו''ר הגה''ק הרה''צ רבן של ישראל
בנש''ק מו''ה יודא עהרליך שליט''א
אני ה'ק חיים משה

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:41 pm
דורך סטראשעלע
צוואה מהה"ק רבי אהרן מקארלין זצוק"ל, טשערנאוויץ תרט"ו

הק' רפאל בהר"מ דומ"ץ

לכאורה איז דאס הג"ר רפאל זילבערמאן אב"ד צפת, ריכטיג?

רפאל בהר''מ דומ''ץ_792x768.jpg

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:44 pm
דורך ווילוויסן
לאמיר אריינשמירן עפעס א לענגערע געשעפט..
ספר חק לישראל שחיבר הרה"ג ר' ישראל הלוי לאנדא בנו של הנודע ביהודה, הוציאו לאור בראשי וסופי תיבות שמותיו. והשער מצויר עם כמה ציורים.

שרייבט אריין ר' זלמן חערליץ
"למשמרת לדורת שקבלתי הספר הלז לדורן דרשה מאת ש"ב הרב המאה"ג החרוץ ושנון מו"המרדכי ברומאף לע"ע יושב על כסא ההוראה במדינת פיהם בק"ק לייפע ואגפיה יוד כסליו תקס"ז לפ"ק. זלמן חערליץ

דערנאך זאגט עדות איינער "בערל גראבאך" אויס טארנאל?, אז דאס באלאנגט פאר הקצין ר' זלמן זעהעפארער פאן כירליץ

א צווייטער באשטעטיגט דאס אז דאס געהער צו שלמה מכונה זלמן חרליטץ.

ר' זלמן איז געבענטשט געווארן מיט צוויי בנים נאכן באקומען דעם ספר פון ר' מרדכי'ן. און ער פארפעלט נישט צו לויבן דעם אייבערשטן על כל הטוב אשר גמלהו. און צו פאראייביגן לדורות אלע פרטים.

דאס שרייבט ער
חנני אלקים ונתן לי בן נולד יו' שבת קודש ג תשרי תקס"ט נימול לשמנה ביום כפור בעיר ברין ע"י הרב מ"ו אפרים .. מנ"ש ושותפו הקציו מו' פסח שוחט, נקרא שמו בישראל יצחק בן כהר"ר שלמה מכונה זלמן נ"י השם יזכני לגדלו לתורה ולחופה ולמע"ט אכי"ר, לראות ממנו בני וב"ב עוסקים בתורה לשמה.

יוסף השם לי בן אחר נולד יום א' ב' ניסן תקע"ז נימול ע"י הרבני כה"ר יצחק וואלף מק"ק אויסטרליטץ ונקרא שמו בישראל שמואל מאיר בן כהר"ר שלמה המכונה זלמן נ"י השם יזכני לגדלו בעושר וכבוד לתורה ולחופה ולמע"ט ולראות ממנו בנים ובני בנים עוסקים בתורה לשמה מאהבה אכי"ר

דער שמואל מאיר האט שפעטער גע'ירש'נט דאס ספר פון פאטער.

דארף מען נאר דערגיין ווער דאס איז דער המאור הגדול ר' מרדכי ברומאף יושב על כסא הוראה בק"ק לייפע ואגפיה.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:48 pm
דורך ווילוויסן
די איבעריגע בילדער

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:49 pm
דורך ווילוויסן
רשימת הילדים

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 7:53 pm
דורך ווילוויסן
יוסף שרייבער האט געשריבן: כוכבי אור איז דא אויף אוצר החכמה זעה דארט ח"ב דף 7 ,יא פון שערי אורה און פון א כת"י.

איך זע עס יעצט אדאנק דיר.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:00 pm
דורך ווילוויסן
סטראשעלע האט געשריבן:צוואה מהה"ק רבי אהרן מקארלין זצוק"ל, טשערנאוויץ תרט"ו

הק' רפאל בהר"מ דומ"ץ

לכאורה איז דאס הג"ר רפאל זילבערמאן אב"ד צפת, ריכטיג?

רפאל בהר''מ דומ''ץ_792x768.jpg

ריכטיג

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:05 pm
דורך סטראשעלע
דא ווערט דערמאנט די שטאט "בעהמיש לייפע", אבער פון היבש שפעטער

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:10 pm
דורך יוסף שרייבער
ווילוויסן האט געשריבן:לאמיר אריינשמירן עפעס א לענגערע געשעפט..
דארף מען נאר דערגיין ווער דאס איז דער המאור הגדול ר' מרדכי ברומאף יושב על כסא הוראה בק"ק לייפע ואגפיה.


http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=4

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:15 pm
דורך סטראשעלע
ר' יוסל דו נעמסט מיך ממש ארויס פון די כלים מיט דיינע ידיעות מקיפות, אבער נאכמער מיט דיין בליציקייט!
הכ"ד השותה בצמא את דבריך

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:24 pm
דורך יוסף שרייבער
אי"ה ביי אייך אויף שמחות. דא האט איר נאך איינס.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 8:31 pm
דורך סטראשעלע
סטראשעלע האט געשריבן:דא ווערט דערמאנט די שטאט "בעהמיש לייפע", אבער פון היבש שפעטער


דער בית עולם דארט איז חרוב ונחרב געווארן על ידי הנאצים ימש"ו, נישטא קיין זכר,

ועכשיו שלא זכינו העמיר זיך נישט קענען משתטח זיין על קברו של הג"ר מרדכי ברומאף האב"ד נ"ע......

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 19, 2012 9:00 pm
דורך יוסף שרייבער
זאמלער האט געשריבן:זה הספר כוונת המצוות שייך לאאדמו''ר הגה''ק הרה''צ רבן של ישראל
בנש''ק מו''ה יודא עהרליך שליט''א
אני ה'ק חיים משה

ר' יודא עהרליך היה רב בנירעדהאז, נספה בשואה הי"ד
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 36&hilite=

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 12:16 am
דורך סטראשעלע
דברי משה, זאלקווא תרכ"ה

בדף לפני השער: לד' הארץ ומלואה הק' מנחם קלונימס בהרה"צ ה"ק מוהרבב"ז זי"ע זצוק"ל
ה"ה בהרה"צ הקדוש מו"ה ברוך בנימין זאב זי"ע

ווי אויך א זיגל: מנחם קלונימוס בהרה"ג מוהרבב"ז זצ"ל בעה"ק ירושלם תובב"א * M. WEINSCHTOK

נאך א חתימה לייענט זיך: הק' אהרן הכהן מפראשניץ ?

אויפן לעצטן בלאט פונעם ספר געפינט זיך א חתימה: הק' שמעון עזריאל זעליג בה"ר מנחם קלונימס ווינשטאק זצ"ל

ר' מנחם קלונימוס וויינשטאק פון די גדולי יקירי ירושלים של מעלה פאר איבער הונדערט יאר צוריק, זיידע פון דעם באקאנטן מקובל ר' משה יאיר וויינשטאק זצ"ל,

ער האט איבערגעדרוקט א תיקוני זוהר אין ירושלים שנת תרמ"ג, און האט דערויף הסכמות פון אלע גרויסע בימיו, וואס שרייבן אויף אים און זיין פאטער תוארים מופלגים, זעט אויס אז זיי זענען געווען גאר געהויבענע אנשי מעלה, הרה"ק דער פאריסאווער רבי שרייבט אויף זיין טאטן ר' ברוך בנימין זאב דעם טיטול "מורי הרב הגדול הצדיק",

ווי אויך פון צווישן די פרענומעראנטען ציילן זיך גרויסע פראמינענטע חסידישע רבי'ס פון פוילן אין יענע תקופה, קוקט אויס אז דער מביא לבית הדפוס איז געווען א גברא רבה,

צום סוף פונעם ספר באדאנקט זיך ר' מנחם קלונימוס פאר זיין זון ר' שמעון עזריאל זעליג פארן אים ארויסהעלפן מיטן דרוקן,

עס וואלט אינטערסאנט געווען אויב איינער פון די חכמי הקלויז קענען מער אויסברייטערן מיט נאך פרטים און ידיעות איבער זייער תולדות וקורות ימי חייהם,

נו ר' יאסל דא האסטו די מייק! דער עולם זיצט שוין אויף די פלעצער........

מנחם קלונימוס וויינשטאק_710x768.jpg


שמעון עזריאל זעליג וויינשטאק.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 2:17 am
דורך סטראשעלע
אור החיים עם פירוש מעין גנים, לבוב תר"י

בדף לפני השער: זה הספר שייך להרבני המופלג הנגיד והקצין מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן בכפר קלוקנא הק' מרדכי גוטמאן

ב"ה פה וואלענדארף יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?

ב"ה שייך לי הק' משה ארי' בן מהו"ר מאיר כ"ץ ז"ל נכד של מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן ז"ל

על השער: ב"ה נחלת אבות הוא לי הק' משה ארי' כהן

ב"ה וו"ד יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?

כנראה הוא הג"ר מאיר כ"ץ קאהן מו"צ בוואלענדארף, תלמיד הכתב סופר, ראה "החתם סופר ותלמידיו" עמ' תקט"ו.

ווייסט איינער מער פרטים איבער אים און איבער הקצין ר' ליבוש קרח פון קלוקנא,
אולי איז ר' מאיר געווען אן איידעם ביי אים? אזוי קוקט עס עפעס אויס, ווייל ר' משה ארי' בן ר' מאיר שרייבט אז ער אין אן אייניקל פון ר' לייביש קרח

וואס פארא א נאמען איז קרח, א שם עצם אדער א משפחה נאמען ?

וואו איז דאס קלוקנא ? (הגאון האדיר צנמ"ס רבי "גוגעל" זאגט "לא יודע".....)

אפשר קען מען עפעס קלוגער ווערן פון די לאטיינישע געפירקעלאכטס, זאלן זיך יאווען די מכירי לשונות העמים און עס פרובירן אויסליינען, איך קען נישט,

מאיר הכהן וואללענדארף_1024x680.jpg


משה ארי' כהן.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 5:39 am
דורך יוסף שרייבער
סטראשעלע האט געשריבן:דברי משה, זאלקווא תרכ"ה

בדף לפני השער: לד' הארץ ומלואה הק' מנחם קלונימס בהרה"צ ה"ק מוהרבב"ז זי"ע זצוק"ל
ה"ה בהרה"צ הקדוש מו"ה ברוך בנימין זאב זי"ע

ווי אויך א זיגל: מנחם קלונימוס בהרה"ג מוהרבב"ז זצ"ל בעה"ק ירושלם תובב"א * M. WEINSCHTOK

נאך א חתימה לייענט זיך: הק' אהרן הכהן מפראשניץ ?

אויפן לעצטן בלאט פונעם ספר געפינט זיך א חתימה: הק' שמעון עזריאל זעליג בה"ר מנחם קלונימס ווינשטאק זצ"ל

ר' מנחם קלונימוס וויינשטאק פון די גדולי יקירי ירושלים של מעלה פאר איבער הונדערט יאר צוריק, זיידע פון דעם באקאנטן מקובל ר' משה יאיר וויינשטאק זצ"ל,

ער האט איבערגעדרוקט א תיקוני זוהר אין ירושלים שנת תרמ"ג, און האט דערויף הסכמות פון אלע גרויסע בימיו, וואס שרייבן אויף אים און זיין פאטער תוארים מופלגים, זעט אויס אז זיי זענען געווען גאר געהויבענע אנשי מעלה, הרה"ק דער פאריסאווער רבי שרייבט אויף זיין טאטן ר' ברוך בנימין זאב דעם טיטול "מורי הרב הגדול הצדיק",

ווי אויך פון צווישן די פרענומעראנטען ציילן זיך גרויסע פראמינענטע חסידישע רבי'ס פון פוילן אין יענע תקופה, קוקט אויס אז דער מביא לבית הדפוס איז געווען א גברא רבה,

צום סוף פונעם ספר באדאנקט זיך ר' מנחם קלונימוס פאר זיין זון ר' שמעון עזריאל זעליג פארן אים ארויסהעלפן מיטן דרוקן,

עס וואלט אינטערסאנט געווען אויב איינער פון די חכמי הקלויז קענען מער אויסברייטערן מיט נאך פרטים און ידיעות איבער זייער תולדות וקורות ימי חייהם,

נו ר' יאסל דא האסטו די מייק! דער עולם זיצט שוין אויף די פלעצער........

מנחם קלונימוס וויינשטאק_710x768.jpg


שמעון עזריאל זעליג וויינשטאק.jpg


אפשר קען רב וילוויסן אייך העלפען מיט די משפחה.

אויך איז געווען א מאמר אין המבשר תולדות משפחת וויינשטאק אין דארט דארפען די אלע צו זיין דערמאנט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 5:53 am
דורך יוסף שרייבער
סטראשעלע האט געשריבן:אור החיים עם פירוש מעין גנים, לבוב תר"י

בדף לפני השער: זה הספר שייך להרבני המופלג הנגיד והקצין מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן בכפר קלוקנא הק' מרדכי גוטמאן

ב"ה פה וואלענדארף יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?

ב"ה שייך לי הק' משה ארי' בן מהו"ר מאיר כ"ץ ז"ל נכד של מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן ז"ל

על השער: ב"ה נחלת אבות הוא לי הק' משה ארי' כהן

ב"ה וו"ד יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?

כנראה הוא הג"ר מאיר כ"ץ קאהן מו"צ בוואלענדארף, תלמיד הכתב סופר, ראה "החתם סופר ותלמידיו" עמ' תקט"ו.

ווייסט איינער מער פרטים איבער אים און איבער הקצין ר' ליבוש קרח פון קלוקנא,
אולי איז ר' מאיר געווען אן איידעם ביי אים? אזוי קוקט עס עפעס אויס, ווייל ר' משה ארי' בן ר' מאיר שרייבט אז ער אין אן אייניקל פון ר' לייביש קרח

וואס פארא א נאמען איז קרח, א שם עצם אדער א משפחה נאמען ?

וואו איז דאס קלוקנא ? (הגאון האדיר צנמ"ס רבי "גוגעל" זאגט "לא יודע".....)

אפשר קען מען עפעס קלוגער ווערן פון די לאטיינישע געפירקעלאכטס, זאלן זיך יאווען די מכירי לשונות העמים און עס פרובירן אויסליינען, איך קען נישט,

מאיר הכהן וואללענדארף_1024x680.jpg


משה ארי' כהן.jpg


קלוקנא/קלוקנאווע איז א שטעטל אין סלאוואקיי אין די קאשוי געגנט. זעה דא. http://hu.wikipedia.org/wiki/Klukn%C3%B3

זעהט דא פאר 3 מציבות ממשפחת ר ליבוש הכהן קרח אינעם שכינות'דיגע סירוקא. די דריטע איז פון זיין ווייב רעכל בת ר' ישראל פולק, נפטרה תרמ"א.
https://picasaweb.google.com/lh/view?q= ... G&filter=1

דא איז דא א בילד פון זיין מצבה, זיי שרייבען תרל"ה אבער איך מיין אויפען מצבה שטייט תרכ"ה דארף מען נאכקוקען ווען ב' ר"ח אדר ראשון איז געווען אויף שבת.
https://picasaweb.google.com/1039797256 ... 6513532930

https://picasaweb.google.com/1039797256 ... 5153340194

https://picasaweb.google.com/1039797256 ... 0081119906
ו
ראה פה עוד מצבות ממשפחת הכהנים קרח-קאראך.
https://picasaweb.google.com/1039797256 ... keSlovakia

זעה דא פאר א בוך איבער עם. http://www.amazon.com/house-Korach-desc ... 577&sr=1-2

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 10:16 am
דורך סטראשעלע
א דאנק ר' יאסל פאר דיין הערליכן ליקוט!

דא שרייבן זיינע אפשטאמיגע אז ער איז געווען איינער פון די 56 דעלעגאטן אונטערגעשריבן אויף די אפיציעלע פעטיציע פארן טיילונג אין אונגארן,

איז ערגעץ דא דער דאקומענט ?

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 10:26 am
דורך farshlufen
סטראשעלע, נאט אייך:
viewtopic.php?f=63&t=9757

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 10:34 am
דורך סטראשעלע
סטראשעלע האט געשריבן:אור החיים עם פירוש מעין גנים, לבוב תר"י

בדף לפני השער: זה הספר שייך להרבני המופלג הנגיד והקצין מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן בכפר קלוקנא הק' מרדכי גוטמאן

ב"ה פה וואלענדארף יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?

ב"ה שייך לי הק' משה ארי' בן מהו"ר מאיר כ"ץ ז"ל נכד של מו"ה ארי' ליביש קרח הכהן ז"ל

על השער: ב"ה נחלת אבות הוא לי הק' משה ארי' כהן

ב"ה וו"ד יצ"ו הק' מאיר במהר"מ ?זצ"ל?

כנראה הוא הג"ר מאיר כ"ץ קאהן מו"צ בוואלענדארף, תלמיד הכתב סופר, ראה "החתם סופר ותלמידיו" עמ' תקט"ו.

ווייסט איינער מער פרטים איבער אים און איבער הקצין ר' ליבוש קרח פון קלוקנא,
אולי איז ר' מאיר געווען אן איידעם ביי אים? אזוי קוקט עס עפעס אויס, ווייל ר' משה ארי' בן ר' מאיר שרייבט אז ער אין אן אייניקל פון ר' לייביש קרח

וואס פארא א נאמען איז קרח, א שם עצם אדער א משפחה נאמען ?

וואו איז דאס קלוקנא ? (הגאון האדיר צנמ"ס רבי "גוגעל" זאגט "לא יודע".....)

אפשר קען מען עפעס קלוגער ווערן פון די לאטיינישע געפירקעלאכטס, זאלן זיך יאווען די מכירי לשונות העמים און עס פרובירן אויסליינען, איך קען נישט,


מיין השערה שטעלט זיך ארויס צו זיין ריכטיג,
דא שרייבן די אפשטאמיגע אז ר' ליבוש קרח'ס טאכטער האט חתונה געהאט בזיווג שני צו הג"ר מאיר קאהן, און געהאט פון אים 3 זוהן,

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 10:36 am
דורך יוסף שרייבער
farshlufen האט געשריבן:סטראשעלע, נאט אייך:
viewtopic.php?f=63&t=9757


דארט איז נאר דא א קאפי פון איין זייט, מעגליך אז ער חתמ'ט אויף די אנדערע זייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 20, 2012 10:59 am
דורך סטראשעלע
אטא דא איז עס!

ער איז אונטערגעשריבן #25 אויפן פראסטעסט דעקלעראציע ביים פארלאזן דעם קאנגרעס, ראה 'זכור ימות עולם' חלק א' עמ' רמח.

לעפאלד קאראך_1060x800.jpg