Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך פבואר 01, 2012 6:43 pm

ווילוויסן האט געשריבן:
יוסף שרייבער האט געשריבן:פיין קלאר,דארף מען נאר וויסען ווער איז דער בחור הגאון אברהם פליפ בעמח"ס דברי יושר.

איך האב א געפיל אז א בחור'ל אלחנן אולמן? האט זיך סתם ארומגעשפילט,אביסעל אינטערטעינמענט.


אוי ווי ארומגעשפילט... ער שרייבט פב"פ אבד"קק פלוני


יעצט ערשט דאס געליינט. עס זעהט אויס ווי א בחור האט פראקטעצירט שרייבען. עס איז איבער געבליבען פון א סאך גדולי ישראל ווי זיי פירקלען אלץ קינדער און אפילו אלץ בחורים. איך האב אזוינס פון א באוויסטע גדול בישראל, א גאון הגאונים.

רבי יחיאל הכהן ראז איז געווען ראש הקהל פון סעליש. ער איז געבוירען געווארען און סאטמאר צו זיין פאטער רבי יעקב וואלף הכהן ראז זצ"ל (א בעל שם'סקע איד) שנת תרכ"ט און געווען א תלמיד פון דער צרור החיים זי"ע מסעליש. ער איז געווען א גרויסער תלמיד חכם, נפטר געווארען ה' שבט תרצ"ד (בן ס"ה שנה) און אויף זיין מציבה און סעליש שטייט "...אבד חסיד ונפש טהורה, לב טהור יקר מפנינים... נודע בשערים ותורתו לעדרים, ימים ולילות רפא נשברים, עניים יבכוהו ואלמנות ויתומים, קשור בתורה ובצדיקים ותמימים, בבניו שתל יראת שמים, זרעו יתנהלו בדרך החיים..." זיין איידעם איז געווען איינער מיטען נאמען שווארץ וואס איז געווען דיין און סעליש (ווייסט איינער ווער דאס איז?). רבי יחיאל'ס אייניקעל איז רבי מנחם מנדל וויזניצער שליט"א דער ארויסגעבער פון דער קובץ נחלת צבי.

דער גאנצער טעקסט (צוזאם מיט וואס מען האט שוין מפענח געווען) איז:
"ב"ה, זה הספר קבלתי במתנה מהבחור כבוד יחיאל ראז מכאן, והיה לי לתמוה על מה ראה על ככה ומה הגיע אליו שיכבד אותי בספר זה - ולאחר העיון בתוכו ראיתי", און ער ענדיגט נישט וואס ער האט געזעהן און דער ספר וואס זיין חבר האט אים געוואלט ווייזען.

דער מכאן איז כמעט ווי זיכער "סעליש" און קומט אויס אז ר' אלחנן אולמן (אן אייניקל פון יריעות שלמה?) האט צוזאמען געלערענט מיט ר' יחיאל הכהן ראז און סעליש ביים צרור החיים און מיטען אדער און אנהייב פון די תיו ריש מם'ס, ווען דאס איז געשריבען געווארען.

דער צווייטער חלק ליינט זיך:
"ב"ה, הובא לפני הה"ג המפורסם צי"ע וכו' כקש"ת פב"ב (פלוני בן פלוני) אב"ד ק"ק פלוני איזה עלים קונטריסים ממזבח הדפוס, וקרא שמו דברי יושר, והוא פלפול בחריפות ובקיאות, ועברתי בין בתרי אמרין הנחמדים וראיתי שדברי הגאון המחבר נ"י דפח"ח, וכשמו כן הוא שהמה ישרים ונעימים להקורא ולהגה בם - וגלל כן הנני להסכים להדפוס ס' (ספרו) ולקרבו בסבר פנים יפות ולתמכו בכל מה דאיפשר, כי לאו בכל יומא אתרחיש מסע (צ"ל מצוה) כזה, דברי המדבר לכבוד התורה ולומדי', הק' אלחנן אולמן".

Advertisement

דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:02 am

ר' יחיאל הכהן ראז מסעליש נותן מעות קדימה להגדה חלקת בנימין בשנת תר"ץ
א תלמיד פון צרור החיים אין יענע יארן מוז זיין זייער אלט.. חוץ אויב דאס איז שוין אן אייניקל נקרא על שמו.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=111

דאנערשטאג פבואר 02, 2012 12:37 pm

יישר כח הרב שפושמ"נ,

הייסט דאס אז יעטס קען הרב וויזניצער פון נחלת צבי זיך פארבינדען מיט מיר און וועלן קויפן א ספר וואס זיין זיידער ר' יחיאל ראז האט אהינגעגעבן פאר עמיצען במתנה.

דאנערשטאג פבואר 02, 2012 1:01 pm

דער שאלה איז צו ער האלט ביי קויפען. ביי א סאך איז א קאפי פונקט אזוי גוט, און אפילו בעסער ווי דער ארגינעלער! והמ"י.

אויך, הרב וויזניצער'ס ווייב איז א ראז. זיין שווער רבי יחיאל'ס זוהן איז ערשט א פאר חדשים צוריק נפטר געווארען. כמעט א בן תשעים.

ליתר שאת, רבי יחיאל הכהן ראז מסעליש איז געווען א פלימעניק פון רבי אהרן האדאסער זצ"ל (שוין גערעדט פון אים ערגעץ אנדערש) און ביידע משפחה מיט מיר.

הרב גם-יחד, ער איז נפטר געווארען און שנת תרצ"ד, און איז זיכער אים.

פרייטאג פבואר 03, 2012 1:42 am

ביכורי יעקב להגאון בעל ערוך לנר
על השער: ניתן לי במתנה מהרב המחבר נ"י הק' יואל? וואלף?
בדף ל"ג איז דא א הערה מיט די זעלבע כתב
עטעטשמענטס
DSCN0003.jpg
by1.jpg

פרייטאג פבואר 03, 2012 2:38 am

טור חושן משפט דפוס סלאוויטא, דער דף לפני השער איז מלא חידושים מיט א גדל'ישע שריפט
זהותו של הכותב לא ידוע לי, רק איזה פרטים הצלחתי לשאוב מתוך דבריו ואולי זה יפיץ אור עליו

בתוה"ד שרייבט ער: "אמנם אברך אחד מופלג ושנון מו"ה אלי'/אשר? משה נ"י וכעת הוא רב ק"ק טראק הקשה אלי על הסמ"ע" (טראק אדער טראקי א שטעטל אין ליטא, הג"ר נחום פארצוביץ ר"י מיר שטאמט פון דארט)

ווייטער שרייבט ער: "ואמרתי דבר זה לפני הרב הגאון הגדול החריף מופת הדור מו"ה יהושע אייזיק אב"ד דסלאנימא וקלסי' ומאוד הוטב בעיניו" (ה"ה הגאון הנודע ר' אייזל סלאנימער)

סוף פונעם ספר שטייט: "זהספר תורת כהנים ח"מ שייך לר' יחיאל במו"ה ישראל איסר זצללה"ה הרב ..דק"ק פה ?סלאנימא?"

להחכמים והידענים פתרונים.....!
עטעטשמענטס
DSCN0014.jpg
DSCN0015 (2).jpg
DSCN0014.jpg

פרייטאג פבואר 03, 2012 10:07 am

די חתימה
עטעטשמענטס
sig.jpg

פרייטאג פבואר 03, 2012 12:53 pm

סטראשעלע האט געשריבן:ביכורי יעקב להגאון בעל ערוך לנר
על השער: ניתן לי במתנה מהרב המחבר נ"י הק' יואל? וואלף?
בדף ל"ג איז דא א הערה מיט די זעלבע כתב


עס זעהט צו מיר אויס ווי "הק' וואלף" און נאכדעם דאס לעצטע נאמען, אדער פון ווי ער קומט, ווי למשל "מא"ש" פון אייזענשטאדט.

עס איז אינטרעסאנט אז ער רופט אן דער מחבר אן קיין טיטלען ווי חאטשיק "הגאון". דאס אז ער רופט אן דער מחבר מיט א נ"י און נישט מיט א שליט"א איז ווייל בימים ההם האט מען אויף די גרעסטע אזוי געשריבען, מען האט געקענט שרייבען א 100 טיטלען, און עס ענדיגען מיט א נ'י.

שבת פבואר 04, 2012 8:08 pm

הרב סטראשעלע האות הראשונה של העיר נראה לי זה ק ואחריו א ובהמשך יש ל וגם נ, אולי יש לשער שמדובר בהרב יחיאל הלפרין אב"ד קאזלוניצא בן הרב איסר הלפרין רב צדיק בלידא.

שבת פבואר 04, 2012 11:05 pm

סטראשעלע האט געשריבן:סוף פונעם ספר שטייט: "זהספר תורת כהנים ח"מ שייך לר' יחיאל במו"ה ישראל איסר זצללה"ה הרב ..דק"ק פה ?סלאנימא?


יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב סטראשעלע האות הראשונה של העיר נראה לי זה ק ואחריו א ובהמשך יש ל וגם נ, אולי יש לשער שמדובר בהרב יחיאל הלפרין אב"ד קאזלוניצא בן הרב איסר הלפרין רב צדיק בלידא.


נאך ר' יאסל'ס פיענוח זע איך קלאר אזוי.
"זה ספר תורה כהנים ח"מ שייך לר' יחיאל במו"ה ישראל איסר זצללה"ה היילפרין פה קאזלוניצא"

זונטאג פבואר 05, 2012 1:10 am

ווילוויסן האט געשריבן:
סטראשעלע האט געשריבן:סוף פונעם ספר שטייט: "זהספר תורת כהנים ח"מ שייך לר' יחיאל במו"ה ישראל איסר זצללה"ה הרב ..דק"ק פה ?סלאנימא?


יוסף שרייבער האט געשריבן:הרב סטראשעלע האות הראשונה של העיר נראה לי זה ק ואחריו א ובהמשך יש ל וגם נ, אולי יש לשער שמדובר בהרב יחיאל הלפרין אב"ד קאזלוניצא בן הרב איסר הלפרין רב צדיק בלידא.


נאך ר' יאסל'ס פיענוח זע איך קלאר אזוי.
"זה ספר תורה כהנים ח"מ שייך לר' יחיאל במו"ה ישראל איסר זצללה"ה היילפרין פה קאזלוניצא"


געוואלדיג! א דאנק אייך הרב הסופר ר' יוסף, כשמו כן הוא א ריכטיגער "צפנת פענח"

עפעס מער אינפארמאציע ווייסט איר אפשר איבער דעם ר' יחיאל הנז'? [אין אוצר הרבנים שטייט נישט מער]

אולי איז זיין פאטער ר' ישראל איסר דער זעלבער ר' ישראל איסר מסלאנים הנז' כאן בהסכמות על הספר כתר חכמה הנדפס בירושלים תר"מ, דער כותב הנ"ל קוקט עפעס אויס צו האבן שייכות מיט סלאנים, ווי ער שרייבט אז ער האט נאכגעזאגט פון זיינע חידושים פאר הגאון ר' אייזל סלאנימער

זאת ועוד, מה דעתך האם החידושים בדף הנ"ל הוא מר' יחיאל?

זונטאג פבואר 05, 2012 2:09 am

מער פרטים איבער הג"ר יחיאל האב איך געפינען מפי בנו הג"ר גדלי' אבד"ק סיאטעל וואשינגטאן בהקדמת ספרו מי גבא, ער שרייבט אז זיין טאטע הג"ר יחיאל איז געווען רב בארץ ליטא קרוב צו 50 יאר, און איז נסתלק געווארן ב' כסלו תרמ"ח אין קאזלושטשינא פלך גראדנא (וואס איז בשכינות פון סלאנים, דאס באשטעטיגט לכאו' מיין השערה אז ער האט דערפריער געוואוינט אין סלאנים, און דער גליון חידושים איז טאקע פון אים)

נאך אייניגע פרטים איבער הג"ר גדלי' ואביו הג"ר יחיאל, ראה באהלי שם-גאטליעב בערכו

זונטאג פבואר 05, 2012 7:01 am

רב וויל איך האב אויך געהאלטען אז עס שטייט היילפרין נאר איך האב געוואלט הערען וואס די מבינים דא האלטען.

רב סטראשעלע איך קען נישט רב יחיאלס כתב אבער אז מיר ווייסען אז עס האט געהערט פאר עם און קאזלוניצא איז נאנט צו סלאנים ( עס איז קליין דערפעל צווישען סלאנים און נאווהארדוק און הייסט Kozlowszczyzna אויף פוליש.) פארוואס זאלען מיר נישט זאגען אז די חידושים זענען זיינע.

זונטאג פבואר 05, 2012 11:22 am

נאך איינס:

שו"ת צמח צדק חלק אהע"ז חלק שני, ווילנא תרל"ב
בראש השער כתוב: זה הספר מאא"ז הגאון האמיתי הקדוש אלקי רשלכבה"ג זצק"ל זיג"ע ועכ"י
שייך לאבי מורי עטרת ראשי שליט"א נכדו המצפה לזכות להגות בו בספר הלז מתוך נחת ורחבה הק' ארי' האלברשטאם

האלברשטאם א אייניקל פון צמח צדק?
עטעטשמענטס
DSCN0017.jpg

זונטאג פבואר 05, 2012 11:41 am

ר' אריה ה"ש מגארליץ בן ר' משה בן ר' דוד מקשאנוב, ראה עליו במאורי גליציה ח"ב עמ' 426 (עם צילום) וראה שם עמ' 518 היאך היה נכד הצ"צ.

נאר עפעס שטימט מיר נישט מיט די דורות, ער שרייבט אז ר' משה ה"ש שנולד בשנת ת"ר איז שוין 4 דורות נאכען צמח ד"ה דער צמח(שנפטר בתרכ"ו) איז געווען ר משהס עלטער זיידע,קען דאס שטימען?

זונטאג פבואר 05, 2012 2:20 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' אריה ה"ש מגארליץ בן ר' משה בן ר' דוד מקשאנוב, ראה עליו במאורי גליציה ח"ב עמ' 426 (עם צילום) וראה שם עמ' 518 היאך היה נכד הצ"צ.

נאר עפעס שטימט מיר נישט מיט די דורות, ער שרייבט אז ר' משה ה"ש שנולד בשנת ת"ר איז שוין 4 דורות נאכען צמח ד"ה דער צמח(שנפטר בתרכ"ו) איז געווען ר משהס עלטער זיידע,קען דאס שטימען?

הרב ר' ארי' הי' חותנו של הרה''ג המופלא והמושלם מהרש''א זצ''ל זעלטענרייך אב''ד טשאקאווא מוויליאמסבורג ונהרג באלול תש''ב עוד הי' לו בן הרב מקאמפנא שגר בוויליאמסבורג

זונטאג פבואר 05, 2012 2:50 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' אריה ה"ש מגארליץ בן ר' משה בן ר' דוד מקשאנוב, ראה עליו במאורי גליציה ח"ב עמ' 426 (עם צילום) וראה שם עמ' 518 היאך היה נכד הצ"צ.

נאר עפעס שטימט מיר נישט מיט די דורות, ער שרייבט אז ר' משה ה"ש שנולד בשנת ת"ר איז שוין 4 דורות נאכען צמח ד"ה דער צמח(שנפטר בתרכ"ו) איז געווען ר משהס עלטער זיידע,קען דאס שטימען?


יא ס'קען שטימען, ווייל ר' משה ה"ש בן ר' דוד מקשאנוב איז געווען א איידעם ביי ר' שניאור זלמן מרדכי שניאורסאהן אב"ד זיטאמיר בזווג שני. און פון דעם זיווג איז ר' ארי' ליבוש געבוירן, אויסער דעם טשאקעווער רב וואס רבבה דערמאנט, האט ער געהאט א זון ר' דוד געוואוינט אין מאנטרעאל, און א איידעם ר' מרדכי הלב"ש.
ר' זלמן מרדכי הי' בן ר' יוסף יצחק בן הצמח צדק, ער איז געווארן רב אין זיטאמיר ביי די זיבעצן! און איז אוועק אינגערהייט כ"ד ניסן תרכ"ו. צוויי וואכן נאכן זיידן דער צמח צדק. ער איז אויך געווען א שוואגער מיטן אדמו"ר הרש"ב ווייל דער רש"ב איז געווען א איידעם ביים ר' יוסף יצחק בן הצ"צ.

זונטאג פבואר 05, 2012 3:04 pm

א תשובה פון הג"ר שלמה קלוגער צו הג"ר זלמן מרדכי אין טוב טעם ודעת מהדורא תליתאי סי' ע"ה

זונטאג פבואר 05, 2012 4:35 pm

א ספר וואס איז דורכגעגאנגען די הענט פון עטליכע גדולי ישראל
שו"ת ברית אברהם, דיהרנפורט תקע"ט

על השער כתוב : חנני לי ה' בזה שאול חיים ברלינר
אביגדור יהודא ליבוש הלוי מקויל וכעת בחאסלאוויץ?
שמואל צילך
אביגדור יהודא ליבוש הלוי חו"ק בלאשקי כעת פ"ק קויל

אויפן גליון לפני השער איז דא צענדליגער חתימות וואס איז געשריבן איינס אויפן אנדערן, ס'איז שווער אויסצוליינען
עטעטשמענטס
DSCN0019.jpg

זונטאג פבואר 05, 2012 4:39 pm

אן ענין וואס כאהב שוין כמה פעמים געזען ביי פילע רבנים פון אמאל אז זיי שרייבן ביי זייער חתימה דעם הקטן צווישן דעם ערשטן און לעצטען נאמען?

זונטאג פבואר 05, 2012 4:55 pm

אין אביר הרועים שרייבט ער זייער גרויס אויף ר' אביגדור יהודא

זונטאג פבואר 05, 2012 7:10 pm

ר' אביגדור יהודא הלוי אב"ד בלאשקי וקויל בן ר' רפאל זאב הלוי אב"ד זאקראטשין בן ר' אפרים הלוי אב"ד קויל וחתן החמדת שלמה מווארשא. איך האב געזען ברענגען אז ר' אביגדור האט מחבר געווען א ספר אילה שלוחה אבער איך טרעף נישט אין ערגעץ א זכר פון אזא ספר.ידיד נאמן ולמד קבלה עם האבני נזר, נפטר כ"ה שבט תרמט בן נ"ח שנה.

קויל איז אין פולין אין מחוז קאליש עס איז נישט מסתבר ער זאל גיין פון דארט צו חאסלאוויץ און די ליטע אבער אלעס קען זיין. פנקס הקהילות שרייבט אויף ר' אביגדור יהודא 'נודע בימיו כגדול בתורה עסק גם בנסתר והסתגף, ורבים בקשו מידו פסקי הלכה'.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%93%D7%90

ועוד הרבה בהיברו בוקס

זונטאג פבואר 05, 2012 10:44 pm

דער גליון לפני השער שבס' ברית אברהם הנז'

איך האב פרובירט אויסצוליינען די כתבי יד, אבער ס'פעלט נאך אסאך, ווי אויך ווייס איך נישט זהותם של איזה מן החותמים,
אולי ידידינו הרב שרייבער שי' ואתו עמו החכמים ונבונים קענען צולייגן א פלייצע און מגלה זיין מצפונות

להלן מה שעלה בידי יד כהה לפענח:
חנני לי ד' בזה שאול חיים בהרב החריף מו"ה ארי' ליבוש ברלינר [ר' שאול ברלינר איז אויך גע'חתמ'עט אויפן שער, הוא בן הרב החריף ר' ליבוש ברלינר מגדולי תלמידי וחסידי הה"ק מלובלין והיהודי הקדוש, בן ר' טעבלי ברלינר בן הגאון הנודע ר' צבי הירש ברלינר בן הג"ר ארי' ליב אב"ד אמ"ד חתן החכם צבי. ראה עליו כאן וכאן]

ניתנה לי במתנה גמורה לדרשה מאת ידיד מחו' הרבני הנגיד המופלג מו"ה צבי הערש

ניתנה לי במתנה גמורה לדרשה מאת ידידי מחו' הרבני הנגיד המופלג מו"ה ארי' צבי הלוי מק"ק קויל
דברי הבעה"ח שאול חיים ברלינר מק"ק פיעטרקוב

זה הספר ברית אברהם נחלף בעד ספר שו"ת חכם צבי מר' שאול מפיעטרקוב אשר לע"ע חונה בק"ק ליטרמסיק? [ליטומירסק?] חתן של הגאב"ד ק"ק ליטרמסיק?
שמואל
זה הספר הנחמד והנעים שו"ת ב"א אשר חיבר כבוד חד"ז שייך לשמי ולראי' באעה"ח הק' שמואל בהגאון מהר"ם צילך אב"ד מלאסק

ניתנה לי במתנה גמורה לדרשה מאת ידידי מחו' הרבני הנגיד המופלג מו"ה ארי' צבי הלוי מק"ק קויל דברי הבעה"ח שאול חיים ב"ר צבי מק"ק פיעטרקוב
DSCN0021_907x1200.jpg
לעצט פאראכטן דורך סטראשעלע אום מאנטאג פבואר 06, 2012 1:52 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

זונטאג פבואר 05, 2012 11:00 pm

ר' שמואל צילך אב"ד פובוזניק בן ר' מאיר צילך אב"ד לאסק. נפטר א סוכות תר"י, מח"ס נחלת שבעה.
http://www.hebrewbooks.org/24189

יצוין אז פיוטערקאוו, לאסק, בלאשקי, קויל, און ליטומירסק זענען אלע אונעם זעלבען געגנט אין פולין.

זונטאג פבואר 05, 2012 11:22 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' שמואל צילך אב"ד פובוזניק בן ר' מאיר צילך אב"ד לאסק. נפטר א סוכות תר"י, מח"ס נחלת שבעה.
http://www.hebrewbooks.org/24189

יצוין אז פיוטערקאוו, לאסק און ליטומירסק זענען אלע אונעם זעלבען געגנט אין פולין.


איך זעה אין הפסגה האט איינער אדווערטייזט אז ער רישט זיך ארויסצוגעבן תולדות מהגאון ר' מאיר ובנו ר' שמואל צילך, איז עס אמאל ארויסגעקומען?
שרייב א תגובה

Advertisement