Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג פבואר 06, 2012 1:11 am

יוסף שרייבער
דיינע גילויים לעצטנס זענען מבהיל'דיג, הן פאר די יחיאל היילפרין והן פאר די הלברשטם שניאורסאן קומט זיך דיר קאנגראטילאציעס. כה לחי!
איך האב שוין לאנג נישט געלייגט, וועל איך לייגן עפעס אלס כבוד פאר א זקן, א אור אלטע כתב געשריבן בערך ש"ע יענע געגנט.
איך גלייב נישט מ'קען וויסן ווער דער איד איז געווען. אבער ס'איז אינטערעסאנט א אלטע אינטערשריפט.
עטעטשמענטס
משה בן ראובן_1600x136.jpg
משה בלא"א ראובן גרדלויבן ז"ל זה הספר קבלתי אן תשלומין ממנלי שטאדן
לעצט פאראכטן דורך ווילוויסן אום מאנטאג פבואר 06, 2012 1:29 am, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

Advertisement

מאנטאג פבואר 06, 2012 1:15 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' שמואל צילך אב"ד פובוזניק בן ר' מאיר צילך אב"ד לאסק. נפטר א סוכות תר"י, מח"ס נחלת שבעה.
http://www.hebrewbooks.org/24189

יצוין אז פיוטערקאוו, לאסק, בלאשקי, קויל, און ליטומירסק זענען אלע אונעם זעלבען געגנט אין פולין.


ראה נוסח מצבתו בווארשא, ונוסח מצבת אביו הג"ר מאיר

מאנטאג פבואר 06, 2012 6:44 am

יש כח רב וויל און רב סטראשעלע פאר די קאמפלימענטן, וועם מיינסטו צו זאגען זקן? מיך זיכער נישט ווייל איך בין א יונגע שנאק.

סטארעשעלע, איך זעה דער רוב האט איר שוין אויסגעליינט, אויב איר ווילט מען זאל פראבירען צו ליינען מער ביטע לייגט ארויף א סקען. (אייינע פון די מעלות פון א סקענאר איז אז מקען זיך ארומשפילען און מאכען די כתב טונקעלער אזוי קען מען בעסער ליינען.)

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:29 am

הרב שרייבער אלף תודות! כ'האב איבערגעלייגט א גרעסער קלארערער בילד, פרובירט אויב עס איז בעסער

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:37 am

לויט ווי איך מאך דעם סך הכל פונעם "סדר הגלגולים" פון דעם ספר ברית אברהם, איז לכאורה ווי פאלגענד:

צוערשט האט דער ספר באלאנגט צו ר' ארי' צבי פון קויל

ער האט עס געגעבן דרשה געשאנק פאר ר' שאול חיים ברלינר בן הרב ר' ארי' ליבוש פון פיעטרקוב וחתן הגאב"ד מלוטומירסק (אולי הוא ר' ישראל אחי הה"ק ר' אברהם מטשעכינאוו ?? )

ר' שאול ברלינר האט דעם ספר איינגעטוישט מיט הג"ר שמואל צילך פאר א חכם צבי (ר' שמואל שרייבט "חד"ז" [חתן דוד זקיני? וויאזוי?] אויפן מחבר הס' ברית אברהם הג"ר אברהם צבי הירש אב"ד פיעטרקוב),

שפעטער איז דער ספר געקומען אונטערן רשות פון הג"ר אביגדור יהודא ליבוש הלוי אב"ד בלאשקי וקויל

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:56 am

נאך איינס (שוין מיט א סקענער....)

ביכורי יעקב להערוך לנר

זאת תהי' מתנה גמורה למזכרת האהבה ושמחת לבו ביום חתונתו
בגופו ושלום בנשמתו כי הוא היום שנתעטרה בו בעשרת עטרת ...
איש? אשר? י"א [יראת אלקים] על פניו כ"ה יצחק המכונה איצק
דק"ק וואנזבעק ממני אהובו הק' שמעי' ...
בשנת כי ביצחק?? אלה ...
scan_1600x473.jpg

מאנטאג פבואר 06, 2012 11:32 am

עס האבען געלעבט אמאל בעלי בתים אויך נישט נאר רבנים... דער לעצטער שורה קוקט אויס ווי אלטאנא וואס איז פארשטייט זיך דערנעבען פון וואנזבעק.

מאנטאג פבואר 06, 2012 11:59 am

דער באן איז שוין לאנג אוועק געפארען אבער איך וויל נישט איבער לאזען א טעות. דער צרור החיים פון סעליש איז נפטר געוואען און שנת תרל"ה, איז ממילא האטו נישט געקענט רבי יחיאל הכהן ראז פון סעליש (געבוירען געווארעם און שנת תרכ"ט) זיין א תלמיד פון אים, איז ממילא "מכאן" ווייסען מיר נישט ווי דאס איז.

מאנטאג פבואר 06, 2012 1:37 pm

חידושים וגילוים נוראים! יישא כח הרב מסטראשעלע פאר די הפלא'דיגע כתבים אבער התודה העיקרי נתונה להרב ר' יוסף שרייבער, ספרא רבא ובקי נפלא!.

איך וויל טרעפן מער חומר איבער דעם ר' יחיאל היילפרין און זיין זון ר' גדלי' פון סיאטל.

מאנטאג פבואר 06, 2012 2:28 pm

רב מיללער המברך יתברך.

חוץ פון די שטעט וואס ווערען אויסגערעכענט אין אהלי שם איז ר' גדליה שפעטער געווען רב אין מאונט ווערנאן נ.י ,ווי ער איז נפטר געווארען ר"ח אייר תרפ"ז ומנו"כ ביונקערס נ.י.

http://kevarim.com/rabbi-gedalyah-halpern/

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?si ... =22949&st=%u05d2%u05d3%u05dc%u05d9%u05d4

בעמ' 329 בקובץ זה.

מאנטאג פבואר 06, 2012 2:58 pm

יישר כחכם הרב שרייבער, כבר מצאתי אודותיו וגם תמונה ממנו שתתפרסם בקרוב במחלקת ועל הצדיקים מדור רבני ארה"ב.

מאנטאג פבואר 06, 2012 4:09 pm

איז דאס חתימת הג"ר אברהם אולמאן אבד"ק לאקענבאך, א ברודער מיטן יריעות שלמה?
DSCN0022_1600x644.jpg

מאנטאג פבואר 06, 2012 4:14 pm

יא בלי שום ספק זה חתימת ר אברהם אולמאן אב"ד סאבאדקא ולאקענבאך. אויך א זיידע מיינער.

מאנטאג פבואר 06, 2012 4:26 pm

גערעכט הרב שרייבער, כ'האב יעצט נאכגעקוקט אין אישים, און סשטימט אקוראט, מיט דעם געדרייטן אשכול אונטערן נאמען, א דאנק

איצט ווער קען דאס זיין? א רב אדער סתם א איד א ת"ח?

קניתי מהוני לכבוד צורי וקוני אהר' ב"ר מאיר זצ"ל

scan0005_1600x442.jpg

מאנטאג פבואר 06, 2012 5:09 pm

אולי ר אהרן ב"ר מאיר אקערמן אב"ד אטשקוב און שפעטער ראב"ד עדת החסידים אין ירושלים.

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... A8&pgnum=1

מאנטאג פבואר 06, 2012 8:12 pm

הרב שרייבער היקר איך גיי ארויס פון התפעלות, אזוי קולע אל השערה צו זיין אויף די מינוט!
און ס'איז שטארק מסתבר הצעתך, ווייל ער שרייבט זיך תמיד אונטער אקוראט מיט דעם נוסח "אהרן ב"ר מאיר ז"ל", הן בשערי הספרים שהו"ל והן בהסכמות,

ולדוגמא ראה בהסכמתו לספר מי השליח של בנו הג"ר ישראל

הי' מגדולי חסידי הה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל, והמליץ עליו, כשהעתיק מושבו מיאס לאטשאקוב (פלך חערסאן), וראה כאן

אגב ממכתב ההוא נראה שבתחלה שימש ברבנות בעיר יאס (באוצה"ר לא נזכר), ואח"כ עלה בלבו "לתור לו מנוחה במדינת רוסיא".

איין זאך שטימט מיר נאר נישט, דער אפטער רב האט דאך געוואוינט אין יאס, נו האט ער אים דען נישט געקענט?, פארוואס האט הה"ק רא"י געדארפט ממליץ זיין אויף אים ממרחק,

זאת ועוד, ער האט זיך דאך איצט אוועקגעצויגן ממקום מושבו של הה"ק מאפטא, א"כ וואלט ער לכאורה געדארפט שיקן דעם בריוו צו די רבני המקום בפלך חערסאן און זיי בעטן זיי זאלן אויף אים משים עין זיין לטובה, אבער נישט פון אפטער רב,

אולי האט הה"ק רא"י געבעטן דער אפטער רב זאל אים געבן א המלצה בריוו פאר די רבני המקום. אבל עדיין לא הונח לי בזה, האט ער דען נישט געקענט אליין בעטן א בריוו פונעם אפטער רב, וואוינענדיג צוזאמען מיט אים אין איין שטאט.

הרב שרייבער וויאזוי לערנסטו פשט?

עפעס מער פרטים אויף אים? ווען האט ער עולה געווען קיין א"י? פטירתו?
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום מאנטאג פבואר 06, 2012 9:02 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג פבואר 06, 2012 8:39 pm

הרב סטראשעלע עס ווינדערט מיר אזא ידען ווי אייך קען בכלל מיינען אז הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגער זאל שרייבען א בריוו צו הרה"ק מאפטא.

עס רעדט פון זיין מחותן ר' אברהם יהושע העשל מאפטא- מעזיבוז חתן ר' שלום יוסף מסאדיגער בן הרה"ק מרוזין וחותן ר' ישראל שלום יוסף ממעזיבוז בן רא"י מסאדיגער. און אלע קשיות ווערען פארענטפערט.

אוה"ר שרייבט ער האט עולה געווען קיין א"י און איז געווארען ראב"ד עדת החסידים, זעהט דא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%95%D7%91

זעה אויך די הסכמות דא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%95%D7%91

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:10 pm

גערעכט! משגה היא בידי, לא שמתי לב, וכבר תיקנתי.
מעזיבוז איז דען אין די געגנט פון חערסאן? איך מיין ס'איז א היבשער מהלך

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:19 pm

ביידע זענען אין אוקריינע, איך מיין אויב איינער פארט פון יאס קיין סאדיגער האט ער אויך געקענט פארען פון אטשקוב צום מעזיבוז געגנט.

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:31 pm

כרתי ופלתי זאלקווא תקנ"ט

על השער: לה' ארץ ומלואה הק' ליב ... בחודש אייר תקס"ו משוק וויען

אפרים פישל הכהן דים

הק' דוד הכהן שאלאמאן [מראצפערט, תשו' אליו בשו"ת בנין צבי ח"א סי' כ"ד];

לד' הארץ ומלואה הק' שאול ראזענבערג בחודש תמוז תרנ"ד לפ"ק פה מאקאווא יע"א - וחותם ממנו בראצפערט

מערקווירדיג אז ר' שאול ראצפערטער שרייבט זיין חתימה מיט א בליי, ווי אויך איז דא א הגה באמצע הס' אויך געשריבן מיט א בליי,

scan0004_1280x666_1280x666_1024x533.jpg

מאנטאג פבואר 06, 2012 9:42 pm

ליב נייאמעגין ,אולי זה ר' יהודא ליב גאמפערץ-נייאמעגן ראה עליו בחת"ס ותלמידיו עמ' קסח, ער שטאמט פון פרעשבורג און האט חתונה געהאט בשנת תקס"ו קיין עיר חדש, אפשר אוף די וועג צו די חתונה האט ער זיך אפגעשטעלט אין ווין. מח"ס מערכי לב לברי לב. http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=3

מאנטאג פבואר 06, 2012 10:17 pm

נתיבות לשבת, לעמבערג תקצ"ח

למעלה בשער בפינה השמאלית כתוב (כנראה שורה הראשונה חתוכה): היקר וצמוד בקירות לבבי כבוד הרבני החריף המפואר ומפורסים לשבח כקש"ת מהו' אהרן אל?עזר נ"י ה"ק עקיבא במה"... קליין
ועוד חתימה לא מבוררת, אולי: הק' אהרן אלע...

בתוך עיטור השער בצד ימין כתוב (חתוך קצת): דורך דרשה אדמ"ו הגאון .. פ"ה ע"ה כקש"ת מהו' שמואל ...נפעלד נ"י האבדק"ק סיקסא יע"א .... [הגאון בעל חתן סופר]
[החתימה מטושטשת אולי הוא מר' עקיבא הנ"ל לפי שהכתב דומה]

ובדף ג' כתוב: קבלתי ספר הקדוש הלז במתנה מכב...
קדושת מו"ר מאוה"ג וכו' מהו' שמואל ז"ל
אבדק"ק מט"ד יע"א הכ"מ כאשר הי' זצ...
כבודו ... בק"ק סיקסא יע"א
[החתימה מטושטשת]

scan0002_1600x823_1024x527.jpg
scan0003_1600x621.jpg

מאנטאג פבואר 06, 2012 10:31 pm

זה ר' עקיבא בן ר' יעקב קליין מנייטרא תלמיד הכת"ס, גיסו של ר' שמואל עהרנפעלד בעל חתן סופר [שניהם חתני ר' בנימין בונם פאשקעס מסערדעהעל] ונתנו לגיסו ר' אהרן אלעזר פאשקעס אב"ד גאלאנטע.
באמערקט עס שטייט נייטרא אויף ענגליש. באמערקט אינטער ביידע שריפטען פין דער תלמיד החתן סופר איז געווען נאך א חתימה וואס מען האט אפגעמעקט.

שלום עליכם חברים

דינסטאג פבואר 07, 2012 4:16 pm

וויאזוי ברענג איך א פאטאגראפיא file

דינסטאג פבואר 07, 2012 4:20 pm

שבילי אמונה לבוב תקס"א

קניתי מהוני לכבוד צורי וקוני משה ... זצ"ל תושב ...

scan0006-b_1600x398.jpg
שרייב א תגובה

Advertisement