איבער ספרים און מחברים
דאנערשטאג ינואר 12, 2012 6:09 pm
אזוי שיינט עס. און וואס שטייט העכער דעם?
Advertisement
דאנערשטאג ינואר 12, 2012 6:18 pm
'ב"ה זה הספר קבלתי במתנה מהב' המו' כ' יחיאל ראז מכאן והי' לי לתמוה ע"ז מה ראה על ככה ומה הגיע אליו שיכבד אותי בס' זה - ולאחר העיון .... ראיתי'
איך מיין מען קען אליינס פרשטיין אז א רב שפילט זיך נישט ארום מיט אזעלכע לשונות.
דאנערשטאג ינואר 12, 2012 6:32 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:ווער קען מיר ארויסהעלפען? ס' צמח צדק דפוס ראשון מיט א חתימה 'מגן הוא לכל החותם בו הק' יצחק יהודא במהו' ישעי' מגיד מישרים? מפרוסטיץ לע"ע חונה פק' ת"ט
פונעם רב'ס כתב זעהט אויס די שטאט ת"ט אבער איך קען נישט טרעפען א שטאט וואס הייבט זיך אן מיט א ת.
א אנדערע כותב שרייבט 'זה צמח צדק שייך האלוף התורני המופלא ומופלג בתורה כש"ת כמוהרר יצחק יהודא מפרוסטיץ אב"ד ור"ם דק"ק ג"ט
דא זעהט עס שוין אויס ווי ג"ט וואס קען מיינען עטליכע שטעט
אינטער דעם
'זה הצמח צדק שייך להרב אב"ד ה....'
צום סוף איז דא א שטיקעל תורה,דער ספר האט אויך געהערט פאר נאך עטליכע מענטשען אבער עס קיקט מיר אויס צו זיין דעם ר' יצחק יהודא'ס כתב,פון זיין כתב זעהט אויס ער איז געוון א גדול.
קוקט דא (
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 17&hilite=), ותמצא נחת
דאנערשטאג ינואר 12, 2012 6:48 pm
א ריזיגען ישר כח אייך הרב ואם. דארט איז נאר דא א העתק פון זיינע חידושים דא האמיר כתי"ק. די ג"ט מיינט גויטיין.
עס האט טאקע א כתב פון א תושב מיזלאב פון די יארען וואס ר' יצחק יודא איז געוון דארט רב.
'אע"פ שאמרו חכמים זל אסור לכתוב על הספר אבל לחתום מותר על הספר. נאם משה ב"ה יהושיע זל מקק מיזלב יום ב' ער"ח כסלו תקמ"א'
- עטעטשמענטס
-

לעצט פאראכטן דורך
יוסף שרייבער אום דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:30 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:03 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:פיין קלאר,דארף מען נאר וויסען ווער איז דער בחור הגאון אברהם פליפ בעמח"ס דברי יושר.
איך האב א געפיל אז א בחור'ל אלחנן אולמן? האט זיך סתם ארומגעשפילט,אביסעל אינטערטעינמענט.
אוי ווי ארומגעשפילט... ער שרייבט
פב"פ אבד"קק פלוני
דאנערשטאג ינואר 12, 2012 7:26 pm
מוז ער טאקע זיין א גאון דער עניבאדי א"בד עני סיטי.....
פרייטאג ינואר 13, 2012 11:36 am
יישר כח פאר די מפענחים, תשוח"ח להם
זונטאג ינואר 15, 2012 12:47 pm
ווילוויסן האט געשריבן:זאמלער האט געשריבן:די דאזיגע חתימה איז אנגעבלעך פון הרה”ק ר' יחיאל מאלכסנדר זי”ע.
קען עס איינער פון די מבינים באשטעטיגען ?
זאמלער, איך שטעל מיך פאר אז דו מיינסט ר' יחיאל אבי הישמח ישראל ב"ר שרגא פייביל מגריצא.
איך מיין אז איך האב נייעס פאר דיר.
קוקנדיג נאכאמאל, סיי אויף דיין חתימה, און סיי אויף די חתימה וואס איך האב געברענגט, שיינט מיר אז דיין חתימה איז פון ר' יחיאל אפרים פישל פון אלכסנדר בנו יחידו של רבי ר' העניך מאלכסנדר. קוק גוט קענסטו זען נאך יחיאל, שטייט. א"פ.
און דער זיגל פון פנחס ליבוש מארגנשטערן איז א ראי' דערויף, ווייל ער איז געווען א אייניקל פון רבי ר' העניך זיין טאטע ר' מענדל מרג"ש [א נעפיו פון קאצקע רבי], איז געווען א איידעם ביי רבי ר' העניך. וועגן דעם שרייבט ער אויפן זיגל "מאלכסנדר".
דאס טייטשט אז דער פעטער האט עס געגעבן פארן נעפיו.
אויב אזוי איז עס לכאורה א חידוש, איך ווייס נישט וויפיל ס'איז דא פון דעם ר' יחיאל אפרים פישל.
יוסף שרייבער האט געשריבן:מתקבל על הדעת וואס רב וויל זאגט,עכ"פ דער ערשטער חלק אז דאס שיינט נישט צו זיין הרה"ק ר' יחיאל מאלכסנדר'ס חתימה. די צווייטע חלק צו זאגען אז דאס איז פון ר' יחיאל אפרים פישל פון אלכסנדר איז א גיטע סברה אבער מען דארף האבען נאך א חתימה פין עם צו זאגען אויף זיכער.
איך האב טאקע געמיינט אז דאס איז פון ר' יחיאל אבי הישמח ישראל. און א יישר כח פאר הרב ווילוויסן פארן ארויף קומען אויף די (וואס קוקט אויס) ריכטיגע שינעס
נו אדרבה ווער קען אהער שטעלען א חתימה פון ר' יחיאל אפרים פישל אז מ'זאל עס קענען מאכן די השוואה, און קליגער ווערן
בנוסף צו דעם, לייג איך ארויף נאך חתימות וואס איז דא אויף דעם ספר.
1) שייך להנער ליב בן כ"ה הירש ז"ל מה"פ [?מה"ה?] (דאס קוקט אויס א עלטערע שריפט)
2) מוגה. מענדל שיק
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג ינואר 16, 2012 8:25 am
לאמיר עפענען מיין ספרים שאנק, אויף א ספר "בהיות הבקר" לר' שאול בראך ז"ל:
"הרי זה משלוח מנות לכבוד אחי היקר החשוב המופלג כש"ת מוה"ר מרדכי יודא נ"י
מנאי הק אפרים גאלדשטיין פה קאשיצע כ"א אדר שני תרצ"ב לפ"ק"
- עטעטשמענטס
-

-

מאנטאג ינואר 16, 2012 9:06 am
אינטערעסאנט
נארמאל פלעגט מען רופען ביי אידען די שטאט קאשוי נישט קאשיצע
מאנטאג ינואר 23, 2012 5:26 pm
שטיל געווארן דא, העמיר לייגען עפעס וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר די סאטמארער חסידים דאהי, פון גנוזות קדם, א שער בלאט פון ספר נימוקי אורח חיים מיטן זיגל פון ר' אברהם יוסף חנוך קליינמאן (איך באווייז נישט אויסצולייענען זיין טיטול, הילף) ר' יוסף העניך איז געווען א באקאנטער תלמיד פונעם סעקלעהידער רב זצ"ל-הי"ד נאך די קריג האט ער געדרוקט זיינע חיבורים און עוסק געווען בהנצחת זכרו, דאכציך אז ער האט געוואונט אין כפר גדעון.
דער ספר האט נאך א זיגל און דאס איז פון די פירמע פון הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק אצל מרן מהריט"ב זצ"ל מסאטמאר, ווי עס שיינט האט ער שוין געהאט א ספרים געשעפט אינדערהיים.
מאנטאג ינואר 23, 2012 5:28 pm
שער-בלאט פון ספר הק' ייטב לב דפוס ראשון (בעילום שם המחבר) עם חותמת הג"ר נפתלי הכהן שווארץ ממאד
מאנטאג ינואר 23, 2012 6:33 pm
מיללער האט געשריבן:שטיל געווארן דא, העמיר לייגען עפעס וואס קען זיין אינטערעסאנט פאר די סאטמארער חסידים דאהי, פון גנוזות קדם, א שער בלאט פון ספר נימוקי אורח חיים מיטן זיגל פון ר' אברהם יוסף חנוך קליינמאן (איך באווייז נישט אויסצולייענען זיין טיטול, הילף) ר' יוסף העניך איז געווען א באקאנטער תלמיד פונעם סעקלעהידער רב זצ"ל-הי"ד נאך די קריג האט ער געדרוקט זיינע חיבורים און עוסק געווען בהנצחת זכרו, דאכציך אז ער האט געוואונט אין כפר גדעון.
דער ספר האט נאך א זיגל און דאס איז פון די פירמע פון הרה"ח ר' יוסף אשכנזי ז"ל משב"ק אצל מרן מהריט"ב זצ"ל מסאטמאר, ווי עס שיינט האט ער שוין געהאט א ספרים געשעפט אינדערהיים.

ר' יוסף העניך [ווי מען האט איהם גערופען] איז געווען א סיגעטער חסיד פון דערהיים, ביים הייליגען עצי חיים, ער האט געוואינט אין כפר גדעון ווי ער איז געווען שו"ב און שיינער יוד שפעטער האט ער געוואינט אין קרית אתא ווי ער איז געווען פון די שו"ב, ובסוף ימיו האט ער געוואינט אין בני ברק. איך האב אמאל געשמועסט מיט איהם, האט ער נאכגעזאגט עפעס פון אדמו"ר בעל ברך משה, ער האט איהם אנגערופען דער סיגעטער רוב, צו מיין פלא, זאגט ער מיר אז ער איז מקפיד צו רופען סיגוטער רב אין נישט סאטמאר רוב, כדי שישאר שם ושארית לרבו העצי חיים
מאנטאג ינואר 23, 2012 6:46 pm
ר' אברהם יוסף חנוך קליינמאן איז געווען שוחט אין עטליכע שטעט פאר און נאך די קריג,שפעטער איז ער געווען שוחט אין כפר גדעון. לכאורה שטייט דא שו"ב ומו"צ דק"ק סאקועני-סעקעלהיד זעה דא פונעם מנחת יצחק א תשובה צו עם אין סעקעלהיד.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%90%D7%9Fאויך א תשובה פון בעל אפרקסתא דעניא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 7%90%D7%9Fנעוואדע ר' יוסף איז שוין געווען א מוכר ספרים אינדערהיים אין סאקמער.
דינסטאג ינואר 24, 2012 6:21 pm
א מתנה פון דעם בעל זכרון לראשונים שענקט זיין ספר פאר א געוויסען משה לאוי?
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג ינואר 24, 2012 9:37 pm
מעמוד 14
gamyuchad האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:ביטע שעהן, אפשר דאך שטעלט איר בילדער.
איך זע נישט וואס דא קען א בילד בייהילפיג זיין, אמאל דארף מען הילף אויסליינען א שריפט איז אן אנדער מעשה. ס'וואלט נישט געשאדט צו לייגן, אבער ביז מען דערזעט עס געסקענט געקראפט ריסייזט עטעטשט וכו' פארגייט דער אפעטיט, ס'איז זייער א גרויסע טירחא און נעמט אסאך צייט.
איך וועל אייך איצטערט דאך צוליב טון.
איבער די משפחת הערשטיק פון
בארשע (נישט די פון מאסיעף) פרעגט אן ביי דעם ספינקא רבי פון ירושלם הרה"צ ר' אברהם יצחק כהנא שליט"א.
אויך די בארימטע חזנים פאמיליע קאן אייך זיין בייהילפיג.
מאנטאג ינואר 30, 2012 3:53 pm
זה הספר שייך לאדמ"ו הגאון החריף זך הרעיון מוה"ר נטע נ"י אב"ד ק"ק שאסבערג
אני החותם אנשיל שוויטצר פאן נאוועמעסטע
אויף די אנדערע זייט שטייט א פאראגראף וואס איז שווער צו ליינען און עס איז אונטערגעשריבען "..שמעלקא...."
איינער קען מיך קלוגער מאכען איבער דעם
- עטעטשמענטס
-

-

מאנטאג ינואר 30, 2012 3:59 pm
ר' נתן נטע ברודא אב"ד שוסבערג, גראדע בין איך א אייניקעל.
'חלקי אמרתי לבלתי יהי' לאחרים הו.. ולא יבוא איש נכרי בהכרת פניו אני קונה הספר הלז לזאת... הלז .... וענתה בי צדקתי ביום ב ... תקצ"ו ל שוסבורג הק' שמעלקי כץ'
מיטוואך פבואר 01, 2012 2:52 pm
א אינטרעסאנטע וועג פון שפילען 'הייד ענד סיק' אויף די בלעטער פון א ספר 200 יאר צוריק.
אוף דף ה'
'וואן דוא ווילשט מיך זוכין גיהי לדף י"ב ווירשט מיך פינדן'
גיימיר צו דף יב'
'יוא איך בין שון פליטה גאנגין לדף כ"א ע"ב'
בדף כ"א ע"ב
'העשט נשט קאנט דערשפאהרן דיא ... דוא נר גיהר לדף כ"ט'
מיטוואך פבואר 01, 2012 2:54 pm
ער שיקט אונז לדף כ"ט או לאמיר אהין גיין
'שוב חכם אחד ממאהנר... ווער איין חכם איז לאט זיך נישט פרופין גיה לדף ל"ה'
זעהט אויס נאך דף לה' איז ער מיד געווארען אדער איז די טינט אויסגעלאפען.
'בישטו משוגע שלאג דיר דן קאפף אן דיא וואנט אונד גיהר לדף מ"ט ע"א'
מיטוואך פבואר 01, 2012 5:28 pm
או אה! א אייניקעל! דאס אידאך דאס ווינטש פון יעדען אנטיק סוחר צו טרעפן א פארמעגליכען אייניקעל וואס האט א אינטערעסע און די עניינים [

א ווערטל]
נאך א אויף שריפט אויף'ן זעלבן ספר
- עטעטשמענטס
-

מיטוואך פבואר 01, 2012 5:32 pm
דער זיידע חתמעט דאך נישט ס'איז נאר געווען שייך .
דער נייע בילד איז סתם געקאטשקעט.
מיטוואך פבואר 01, 2012 5:37 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:דער זיידע חתמעט דאך נישט ס'איז נאר געווען שייך .
דער נייע בילד איז סתם געקאטשקעט.
און חלב פון די ליכט וואס ער האט גענוצט ביים לערנען און די לילי טבת הארוכים און האר פון דיוקנא קדישא און שריים פון די קאוועס , איז עפעס א קלייניגקייט
מיטוואך פבואר 01, 2012 5:52 pm
קענסט עס מיר געבען אלס קאמישען פאר די כת"י זכרון יעקב. אחוץ פן דעים האב איך היינט געזעהן ביי א קאלעגע די ספר וואס איר האט ארופגעלייגט דא אין עמ' 15 ער האט נישט געוויסט ווער דאס איז און איך האב עם געזאגט. דשוסט סעיונג....
מיטוואך פבואר 01, 2012 6:08 pm
אבי מ'קען זיך העלפ'ן איינעם דעם אנדערען, און וועגען דעם ספר זכרון יעקב האבעך אייך שוין געזאגט ווען ס'וועט זיין למעשה על איך אייך נישט פארגעסען
ווייטער ר' בנימין פון סלאטווינא?
- עטעטשמענטס
-
