בלאט 33 פון 121

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:57 am
דורך זאמלער
יהודא ליב ב''ר צבי הירש חתן של ר' יצחק אייזיק ראבינאוויץ אב"ד שאוויל בעל מחבר ספר עטרת יצחק ועוד
http://www.hebrewbooks.org/1563

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 3:37 pm
דורך ווילוויסן
סטראשעלע האט געשריבן:שאילתות דרב אחאי גאון, דיהרנפורט תקמ"ו

... מו"ה שלמה שמרי' במ"י זצ"ל מצויזמער החונה פה בעיר טער... סמוך לק"ק אוהעל

חא"ב [חנני אלקים בזה] הק' שלמה במי"י זצ"ל ... ...

שלמה שמרי' מצויזמער.jpg


שלמה.jpg


דאס איז לכאורה טערעבעש.
שוין די צווייטע ספר וואס דו האסט פון דעם שטעטל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 6:21 pm
דורך אבראמאוויטש
פאסטקארט

נשלח ממוסקבא לירושלים להרבנים סלנט זצ'ל

בקשר לאתרוג בעד קהל אחב'י במוסקבא

חתימה ?????????
יום ג' י'ג כסלו תרנ'ד מאסקווא

אויב איינער קען אויסליינען דער חתימה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:01 pm
דורך SPUSMN
farshlufen האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:עס מאכט גימל זהו'[בים]


גערעכט, אבער דאס ברענגט מיר צו פרעגען דער קשיא איין מאל פאר אלעמאל. האט טאקע געקאסט ספרים בימים ההם דורך שניטלעך דריי זהובים, דריי גאלדענע רענדלעך? אתמהא! An arm and a leg און דער בויך אויך!

מען זעהט אבער אז עס איז אזוי, א סאך ספרים פון יענע צייטען האבען אויף זיך אויפגעשריבען אזעלכע נומערען. איז וואס איז פשט?

אדער מען וועט זאגען אז ספרים האט טאקע געקאסט גאר גרויסע געלטער צו דריקען און טאקע דערפאר האבען נאר אמת'ע תלמידי חכמים זיי געקויפט, ווייל ווער וועט דען ארויס ווארפען אזוי פיל געעלט פאר א ספר וואס ער גייט נישט אריין קוקען?

אדער מיינט נישט גימל זהובים גאלד ממש, נאר א זילבערנע מטבע וואס מען האט אזוי גערופען. ווייסט איינער דער פתרון?


אולי ג' גרוש - גראשן'


לייגט זיך שטארק אויפען שכל וואס איר זאגט. דער פולישער דריי גראשען מטבע פון בימים ההם איז געווען באלד אזוי גרויס ווי א היינטיגע קוואטער. נאך אלץ א סאך געלט אבער מאכט שוין סענס. כדי דער עולם זאל פארשטיין וואס מען רעדט דא גיב איך א לינק.
http://pl.wikipedia.org/wiki/Grosz

דאס איז א דריי גראשען מטבע פון דער פוילישער קעניג Stefan Batory, וואס האט געקעניגט פון שנת של"ה ביז שמ"ו און ווארשיינליך ווען ער איז געשטארבען איז רבי שאול ווייל זצ"ל געווארען דער מלך פוילין פאר איין טאג (און עלטער פון 46 יאר). דער זעלבער דריי גראשען מטבע האט מען גענוצט ביז דער פולישער מלוכה איז געקומען צו אן ענדע און שנת תקל"ו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:03 pm
דורך SPUSMN
סטראשעלע האט געשריבן:חן טוב, ויניציאה שס"ה

בדף לפני השער: יוסף ב..אג..ר

לה' הארץ ומלואה הק' שמואל ....

scan.jpg


גיסט מיר גוס פימפלעך. דער תשובות שמואל איז געווען א זוהן פון הגאון רבי יוסף, א זוהן פון בית שמואל אויפען אבן העזר.

קען זיין עס שטייט "יוסף באב"ד".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:06 pm
דורך SPUSMN
סטראשעלע האט געשריבן:עולם הגדול - מדרש לפירושים, זאלקווי תקס"א

הק' שלום צבי ...פעלד מבארד.. [מבארדיוב, עס האט א זיגל פון "חברה קנין ספרים דק"ק בארדיאב"]

שלום צבי.jpg


אפשר שטייט שעןפעלד. מען טרעפט אזעלכע חתימות ווען זיי זענען נאך געווען צוויי ווערטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 7:15 pm
דורך SPUSMN
ווילוויסן האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:שאילתות דרב אחאי גאון, דיהרנפורט תקמ"ו

... מו"ה שלמה שמרי' במ"י זצ"ל מצויזמער החונה פה בעיר טער... סמוך לק"ק אוהעל

חא"ב [חנני אלקים בזה] הק' שלמה במי"י זצ"ל ... ...

שלמה שמרי' מצויזמער.jpg


שלמה.jpg


דאס איז לכאורה טערעבעש.
שוין די צווייטע ספר וואס דו האסט פון דעם שטעטל.


אויב עס איז טערעבעש, איז עס דענמאלץ ווארשיינליך רבי שלמה חריף פון אלמושד (שווער פון רבי שמעלקא סעלישער) וואס איז סוף ימיו געווען רב און טור-טערעבעש. ער חתם'ט זיך "שלמה בן מו"ה י"ק [=יעקב קאפיל], ער איז געווען אן אייניקעל פון רבי (יעקב) קאפל ליקאווער זי"ע. זיינע חתימות קען מען טרעפען און שו"ת אהל אברהם (קארפעלעס).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:16 pm
דורך יוסף שרייבער
במחילת כבודו הרמה הייבט עס נישט אן צו שטימען. ער האט געהייסען ר' אהרן שלמה כץ נישט שלמה שמרי' , וואס האט ער מיט צוזמיר? ער חתם'ט זיך 'אהרן שלמה בהר"י זלה"ה'.
לויט וויפיל איך ווייס איז ער געווען אין אראניש-מעדיעש,שאמשאן און אלמושד.
זיין זין ר' משה איז געווען רב אין טור-טערעבעש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 8:32 pm
דורך יוסף שרייבער
אבראמאוויטש האט געשריבן:פאסטקארט

נשלח ממוסקבא לירושלים להרבנים סלנט זצ'ל

בקשר לאתרוג בעד קהל אחב'י במוסקבא

חתימה ?????????
יום ג' י'ג כסלו תרנ'ד מאסקווא

אויב איינער קען אויסליינען דער חתימה

ר' מאיר נח לוין,חתן ר' אליעזר יצחק פריד. מ"מ ומו"ץ בווילנא ואב"ד סטופץ,מוסקווא, וואלאזין.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:37 pm
דורך ווילוויסן
SPUSMN האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:שאילתות דרב אחאי גאון, דיהרנפורט תקמ"ו

... מו"ה שלמה שמרי' במ"י זצ"ל מצויזמער החונה פה בעיר טער... סמוך לק"ק אוהעל

חא"ב [חנני אלקים בזה] הק' שלמה במי"י זצ"ל ... ...

שלמה שמרי' מצויזמער.jpg


שלמה.jpg


דאס איז לכאורה טערעבעש.
שוין די צווייטע ספר וואס דו האסט פון דעם שטעטל.


אויב עס איז טערעבעש, איז עס דענמאלץ ווארשיינליך רבי שלמה חריף פון אלמושד (שווער פון רבי שמעלקא סעלישער) וואס איז סוף ימיו געווען רב און טור-טערעבעש. ער חתם'ט זיך "שלמה בן מו"ה י"ק [=יעקב קאפיל], ער איז געווען אן אייניקעל פון רבי (יעקב) קאפל ליקאווער זי"ע. זיינע חתימות קען מען טרעפען און שו"ת אהל אברהם (קארפעלעס).


איך רעד פון אן אנדערע טערעבעש, TOKE TEREBES וואס איז נעבן אוהעל. היינט איז עס אין סלאוואקיי און הייסט טרעבישאוו trerbisov
און איר רעדט פון טור-טערעבעש Turterebes וואס איז נעבן סאטמאר היינט איז עס אין ראמעניע און הייסט turulung

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:38 pm
דורך סטראשעלע
חסד למשיחו, ווארשא תרנ"ח
[ביאור על מגלת רות מהג"ר אליהו עקיבא ראבינאוויץ אב"ד פאלטאווא, חובר חיבורים מחוכמים ועורך הפלס ומייסד מכ"ע המודיע]

על השער הקדשה מהמחבר:

לכבוד הנכבד ה' מוה' ר' סענדער יוסף קרימיאנסקי הי"ו,
מגש הספר הנוכחי למזכרת,
מאת ידידו המכבדו כערכו
המחבר

אלי' עקיבא ראבינאוויץ.jpg

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 9:59 pm
דורך סטראשעלע
עליות אליהו [תולדות הגר"א], ווילנא תרל"ה

בדף לפני השער:
שייך להרב ר' עזרא קאלישער

אין תשובות מהרש"ם איז דא עטליכע תשובות צו הרב עזרא קאלישער אבד"ק טשערניוויץ ברוסיא,

עזרא קאלישער.jpg

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:06 pm
דורך ווילוויסן
א חתימה אויף א קבלה ספר "טל אורות" בערך 200 יאר צוריק, דאס ספר האט אויך הגהות פון דעם חותם.
די חתימה זאגט בעצם נישט קיין סאך אינפארמאציע ארום איר. נאר וואס? וויבאלד דאס קוקט אויס לייטיש און קבלה, לייג איך עס דאך, פילייכט דערקענט דאס איינער ממקום אחר.

הק' משה במהרי"מ ז"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:21 pm
דורך סטראשעלע
יוסף שרייבער האט געשריבן:יא, זיין טאטע האט געהייסען ר' נתן אב"ד שירווינט, אדער שטייט דא 'בהרב ז"ל' אדער 'בהרן ז"ל'.
היה חתן ר' מרדכי גימפל יפה אב"ד ראזינוי, דא שטייט אויך וועגען א רב גימפל.


א ספר מיט א חתימה פון הג"ר נתן שטערן און זיין זון הג"ר יוסף זכרי'

אותות השמים, זיטאמיר תקס"ה

בסוף הספר חתום: ליבוש חתן מו"ה ר' ישראל רוזין מק"ק ראווא ?

נתן שטערן.jpg


יוסף זכרי' שטערן 02.jpg


ליבוש חתן ישראל רוזין ראווא.jpg

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:24 pm
דורך ווילוויסן
א חתימה פון "וואלף פוסוויילר"

דער הייליגער רבי ר' יונתן האט געהאט א תלמיד וואס האט אזוי געהייסן ר' בנימין וואלף אב"ד פוסוויילער והמדינה. ער איז לכאורה געווען מגדולי חשובי תלמידיו. ווייל ער האט דאך געהאט טויזנטער תלמידים און אין יערות דבש איז דא הסכמות פון געציילטע תלמידים, און איינס פון דעם איז ר' וואלף פוסוויילער, די שאלה איז נאר צי דאס איז טאקע ער?
דאזעט מען אז מ'רופט אים ר' וואלף פוסוויילער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:36 pm
דורך ווילוויסן
אן אויפשריפט אין ספר לחמי תודה אז דאס געהערט צו א חשוב'ע ווייבל..
" זה הספר לחמי תודה אשר נגמר בידי הרב הגאון המהולל והמפורסם מהו' צבי הירש הלוי איש הורוויץ אב"ד דק"ק פ"פ דמיין יע"א עיר ואם בישראל שייך להאשה המהוללת והמפוארת אשר בשערים יהללו מעשיה מ' ברענדל תחי' KOHN"


דערנעבן א POEM וואס די אויבנדערמאנטע ווייבל האט פארפאסט מיט איר גרויס ליבשאפט צו די תורה..

שמיקענד וויא קראנען
בליהענד וויא באהנען
איזט דיעזע שאנע זאגע
גלאנצענד וויא אוירארא (מארגענראטהע)
איזט דארין דיא תורה
וועלכע יעדען מענשען בעהאגע


גע'חתמ'עט מיט לאטיינישע בוכשטאבן, די ערשטע נאמען אין אינישעלס, קוקט אויס איינס פון די דריי אותיות
(L S I )
Kohn

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:41 pm
דורך סטראשעלע
אה! ענדליך ! איך שלעפ מיך דא ארום מיט שווערע פעק ספרים, ענדליך האט זיך איינער מרחם געווען אויף מיר.....
וגמירי טונא דמדלי אינש על כתפיה אינו אלא שליש משאוי ממשאוי שמסייעין אותו להרים (רש"י שלח)

כה לחי הרב ווילוויסן [=רוצה לידע] !

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:46 pm
דורך ווילוויסן
ספר "לקט אליהו" געדרוקט אין ברעסלויא אין יאר תקצ"ד.
וואס עמיצער האט באקומען א מתנה פון הרב המחבר נ"י.
איך קען ליידער נישט אויסליינען די חתימה. אולי א רב בישראל
דער מחבר ספר פון לקט אליהו איז הרה"ג ר' אליהו שפירא אב"ד טשארניקאווי בן הגאון ר' יוסף יאסקי אב"ד לעסלא, זקינו מצד אמו הי' הרה"ג ר' אליעזר ליפמאן הלוי אב"ד צילץ חתן הגאון הגדול המפורסם ר' צבי הירש בושקא מזאמשט אב"ד בראד גלוגא האמבורג מח"ס תפארת צבי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:47 pm
דורך ווילוויסן
סטראשעלע האט געשריבן:אה! ענדליך ! איך שלעפ מיך דא ארום מיט שווערע פעק ספרים, ענדליך האט זיך איינער מרחם געווען אויף מיר.....
וגמירי טונא דמדלי אינש על כתפיה אינו אלא שליש משאוי ממשאוי שמסייעין אותו להרים (רש"י שלח)

כה לחי הרב ווילוויסן [=רוצה לידע] !

א שליש זאגסטו? ניטאמאל א שטות..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:50 pm
דורך סטראשעלע
ווילוויסן האט געשריבן:ספר "לקט אליהו" געדרוקט אין ברעסלויא אין יאר תקצ"ד.
וואס עמיצער האט באקומען א מתנה פון הרב המחבר נ"י.
איך קען ליידער נישט אויסליינען די חתימה. אולי א רב בישראל
דער מחבר ספר פון לקט אליהו איז הרה"ג ר' אליהו שפירא אב"ד טשארניקאווי בן הגאון ר' יוסף יאסקי אב"ד לעסלא, זקינו מצד אמו הי' הרה"ג ר' אליעזר ליפמאן הלוי אב"ד צילץ חתן הגאון הגדול המפורסם ר' צבי הירש בושקא מזאמשט אב"ד בראד גלוגא האמבורג מח"ס תפארת צבי.


כיון שהזכרת את הג"ר אלי' שפירא נזכרתי אז איך האב ביי מיר ערגעץ גנוז באוצרותי א חתימה פון הג"ר אלי', לכשאמצא אותו אעלה אותו על נס....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:51 pm
דורך ווילוויסן
ווילוויסן האט געשריבן:ספר "לקט אליהו" געדרוקט אין ברעסלויא אין יאר תקצ"ד.
וואס עמיצער האט באקומען א מתנה פון הרב המחבר נ"י.
איך קען ליידער נישט אויסליינען די חתימה. אולי א רב בישראל
דער מחבר ספר פון לקט אליהו איז הרה"ג ר' אליהו שפירא אב"ד טשארניקאווי בן הגאון ר' יוסף יאסקי אב"ד לעסלא, זקינו מצד אמו הי' הרה"ג ר' אליעזר ליפמאן הלוי אב"ד צילץ חתן הגאון הגדול המפורסם ר' צבי הירש בושקא מזאמשט אב"ד בראד גלוגא האמבורג מח"ס תפארת צבי.


דער ספר הנ"ל האט אויך א איינשריפט אין לאטיינישע בוכשטאבן וואס קען שטארק בייהילפיג זיין צו העלפן דערגיין מי זה ואיזהו וואס האט מקבל געווען במתנה דעם ספר. וואס שיינט צו זיין א אדם חשוב.

נו ווער קען לייענען לאטייניש פליסיג?
יישר כחם

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 10:53 pm
דורך ווילוויסן
סטראשעלע האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:ספר "לקט אליהו" געדרוקט אין ברעסלויא אין יאר תקצ"ד.
וואס עמיצער האט באקומען א מתנה פון הרב המחבר נ"י.
איך קען ליידער נישט אויסליינען די חתימה. אולי א רב בישראל
דער מחבר ספר פון לקט אליהו איז הרה"ג ר' אליהו שפירא אב"ד טשארניקאווי בן הגאון ר' יוסף יאסקי אב"ד לעסלא, זקינו מצד אמו הי' הרה"ג ר' אליעזר ליפמאן הלוי אב"ד צילץ חתן הגאון הגדול המפורסם ר' צבי הירש בושקא מזאמשט אב"ד בראד גלוגא האמבורג מח"ס תפארת צבי.


כיון שהזכרת את הג"ר אלי' שפירא נזכרתי אז איך האב ביי מיר ערגעץ גנוז באוצרותי א חתימה פון הג"ר אלי', לכשאמצא אותו אעלה אותו על נס....

אדרבה ואדרבה ! מען קוקט פארווערטס דערפאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 11:44 pm
דורך אבראמאוויטש
פרי מגדים למבערג ת'ר

עם כמה הגהות באותו כתב ואותו חתימה יחש'ל

ס'איימיצען באקאנט ? יחש'ל ?



(יישר כח שרייבער פאר'ן פאסטקארט)

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:01 am
דורך סטראשעלע
סטראשעלע האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:יא, זיין טאטע האט געהייסען ר' נתן אב"ד שירווינט, אדער שטייט דא 'בהרב ז"ל' אדער 'בהרן ז"ל'.
היה חתן ר' מרדכי גימפל יפה אב"ד ראזינוי, דא שטייט אויך וועגען א רב גימפל.

א ספר מיט א חתימה פון הג"ר נתן שטערן און זיין זון הג"ר יוסף זכרי'

אותות השמים, זיטאמיר תקס"ה

בסוף הספר חתום: ליבוש חתן מו"ה ר' ישראל רוזין מק"ק ראווא ?


א אינטערסאנטע הגה איז דא אויף דעם ספר אויף די הקדמת בן המחבר, לגבי וואס ער שרייבט דארט אז דער פאטער זיינע הג"ר ארי' ליב הלוי אב"ד סטריזוב האט איבערגעלאזט כמה ספרים בכת"י און צוואה געלאזט מ'זאל עס דרוקן, צום ערשט האט ער געדרוקט דעם ספר "אבן פינה", וואס דער טאטע האט נאך קורא שם געווען און געגעבן טעם לשבח על שם הספר,
אבער אויף דעם צווייטן ספר האט ער נישט געוויסט דעם נאמען, ביז ער האט געפונען א בריוו פון זיין טאטן מיט חתי"ק וואס ער דערמאנט בתוך הדברים אז ער האט געמאכט א ספר "אותות השמים", און כדי לקיים מילי דאבות איז ער קורא שם דעם ספר "אותות השמים", אף על גב וואס ער ווייסט נישט קיין טעם, אבער מסתמא האט דער טאטע געהאט א טעם דערויף,

ער פירט אויס: אז עס האט אים דערציילט "הרב הגאון בוצינא קדישא חסידא ופרישא מו"ה משה נ"י אב"ד ור"מ דק"ק שינאווי" (הה"ק בעל ישמח משה) א תלמיד פון זיין טאטן, אז ער האט אליין געהערט פון אים אז אלע זיינע חיבורים און זייערע נעמען האט ער געהאט דערין כוונות על פי נסתר.

אויף דעם טופס הנמצא ברשותי שטייט דערויף בזה"ל: כונתו הפשוטה לרמז בשם אותות השמים על הלכות שביאר בס' זה .. שמי"ם ר"ת ש'בת מ'ילה י'ו"ט מ'ועד, ובתיבת אותות לרמז על הת'פילין שנקרא אות,

די רבני וחכמי הקלויז דפה זענען מכובד מאשר צו זיין צי די הגה איז מכתב ידו פון הג"ר נתן א בנו הג"ר יוסף זכרי' הנז' אדער קיין איינער נישט פון די צוויי ?

הגה אותות השמים_1024x525.jpg

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 17, 2012 12:04 am
דורך סטראשעלע
אבראמאוויטש האט געשריבן:פרי מגדים למבערג ת'ר

עם כמה הגהות באותו כתב ואותו חתימה יחש'ל

ס'איימיצען באקאנט ? יחש'ל ?



(יישר כח שרייבער פאר'ן פאסטקארט)


די ספרדים נוצן אסאך דעם אויסדרוק יחש"ל אלס א טיטול, ס'איז די ר"ת פון "יחי שמו לעד",
אבער דער כתב איז נישט קיין ספרד'ישער, דארף מען ווייטער זוכן ווער דאס איז,