בלאט 32 פון 121

ביטע הילפט מיט דער חתימה,

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 10:16 pm
דורך אבראמאוויטש
ביטע הילפט מיט דער חתימה,

לענ'ד שטייט מיכל ב'ר יוסף מירלש אדער מיזלש ??

און פרטים וועגן דער איש

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 14, 2012 10:18 pm
דורך קרעמער
מירלש

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 6:36 am
דורך msp
סטראשעלע האט געשריבן:עמודי עולם, אמשטרדם ת"ץ

בראש השער: [חתוך] ... כש"ת הר"ר מנחם מענדיל יצ"ו מזוסיל ...
יו' ב' ד' תמוז פדו"ת [ת"ץ]
נפתלי צבי מזאלשין

נפתלי צבי מזאלשין.jpg

לולא דמסתפינא אמינא אז עס שטייט מדוסילדארף
עס איז א דלת נישט קיין זיין
דוסילדארף איז א שטאט אין דייטשלאנד

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 9:08 am
דורך סטראשעלע
msp האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:עמודי עולם, אמשטרדם ת"ץ

בראש השער: [חתוך] ... כש"ת הר"ר מנחם מענדיל יצ"ו מזוסיל ...
יו' ב' ד' תמוז פדו"ת [ת"ץ]
נפתלי צבי מזאלשין

נפתלי צבי מזאלשין.jpg

לולא דמסתפינא אמינא אז עס שטייט מדוסילדארף
עס איז א דלת נישט קיין זיין
דוסילדארף איז א שטאט אין דייטשלאנד


הצדק אתך!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 10:43 am
דורך יוסף שרייבער
על ספר יערות דבש נדפס תק"נח.
חתימה וחותמת ר' דוד הכהן ראפפארט אב"ד סאמבור.
נולד בערך תק"ץ לאביו ר' יוסף אריה אב"ד סאמבור, אחרי פטירת ר' מאיר צבי וויטאמיר אב"ד סאמבור בשנת תרל"ג מילא מקום אביו,לא פסק פומיא מגירסא, דרשן נפלא. נפ' ז' שבט תרנ"ז.
בנו ר' יוסף מילא את מקומו.
rap.jpg


הק' דוד הכהן.
זה הספר יערות דבש שייך להרב הרבני המופלג חריף ובקי שלשלות היוחסין כבוד שם תפארתו מוהרר יוסף אריה ליבוש ראפפארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:13 pm
דורך סטראשעלע
שו"ת יד אליהו, אמשטרדם תע"ב

על השער: שייך להקטן מאניס בן כ"ה זיסקינד ווינד יצ"ו ?

חנני ד' בזה הספר דוד אברהם בהמנוח יהודא ליבוש זצללה"ה,

ובדף האחרון: חנני ד' יתברך שמו ויתעלה בזה הספר
כן יזכני להגות בתורתו כל ימי חלדי דוד אברהם בהמנוח מו"ה יהודא ליבוש

הג"ר דוד אברהם קעמפנער (תקפ"א-תרנ"ב) מח"ס 'למטה יהודה' ווארשא תרנ"ב,

דוד אברהם קעמפנער 01_1024x549.jpg


דוד אברהם קעמפנער 02.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:31 pm
דורך SPUSMN
סטראשעלע האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:שו"ת שמן רקח, פראג תקס"ב

... הרב הגאון מהו' יחזקאל סג"ל אבדק"ק טרענשין, ראה כאן

לד' הארץ ומלואה שייך להאברך מו"ה ירמיה .. מו' ישעיה יצ"ו נ"י

... ... [מחוק]

שייך לי לשמי מוהר"ר ירמי' יצ"ו נ' יאיר

יחזקאל טרענשין_1024x481.jpg


עס לוינט זיך בודק צו זיין אויב דאס איז כתב ר' ירמיה לעוו אב"ד אוהעל שהיה גיס ר' אהרן יוסף שמואל סג"ל אב"ד טרענשין בן ר' יחזקאל. איך קען נישט זיין כתב אבער עס דארף נישט זיין שווער צו טרעפען.


דא האסטו זיין כתב, לפי מושכל ראשון ענדעלט עס נישט,

ירמי' לעוו_634x768.jpg


דער עטעטשמענט איז לכאורה נישט אונזער רבי יחזקאל סג"ל זצ"ל, נאר אן אנדערע יחזקאל, ווייל ער חתם'עט זיך אלץ בן רבי בנימין, אבער אונזער רבי יחזקאל איז געווען א זוהן פון רבי יוסף סג"ל. אגב איז אונזער רבי יחזקאל געווען א ברודער פון הגאון רבי אברהם סג"ל זצ"ל אבד"ק ראסאנאוויץ, און ער דערמאנט אים און זיין ספר 'תורת יחזקאל' עמוד קכ"א.

איך האב אינדערהיים א ספר מיט רבי יחזקאל סג"ל'ס חתימה, וועל איך עס בל"נ משוה זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:51 pm
דורך SPUSMN
יוסף שרייבער האט געשריבן:עס מאכט גימל זהו'[בים]


גערעכט, אבער דאס ברענגט מיר צו פרעגען דער קשיא איין מאל פאר אלעמאל. האט טאקע געקאסט ספרים בימים ההם דורך שניטלעך דריי זהובים, דריי גאלדענע רענדלעך? אתמהא! An arm and a leg און דער בויך אויך!

מען זעהט אבער אז עס איז אזוי, א סאך ספרים פון יענע צייטען האבען אויף זיך אויפגעשריבען אזעלכע נומערען. איז וואס איז פשט?

אדער מען וועט זאגען אז ספרים האט טאקע געקאסט גאר גרויסע געלטער צו דריקען און טאקע דערפאר האבען נאר אמת'ע תלמידי חכמים זיי געקויפט, ווייל ווער וועט דען ארויס ווארפען אזוי פיל געעלט פאר א ספר וואס ער גייט נישט אריין קוקען?

אדער מיינט נישט גימל זהובים גאלד ממש, נאר א זילבערנע מטבע וואס מען האט אזוי גערופען. ווייסט איינער דער פתרון?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:53 pm
דורך יוסף שרייבער
SPUSMN האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:שו"ת שמן רקח, פראג תקס"ב


דער עטעטשמענט איז לכאורה נישט אונזער רבי יחזקאל סג"ל זצ"ל, נאר אן אנדערע יחזקאל, ווייל ער חתם'עט זיך אלץ בן רבי בנימין, אבער אונזער רבי יחזקאל איז געווען א זוהן פון רבי יוסף סג"ל. אגב איז אונזער רבי יחזקאל געווען א ברודער פון הגאון רבי אברהם סג"ל זצ"ל אבד"ק ראסאנאוויץ, און ער דערמאנט אים און זיין ספר 'תורת יחזקאל' עמוד קכ"א.

איך האב אינדערהיים א ספר מיט רבי יחזקאל סג"ל'ס חתימה, וועל איך עס בל"נ משוה זיין.

רב ספוזמן הנכבד,
ביטע זייט אייך בעסער מסביר, ווי זעהט איר דא שטיין בנימין? עס שטייט דאך יחזקאל אבדק"ק טרענשין ד.ה. איינער שרייבט ער האט עס באקימען פון עם אדער אז עס איך שייך לו.

איך דארף אויך צו האבען ערגעץ א ספר מיט ר יחזקאל'ס חתימה צוזאמען מיט בנו ר' אהרן יוסף שמואל.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:55 pm
דורך סטראשעלע
SPUSMN האט געשריבן:דער עטעטשמענט איז לכאורה נישט אונזער רבי יחזקאל סג"ל זצ"ל, נאר אן אנדערע יחזקאל, ווייל ער חתם'עט זיך אלץ בן רבי בנימין, אבער אונזער רבי יחזקאל איז געווען א זוהן פון רבי יוסף סג"ל. אגב איז אונזער רבי יחזקאל געווען א ברודער פון הגאון רבי אברהם סג"ל זצ"ל אבד"ק ראסאנאוויץ, און ער דערמאנט אים און זיין ספר 'תורת יחזקאל' עמוד קכ"א.

איך האב אינדערהיים א ספר מיט רבי יחזקאל סג"ל'ס חתימה, וועל איך עס בל"נ משוה זיין.


ס'איז נישט קיין שום סתירה! ווייל דאס אויבנדערמאנטע איז נישט זיין חתימה, נאר א צווייטער שרייבט אריין אז ס'האט באלאנגט צו אים (ס'פעלט די ערשטע שורה), ער וואלט נישט אליין געשריבן אויף זיך "הרב הגאון".... וז"פ

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 1:57 pm
דורך SPUSMN
סטראשעלע האט געשריבן:עמודי עולם, אמשטרדם ת"ץ

בראש השער: [חתוך] ... כש"ת הר"ר מנחם מענדיל יצ"ו מזוסיל ...
יו' ב' ד' תמוז פדו"ת [ת"ץ]
נפתלי צבי מזאלשין

נפתלי צבי מזאלשין.jpg


איך מיין אז עס איז "זאלשיץ", און דער רעכטע פיסעל פון דער ענדער צדיק איז נישט אויס געקומען, אזוי ווי מען פלעגט דענמאלץ שרייבען.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 2:09 pm
דורך יוסף שרייבער
עס איד דא א שטאט זאלשין און א שטאט זאלשיץ אויך א שטאט יאנוב-זאלשין.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 2:09 pm
דורך SPUSMN
יוסף שרייבער האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:דער עטעטשמענט איז לכאורה נישט אונזער רבי יחזקאל סג"ל זצ"ל, נאר אן אנדערע יחזקאל, ווייל ער חתם'עט זיך אלץ בן רבי בנימין, אבער אונזער רבי יחזקאל איז געווען א זוהן פון רבי יוסף סג"ל. אגב איז אונזער רבי יחזקאל געווען א ברודער פון הגאון רבי אברהם סג"ל זצ"ל אבד"ק ראסאנאוויץ, און ער דערמאנט אים און זיין ספר 'תורת יחזקאל' עמוד קכ"א.

איך האב אינדערהיים א ספר מיט רבי יחזקאל סג"ל'ס חתימה, וועל איך עס בל"נ משוה זיין.

רב ספוזמן הנכבד,

ביטע זייט אייך בעסער מסביר, ווי זעהט איר דא שטיין בנימין? עס שטייט דאך יחזקאל אבדק"ק טרענשין ד.ה. איינער שרייבט ער האט עס באקימען פון עם אדער אז עס איך שייך לו.

איך דארף אויך צו האבען ערגעץ א ספר מיט ר יחזקאל'ס חתימה צוזאמען מיט בנו ר' אהרן יוסף שמואל.


כ'האב נישט גוט געזעהן. געמיינט אז מען ברענגט דא א כתב יד פון רבי יחזקאל סג"ל, האב איך עס אזוי געליינט, דערייל שטייט דארט ירמי' נישט יחזקאל.

וועגען דער ספר וואס איר האט, ביטע שיקט מיר אריין און אישי, וואס, ווען און ווי, אבער מיט רחמנות פליז.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 4:12 pm
דורך סטראשעלע
מדרש רבה, אמשטרדם תקל"ז

על השער:
זה המדרש רבות נתן לי במתנה אדוני חמי הרב מו"ה
אברהם ... ... יום ג' פ' פקודי תרל"ב לפ"ק
עזריאל גאלדשטיין ? גלאטשטיין ?

עזריאל גאלדשטיין.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 4:23 pm
דורך SPUSMN
רבותי (חאטש עס וואלט געדארפט שטיין רבתי), און גלאטשטיין, דער צווייטער טי"ת זעהט אויס ווי דער ערשטער נאר גייט ארויף העכער כדי אראפ צוקומען מיט א יו"ד. אויך שטייט Glattstein

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 4:28 pm
דורך סטראשעלע
SPUSMN האט געשריבן:רבותי (חאטש עס וואלט געדארפט שטיין רבתי), און גלאטשטיין, דער צווייטער טי"ת זעהו אויס ווי דער ערשטער נאר גייט ארויף העכער כדי אראפ צוקומען מיט א יו"ד. אויך שטייט Glattstein


הער שפושמ"נ מיט גלאטשטיין זענט איר גערעכט,
אבער איך מיין עס מאכט יא "רבות" נישט רבותי (ס'איז נאר א קוץ וואס קוקט אויס ווי א יו"ד), און עס דארף נישט שטיין רבתי, ווייל אויפן שער בלאט שטייט "מדרש רבות", און דער כותב שרייבט כלשון השער

קענט איר ביטע אפשר אויסליינען די אנדערע 2 ווערטער ?
און ווער איז דער הרב ר' אברהם ?

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 5:03 pm
דורך SPUSMN
וואס עס שטייט נאך אברהם כאפ איך נישט. ער מאכט א ריזיגע אות וואס זעהט אויס ווי אדער א ה"א אדער א "פ" (פאר אפשר פנחס, אבער עס איז נישט דא א נון). דער לעצער אות איז אפשר אן ענדער צדיק פאר ליפשיץ?

פאר גלאטשטיין זעהט אויס ווי עס שטייט "עזריאל".

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 6:53 pm
דורך farshlufen
SPUSMN האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:עס מאכט גימל זהו'[בים]


גערעכט, אבער דאס ברענגט מיר צו פרעגען דער קשיא איין מאל פאר אלעמאל. האט טאקע געקאסט ספרים בימים ההם דורך שניטלעך דריי זהובים, דריי גאלדענע רענדלעך? אתמהא! An arm and a leg און דער בויך אויך!

מען זעהט אבער אז עס איז אזוי, א סאך ספרים פון יענע צייטען האבען אויף זיך אויפגעשריבען אזעלכע נומערען. איז וואס איז פשט?

אדער מען וועט זאגען אז ספרים האט טאקע געקאסט גאר גרויסע געלטער צו דריקען און טאקע דערפאר האבען נאר אמת'ע תלמידי חכמים זיי געקויפט, ווייל ווער וועט דען ארויס ווארפען אזוי פיל געעלט פאר א ספר וואס ער גייט נישט אריין קוקען?

אדער מיינט נישט גימל זהובים גאלד ממש, נאר א זילבערנע מטבע וואס מען האט אזוי גערופען. ווייסט איינער דער פתרון?


אולי ג' גרוש - גראשן'

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 8:31 pm
דורך סטראשעלע
חן טוב, ויניציאה שס"ה

בדף לפני השער: יוסף ב..אג..ר

לה' הארץ ומלואה הק' שמואל ....

scan.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 9:45 pm
דורך סטראשעלע
עולם הגדול - מדרש לפירושים, זאלקווי תקס"א

הק' שלום צבי ...פעלד מבארד.. [מבארדיוב, עס האט א זיגל פון "חברה קנין ספרים דק"ק בארדיאב"]

שלום צבי.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 10:16 pm
דורך סטראשעלע
סוגה בשושנים, ווילנא תרנ"ד

שייך להרה"ג המפורסם מוהר"י ליב שניאורסאן מוויעליז

א אייניקל פון צמח צדק ? וויאזוי ? מתי שימש ברבנות וויעליז ? ועוד איזה פרטים על קורות ימי חייו ?

מובטחני אז די חוקרי היחוס וידעני הוועלטל וועלן אהערשטעלן דעם "סדר ההשתלשלות"

יהודא ליב שניאורסאן.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 10:28 pm
דורך יוסף שרייבער
סטראשעלע האט געשריבן:עולם הגדול - מדרש לפירושים, זאלקווי תקס"א

הק' שלום צבי ...פעלד מבארד.. [מבארדיוב, עס האט א זיגל פון "חברה קנין ספרים דק"ק בארדיאב"]

שלום צבי.jpg

דאכט זיך עס שטייט רזענפעלד.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 10:39 pm
דורך יוסף שרייבער
ר' יהודא ליב שניאורסאהן אב"ד וויעליז בן ר' שניאור בן ר' מנחם נחום בן האדמו"ר האמצעי. ר' שניאור היה בזו"ר חתן הצמח צדק ובזו"ש חתן ר' ברוך שמעון בן הצמח צדק. ר' יהודא ליב נולד מזיוגו השני.
ווערט דערמאנט דא.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=120

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 15, 2012 11:24 pm
דורך סטראשעלע
נזכר גם בבית רבי

אימתי נסתלק ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 16, 2012 1:17 am
דורך סטראשעלע
פרפראות לחכמה, שקלאוו תקמ"ה

רפאל בלאאדמ"ו מוהר"ר משה זלה"ה ? מטעלייביש ?

מיהו זה ואיזהו ?

רפאל בן משה.jpg